תּורה־געדאַנק

אין אָנהייב פֿון דער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם "כּריתת ברית", דעם הייליקן בונד, וואָס דער אויבערשטער האָט דורכגעפֿירט מיט די ייִדן איידער זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין ארץ־ישׂראל. צווישן די רייד וועגן דעם ענין באַטאָנט די תּורה דעם אויבערשטנס ווערטער (כט, יג־יד): "ולא אתּכם לבדכם אנכי כּורת את הברית הזאת וגו׳ כּי את אשר ישנו פּה וגו׳ ואת אשר איננו פּה" — און נישט מיט אײַך אַליין "פֿאַרשנײַד" איך אָט דעם ברית... נאָר מיט דעם וואָס איז פֿאַראַן דאָ... און מיט דעם וואָס איז דאָ נישטאָ.

אין פּשטות וואָלט מען געקענט אײַנלערנען, אַז דאָס וואָס די תּורה זאָגט "איננו פּה" (אַז דער "ברית" איז אויך מיט דעם וואָס איז דאָ נישטאָ) ווערט דערמיט געמיינט די ייִדן פֿון יענע טעג, וועלכע זײַנען צוליב עפּעס אַ סיבה נישט געווען אָנוועזנדיק בײַם "כּריתת ברית". אָבער מ׳קען אַזוי נישט זאָגן, ווײַל בײַם אָנהייב פֿון אָט דעם ענין ווערט בפֿירוש געזאָגט: "אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — איר שטייט הײַנט אַלע — און ווי באַלד אַזוי, האָט דאָך אַפֿילו קיין איין ייִד נישט געפֿעלט בײַם בונד־מעמד. און ס׳איז במילא גוט פֿאַרשטאַנדיק וואָס רש״י זאָגט דאָ, אַז "איננו פּה" מיינט צו זאָגן אַז דער "כּריתת ברית" איז געווען "אַף עם דורות העתידים להיות" — אויך מיט די דורות וואָס וועלן זײַן ערשט שפּעטער אין דער צוקונפֿט.

אייגנטלעך געפֿינען מיר פֿון פֿריִער אין דער תּורה אַ "כּריתת ברית", וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט מיט די צוקונפֿטיקע דורות, ווי אויך רייד וועלכע זײַנען געווענדט צו ווײַטערדיקע דורות (ווי צום בײַשפּיל דער "ברית בין הבתרים" בײַ אַבֿרהם אָבֿינו, וואָס באַציט זיך צו זײַנע קינדער, ווי אויך די מערסטע מצוות, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט דורך משה רבינו, זײַנען שייך צו אַלע דורות). דער חידוש אין דעם "כּריתת ברית" פֿון אונדזער פּרשה איז אין דעם (ווי ס׳איז קענטיק פֿון דעם לשון אין פּסוק), וואָס דער בונד מיט די צוקונפֿטיקע דורות איז געווען מיט דער זעלבער קראַפֿט און מיט דער זעלבער דירעקטער ווענדונג, ווי דאָס איז געווען מיט די ייִדן וועלכע האָבן דעמאָלט געלעבט און זײַנען אַרײַן אין ארץ־ישׂראל — דער "ברית" מיט די וואָס זײַנען דעמאָלט נישט געווען, איז געווען גענוי אַזוי ווי דער "ברית" מיט די וואָס זײַנען דעמאָלט יאָ געווען.

די דערקלערונג דערויף איז אײַנבאַהאַלטן אין דעם פּנימיותדיקן וועזן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק. די אַלע אונטערשיידן און אַנדערשקייטן צווישן אַ ייִדן, וואָס געפֿינט זיך איצט דאָ און אַ ייִדן, וואָס וועט געבוירן ווערן אַ סך שפּעטער, עקזיסטירן בלויז אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון זייערע וועזנס, נאָר ווי די זאַכן זעען אויס אין אונדזערע פֿליישיקע אויגן. אין דער אמתן אָבער און אין תּוך גענומען, איז דאָס ייִדישע פֿאָלק איין מציאות, איין איינהייט, אַ ׳קערפּער׳ וואָס לאָזט זיך נישט צעטיילן אויף באַזונדערע חלקים. פֿון דעם שטאַנדפּונקט איז נישטאָ קיין חילוק צווישן אַ ייִדן, וואָס האָט געלעבט מיט דרײַ טויזנט יאָר צוריק און אַ ייִדן, וואָס לעבט הײַנט צו טאָג — זיי ביידע זײַנען געבונדן און געאייניקט איינער מיטן צווייטן און שטעלן צוזאַמען איין וועזן.

אין דעם אויבן געזאָגטן ליגט באַהאַלטן אַ וווּנדערלעכע תּשובֿה פֿאַר יענע ייִדן, וואָס בײַ זיי פֿעלט פֿעסטקייט און אַנטשלאָסנקייט אינעם אָפּהיט פֿון תּורה און מצוות; און דאָס צוליב דעם, וואָס דערבײַ דאַרף מען גיין קעגן דער מערהייט פֿון מענטשן — זײַנען דאָך די ייִדן דער "מעט מכּל העמים" (דבֿרים ו, ז) — זיי זענען דאָס ווינציקע צוישן די פֿעלקער. עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך ייִדן וועלכע געפֿינען זיך אין קלעם פֿון אַזאַ מין "דעמאָקראַטישקייט", און דערפֿאַר איז זייער קיום פֿון תּורה ומצוות נישט ווי געהעריק; און אַוודאַי געפֿינען זיי נישט בײַ זיך גענוג גײַסטיקן כּוח אַרויסצוגיין אין דער ברייטער גאַס און פֿאַרשפּרייטן ייִדישקייט צווישן אַנדערע ייִדן.

