די וואָך לייענען מיר די לעצטע פּרשה, אויף וועלכער עס שליסט זיך דער ערשטער חלק פֿון דער תּורה, “בראשית". יעקבֿ האָט אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע 17 יאָר אין מצרים. פֿאַר זײַן פּטירה, האָט ער געבעטן יוספֿן צו באַערדיקן זײַן געביין אין ארץ־הקדושה, און געבענטשט יוספֿס צוויי זין, אפֿרים און מנשה, ווי זײַנע אייגענע קינדער, וועלכע זענען געוואָרן די אור־אָבות פֿון באַזונדערע ייִדישע שבֿטים.
יעדער פֿון יעקבֿ צוועלף זין האָט באַקומען אַ ספּעציעלע נבֿיאישע ברכה, וועלכע ווײַזט, בפֿירוש אָדער ברמז, די אוניקאַלע מעלות און שטריכן פֿון יעדן קומענדיקן שבֿט־ישׂראל. אויף יעקבֿס לוויה זענען געקומען פּרעהס שׂרים און אַנדערע הויכראַנגיקע מיצרים; מיט אַ מיצרישער מיליטערישער פּראָצעסיע, האָט מען באַגלייט יעקבֿס גוף קיין ארץ־כּנען, כּדי צו באַערדיקן אים אין ארץ־כּנען.
ווײַטער ווערט אין אונדזער סדרה דערציילט, ווי יוסף איז ניפֿטר געוואָרן. פֿאַרן טויט, האָט ער אויך געבעטן צו באַערדיקן אים אינעם הייליקן לאַנד, און האָט צוגעזאָגט זײַן משפּחה, אַז דער אייבערשטער וועט אַרויסברענגען זייערע אייניקלעך פֿון מצרים צוריק אינעם לאַנד פֿון זייערע אָבֿות. ביז יציאת־מצרים האָבן די ייִדן אָבער נישט געקאָנט אויספֿירן יוספֿס בקשה; במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט איז זײַן געביין געבליבן אין מצרים.
הגם אין אונדזער סדרה גייט אַ רייד וועגן יעקבֿס און יוספֿס פּטירה, הייסט זי "ויחי" — און ער האָט געלעבט. דער נאָמען פֿון דער פּרשה "חיי־שׂרה", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן שׂרהס טויט און קבֿורה, מיינט אויך "שׂרהס לעבן". אין ביידע פֿאַלן קען מען זאָגן, אַז די תּורה וויל אונדז דערקלערן, אַז צדיקים בלײַבן אייביק לעבעדיק — אינעם גײַסטיקן זין — נישט געקוקט אויף זייער פֿיזישן אַוועקגאַנג פֿונעם עולם־הזה. אַדרבה, זייער השפּעה ווערט צומאָל נאָך שטאַרקער און ברייטער.
יוסף, אַזוי ווי שׂרה, ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די ייִדישע אָבֿות, הגם די הײַנטיקע ייִדן שטאַמען נישט, אויף וויפֿל מיר ווייסן פֿון דער מסורה, פֿון יוספֿס זין, אפֿרים און מנשה. אויף אַן ענלעכן אופֿן ווערט שׂרה באַטראַכט ווי די מאַמע פֿון אַלע ייִדן, הגם אַ סך ייִדישע משפּחות שטאַמען פֿון גרים. דער עיקר איז דאָ נישט דער בלוט־אָפּשטאַם, נאָר דער גײַסטיקער רושם, וועלכן שׂרה און יוסף האָבן אַרײַנגעבראַכט אינעם ייִדישן פֿאָלק.
על־פּי־קבלה, ווערט יוסף באַטראַכט ווי אַ סימבאָל און אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון דער ספֿירה "יסוד" — אַ מדרגה פֿון ג־טלעכקייט, וועלכע האָט צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע באַציִונגען: צווישן רוחניות און גשמיות, צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי, צווישן אַ צדיק און פּשוטע מענטשן. אין דער ייִדישער טראַדיציע, ווערט יוסף אַסאָציִיִרט מיט צידקות; אין פֿאַרגלײַך מיט יעקבֿ־אָבֿינו אָדער משה־רבינו, טראָגט דווקא ער דעם טיטל "יוסף־הצדיק".
די מקובלים דערקלערן, אַז ווען אַ מענטש פֿאָקוסירט זײַן ווילן, שׂכל און עמאָציעס, זיך גרייטנדיק דורכצופֿירן עפּעס אַ מעשׂה, ווערט אין אים אַנטפּלעקט די ספֿירת־היסוד; מע קאָן זאָגן, אַז דאָס איז דער פֿאַרבינדונג־כּוח, וועלכער דערמעגלעכט גובֿר צו זײַן די גרענעץ צווישן דעם סוביעקט און אָביעקט. ווען אַ מענטש ווענדט אָן זײַן ענערגיע אויף עפּעס אַן אַקט, ווערט זײַן פּערזענלעכקייט אַנטפּלעקט אין דרויסן. צומאָל שפּילט די זעלבע מידה אַ ראָלע אין אַן אינערלעכן פּראָצעס — למשל, ווען עמעצער פֿאָקוסירט זיך אויף אַן אָביעקט, וועלכן ער האָט אויסגעטראַכט אין זײַן קאָפּ. אין דעם פֿאַל ווערט דער סוביעקט פֿאַרבונדן מיטן אָביעקט אינעם "ווירטועלן" רוים פֿון דער מענטשלעכער נשמה.
