אין ספֿרי־חסידות ווערט אַבֿרהם־אָבֿינו אָפֿט פֿאַרגליכן מיט נחן. נח ווערט באַטראַכט ווי אַ "צדיק אין פּעלץ" — אַ הייליקער מענטש, וועלכער האָט זיך געזאָרגט וועגן זײַן דור, אָבער האָט נישט געטאָן גענוג, כּדי צו ראַטעווען די מענטשהייט פֿונעם מבול. להיפּוך, האָט אַבֿרהם־אָבֿינו, ווי אַ חסידישער צדיק, זיך כּסדר געדרייט מיט פּשוטע מענטשן, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן זײַן אמונה צווישן זיי, און אַ סך געוואַנדערט איבער דער וועלט, זוכנדיק נײַע תּלמידים.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן ווי אַ המשך פֿון דער מעשׂה וועגן אַבֿרהמס ווידערשטאַנד קעגן דעם בייזן מלך נמרוד. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די מעשׂה גופֿא איז אינעם חומש נישטאָ; די חז״ל גיבן איבער, אַז נמרוד האָט געהייסן צו פֿאַרברענען אַבֿרהמען אין אַ קאַלך־אויוון — דערפֿאַר, וואָס ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דינען אים ווי אַן אָפּגאָט. ס׳איז געשען אַ נס, און דאָס פֿײַער האָט נישט געשאַט אַבֿרהמען. דער באַשעפֿער האָט אים אָבער אָנגעזאָגט צו פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד און צו לאָזן זיך וואַנדערן דאָרט, וווּהין די ג־טלעכע השגחה וועט אים פֿירן.
ס׳איז מערקווערדיק, אַז די געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָט זיך פֿאַקטיש אָנגעהויבן פֿון אַן אויפֿשטאַנד קעגן אימפּעריאַליזם. על־פּי־חז״ל, האָט נמרוד געפּרוווּט צו שאַפֿן די ערשטע וועלט־אימפּעריע אין דער וועלט. צוליב דעם האָט ער געפּרוּווט אויפֿצושטעלן אַ טורעם ביזן הימל — ווי אַ סימן פֿון זײַן מאַכט. זײַן פּלאַן איז אָבער נישט געלונגען; אַדרבה, די פֿאַראייניקטע מענטשהייט איז צעשפּליטערט געוואָרן, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער אימפּעריע־בויערײַ, אויף צעקריגטע פֿעלקער, וועלכע האָבן מער נישט געקאָנט פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. מע קאָן זאָגן, אַז די קריגערײַ צווישן פֿאַרשיידענע גרופּעס מענטשן איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס אַנשטאָט דעם ברידערלעכן "האָריזאָנטאַלן" אַחדות, האָט דער בייזער קיניג געפּוווּט זיי צו "גלאָבאַליזירן" דורכן ווערטיקאַלן טורעם פֿון זײַן מאַכט.
אַבֿרהם-אָבֿינו איז געווען אַ וואַנדערנדיקער דיסידענט — אַן אַקטיוויסט, ווי מע וואָלט געזאָגט הײַנט. דער מדרש דערציילט, אַז בײַם אָנהייב האָט ער געטראַכט, אַז ס׳איז כּדאַי צו דינען די זון ווי אַ ג־טהײַט, דערנאָך — די לבֿנה, די שטערן און אַנדערע נאַטור־אָביעקטן. צום סוף האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז דער שורש פֿונעם וועזן קאָן נישט רעדוצירט ווערן צו אַ קאָנקרעטן כּוח אָדער אָביעקט.
דער אייבערשטער האָט אים געהייסן צו פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד און צו גיין, בוכשטעבלעך, צו זיך אַליין — "לך־לך". על־פּי־חסידות, מיינט עס, אַז אַבֿרהם האָט תּמיד געשטרעבט צו געפֿינען זײַן אייגענעם ג־טלעכן שורש. אין זײַנע זוכענישן, האָט ער אויך גובֿר געווען די גרענעצן פֿון דער פּרימיטיווער רעליגיע, לויט וועלכער דער באַשעפֿער געפֿינט זיך אינעם הימל אָדער קאָנטראָלירט די וועלט אינגאַנצן פֿון דרויסן; ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער וועג צום אייבערשטן איז תּמיד דער וועג צו זיך אַליין — צום ג־טלעכן אידעאַל אין דער מענטשלעכער נשמה.
די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז אַפֿילו ווען אַבֿרהם האָט געדינט דער זון און דער לבֿנה, איז עס נישט געווען פֿאַר אים אַן עבֿודה־זרה, ווײַל ער האָט שטענדיק ערנסט געפּרוּווט צו געפֿינען דעם שורש פֿונעם וועזן. פֿונדעסטוועגן, איז אַזאַ עבֿודה געווען, בעצם, אַ טעות. די, וואָס גלייבן אין אַ גאָט, וועלכער קאָנטראָלירט דעם אוניווערס "פֿון דרויסן", מאַכן אויך אַ גרויסן טעות, הגם זיי מיינען לשם־שמים. דער אייבערשטער ווערט געפֿונען אינעם פּראָצעס פֿון דער מענטשלעכער וואַנדערונג צו זיך אַליין, ווײַל ער איז דאָס עצם־וועזן, און נישט אַ דרויסנדיקע פֿיגור, ווי דער מהר״ל דערקלערט אין זײַן ספֿר "גבֿורות ה׳"; דערפֿאַר איז דער שם־השם פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "הויה" — דאָס וועזן.
דער אַפּטער רבֿ, אַ גרויסער קלאַסישער חסידישער דענקער, דערמאָנט אין זײַן ספֿר "אוהבֿ ישׂראל" דעם אויסדרוק פֿון די חז״ל, אַז נח איז געווען "מקטני אמנה — מאמין ואינו מאמין" — אַ מענטש מיט אַ שוואַכער אמונה, וועלכער האָט, מיטאַמאָל, געגלייבט און נישט געגלייבט אינעם קומענדיקן מבול. דער אַפּטער רבֿ באַטאָנט, אַז נח איז געווען זיכער אַ גרויסער צדיק און נישט געהאַט קיין ספֿקות. פֿונדעסטוועגן, האָט ער מורא געהאַט צו גלייבן צו שטאַרק, כּדי זײַן פֿעסטע אמונה זאָל נישט גורם זײַן דעם מבול.
ווען עמעצער וויל עפּעס מיטן גאַנצן האַרצן, קאָן עס מקוים ווערן; דער מענטשלעכער אמונה־כּוח איז זייער גרויס. נח האָט נישט געוואָלט דינען ווי אַ "טריגער" פֿון דער וועלט־קאַטאַסטראָפֿע — דערפֿאַר האָט ער געפּרוּווט אויסצובאַהאַלטן זײַן אייגענע אמונה. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט דאָס אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן די מענטשן געבראַכט דעם מבול אויף זיך אַליין, דורך זייערע בייזע מעשׂים. זיי האָבן געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע איז געווען באַגרינדעט אויף רויבערײַ, און האָבן מיט זייערע רויבערישע תּאוות צעשאָקלט די יסודות פֿון דער נאַטור. אויב אַזוי, ווי אַזוי וואָלט נח געקאָנט גורם זײַן דעם מבול מיט זײַן אמונה?
די דאָזיקע צוויי פּירושים — אַז די פֿאַרפֿלייצונג איז געווען אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון רויבערישע מענטשלעכע באַציִונגען, און אַז נחס אמונה וואָלט געקאָנט גורם זײַן דעם מבול — זענען לאוו־דווקא אין אַ סתּירה איינער מיטן צווייטן. נח, זײַענדיק אַ "צדיק אין פּעלץ", האָט גערופֿן די מענטשן תּשובֿה צו טאָן, אָבער זיך געהאַלטן העכער פֿון זיי. ממילא, האָבן זיי זיך נישט צוגעהערט. אַדרבה, וואָס העכער ער האָט זיך געהאַלטן מיט זײַן דערהויבענער און שטאַרקער אמונה, אַלץ מער אָפּגעריסן איז ער געווען פֿונעם פֿאָלק.
עס טרעפֿט זיך אַמאָל, אַז ווען עמעצער קומט אַרויס מיט אַ קריטיק, רופֿט זי אַרויס אַ פֿאַרקערטן רעזולטאַט, ווײַל דער עולם פֿילט, אַז דער קריטיקער האַלט זיך ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ פֿרעמדער און ווײַטער עליט. אין אַזאַ פֿאַל, קאָן אַ שטאַרקע אמונה — ווען זי איז אויסגעמישט מיט אַ טראָפּן עליטאַרישער גאווה — גורם זײַן אַ פֿאַרקערטן רעזולטאַט.
נחן האָט זיך אײַנגעגעבן זיך צו ראַטעווען אויף אַ שיף, וועלכע האָט זיך אויפֿגעהויבן העכער ווי די בערג, ווען די אַנדערע מענטשן זענען דערטרונגען געוואָרן אינעם ים. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס סימבאָליזירט נחס גײַסטיקן צוגאַנג; ער האָט געטראַכט, אַז ער איז העכער ווי די פֿאַרדאָרבענע וועלט — דערפֿאַר האָט ער מורא געהאַט צו טראַכטן וועגן דעם קומענדיקן מבול, כּדי נישט אַרײַנברענגען די פּשוטע "נידעריקע" מענטשן אין אַ סכּנה צוליב זײַן דערהויבענער אמונה.
להיפּוך, האָט אַבֿרהם זיך געהאַלטן פּשוט און געוואַנדערט אַרום דער וועלט צווישן פּשוטע מענטשן אויף ג־טס באַראָט. ער האָט כּסדר באַטאָנט, אַז דער אייבערשטער איז נישט ערגעץ הויך אינעם הימל, נאָר איבעראַל — בפֿרט אין יעדער מענטשלעכער נשמה. דערפֿאַר, ווי עס דערקלערט רש״י, האָט ער מצליח געווען, צוזאַמען מיט שׂרהן, אויפֿצולעבן אַ סך געפֿאַלענע נשמות, אָנצוצינדן אין זיי דאָס ג־טלעכע פֿײַער. יעדעס אָרט אין זײַן וועג איז פֿאַר אים געווען "האָרץ אַשר אַראך"; ווי די חסידישע צדיקים טײַטשן אָפּ דעם דאָזיקן פּסוק, האָט פֿאַר אַבֿרהמען איבעראַל געשײַנט דאָס ג־טלעכע ליכט.