אין געוויסע פֿאַלן, איז די מידת־היסוד ענלעך צו דעם, וואָס ווערט אָנגערופֿן דער "ליבידאָ" אין דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע — ווי דער נשמה־כּוח, וועלכער ווערט אַנטפּלעקט אין סעקסועלע ענינים, ווי אויך, אין אַ ברייטערן זין, ווי דער באַגער זיך אויסצודריקן און צו פֿאַרשפּרייטן די פּערזענלעכע השפּעה אין דער וועלט. למשל, ווען אַן אַרכיטעקט פֿאַרלייגט אַ פֿונדאַמענט — דעם יסוד — פֿון אַ פּלאַנירטן בנין, אַנטפּלעקט ער זײַנע שעפֿערישע געדאַנקען. אין קבלה טראָגט אָבער דער באַגריף "יסוד" אַ סך ברייטערן, מעטאַפֿיזישן באַדײַט, ווי אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג און אַן אַלגעמיינער נאַטירלעכער פּרינציפּ פֿון פֿאַרבינדונג און באַציִונג.
ווי מיר האָבן געשמועסט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָט יוספֿס גײַסטיקע עבֿודה געהאַט טאַקע צו טאָן מיט באַציִונגען צווישן זײַן אינערלעכער און אויסערלעכער וועלט, ווי אויך צווישן פֿאַרשיידענע מענטשן. ער האָט געוויזן, דורך זײַן פּערזענלעכן מוסטער, ווי חלומות קאָנען אַרײַנברענגען אַ מענטש, חלילה, אין שקלאַפֿערײַ און טורמע, און דערנאָך אַרויפֿהייבן אים ביז דער מדרגה פֿונעם שני־למלך אין דער גרויסער מיצרישער אימפּעריע. אינעם פֿאַל פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, האָט זײַן מידת־היסוד זיך אַנטפּלעקט אויף אַ רוחניותדיקן אופֿן. אַנשטאָט מסכּים צו זײַן מיט אירע אײַנרעדענישן, האָט ער בכּיוון פֿאָקוסירט זײַן גרויסע גײַסטיקע ענערגיע אויף אַנדערע ענינים.
ווי אַ רעזולטאַט, איז יוסף געוואָרן דער שפּײַז־געבער פֿאַר גאַנץ מצרים, אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דער מידת־היסוד אינעם גלאָבאַלן זין — אַ פֿאַרבינדונג־קייטל צווישן פּרעה און דעם פּשוטן פֿאָלק. נאָך יוספֿס טויט האָט זיך אָבער באַלד אָנגעהויבן דער לאַנגער און שווערער מיצרישער גלות, וואָס מיר וועלן לייענען וועגן דעם אין די קומענדיקע פּרשיות. נישט געקוקט אויף יוספֿס הויכער פּאָזיציע, זענען זײַנע אייניקלעך פֿאַרשקלאַפֿט געוואָרן.
מע קאָן אָבער זאָגן, אַז דאָס איז געשען דווקא צוליב יוספֿס גדולה. פֿאַרשטייט זיך, האָט ער נישט געהאַט קיין ברירה, ווײַל פּרעה האָט אים אַרויסגעשטעלט אויפֿן שפּיץ פֿון דער מאַכט־היעראַרכיע. אינעם עצם־מאַכט שטעקט אָבער אַ קללה און אַ שורש פֿון גלות, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם באַקאַנטן חסידישן ספֿר "ערבֿי־נחל", אין שײַכות מיט בלעמס פּרוּוו צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק.
ווען די מידת־היסוד ווערט אַנטפּלעקט דורך היעראַרכישע באַציִונגען צווישן מענטשן, אָדער דורך אַ הערשערישער צוואַנג־באַציִונג צו דער וועלט, ברענגט זי, סוף־כּל־סוף, צו אומיושר און אומגליק — אויב אַפֿילו אַזאַ סימבאָל פֿון גרויס צידקות, ווי יוסף־הצדיק, זיצט אויפֿן שפּיץ פֿון דער מאַכט־פּיראַמיד. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, וועט אין משיחס צײַטן די גאַנצע מענטשהייט זיך פֿאַרוואַנדלען אין "אַ טאַנצנדיקן קרײַז פֿון צדיקים" — אין אַ געזעלשאַפֿט, ווי די מידת־היסוד וועט זיך אַנטפּלעקן דווקא אין געמיינזאַמע, צווייזײַטיקע, "האָריזאָנטאַלע" באַציִונגען צווישן מענטשן.