ובכן, דאָס וואָס די ייִדן זײַנען אַ קליינע מינדערהייט צווישן די אומות העולם, איז עס נאָר ווען מ׳מעסט עס לויט דער כּמותדיקער, קוואַנטיטאַטיווער מאָס, ווי זי איז אויסגעשטעלט אין די באַגרענעצטע וועלט־ראַמען פֿון צײַט און אָרט (ווי פֿעלקער ווערן צוזאַמענגעשטעלט פֿון איינצלנע מענטשן). פֿון דעם שטאַנדפּונקט זײַנען טאַקע די ייִדן אַ קליינע מינדערהייט צווישן גרויסע און צאָלרײַכע פֿעלקער. אָבער בײַ ייִדן איז דאָך דער עיקר די פּנימיותדיקע רוחניות, דער גײַסטיקער תּוך, וואָס פֿאַראייניקט די ייִדישע נשמות און דאָ האַנדלט זיך וועגן דער איכותדיקער, קוואַליטאַטיווער מאָס — און אין דעם זינען איז דאָס ייִדישע פֿאָלק גרויס, צאָלרײַך און אָן אַ שיעור, ווי דער לשון איז: "לא יספֿר מרובֿ" (בראשית לב, יג), אַזוי פֿיל, ביז נישט צום ציילן.

ווען אַ ייִד פֿאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן דורך אָפּהיטן תּורה ומצוות — וועלכע זײַנען העכער פֿון צײַט און אָרט — פֿאַרבינדט ער זיך מיט אַן אמת און אין אַ דירעקטן אופֿן מיט אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט; און וואָס נאָך מער: ער פֿאַרבינדט זיך אויך מיט די ייִדן וועלכע זײַנען דאָ געווען אַ מאָל און וועלכע וועלן דאָ זײַן אין אַלע דורות. אַזוי אַרום שאַפֿט זיך דערמיט אַ ריזיקע אָנצאָליקע קראַפֿט!

וילך

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה לערנען מיר, אַז משה רבינו האָט געזאָגט די ייִדן (לא, ב): "בן מאה ועשׂרים שנה אנוכי היום, לא אוכל עוד לצאת ולבֿוא" — איך בין הײַנט אַלט הונדערט און צוואַנציק יאָר, איך קען מער נישט אַרויסגיין און אַרײַנגיין. אָט די לעצטע ווערטער (נישט קענען ׳אַרויסגיין און אַרײַנגיין׳) זײַנען נישט אויסן אָנצודײַטן אויף זײַן פֿיזישער שוואַכקייט, ווײַל די תּורה שילדערט באַלד משה רבינוס גוטן געזונט־צושטאַנד: "לא כהתה עינו ולא נס ליחו", אַז די זיקנה האָט נישט געהאַט קיין שליטה אויף זײַן קערפּער. דערפֿאַר באַוואָרנט רש״י, אַז משה רבינו האָט דערמיט געמיינט צו זאָגן אַז ער קען מער נישט "אַרויסגיין און אַרײַנגיין" אין די ענינים פֿון תּורה. פֿאַר וואָס? — גיט רש״י באַלד צו: "מלמד שנסתּמו ממנו מסורות ומעינות החכמה" — דאָס לערנט אונדז, אַז ס׳זײַנען פֿאַר אים, פֿאַר משה רבינו, פֿאַרשטאָפּט געוואָרן די "מסורות" (די איבערגעבנדיקע ענינים) און די קוואַלן פֿון חכמה.

דאַרף מען דאָס פֿאַרשטיין: מיר זעען דאָך, אַז אין זײַנע ווײַטערדיקע רייד האָט משה רבינו נאָך צוגעגעבן און געלערנט מיט די ייִדן נאָך דרײַ פּרשיות פֿון דער תּורה: ׳וילך׳, ׳האזינו׳ און ׳וזאת הברכה׳, וועלכע זײַנען פֿאַרשריבן אין דער תּורה — און אין דעם זײַנען אײַנגעשלאָסן אויך די פּירושים פֿון די דרײַ פּרשיות וועלכע זײַנען איבערגעגעבן געוואָרן בעל־פּה, מינדלעך. טאָ ווי שטימט עס מיט דעם וואָס ווערט געזאָגט, אַז "נסתּמו ממנו מסורות ומעינות החכמה"?

דאָ זעט מען ווי די ווערטער פֿון רש״י זײַנען אַזוי מדוּיק, אַזוי גענוי אויסגערעכנט. ער זאָגט נישט, אַז אַלע רייד און ענינים פֿון תּורה זײַנען יענעם טאָג פֿאַר משה רבינו געוואָרן פֿאַרשטאָפּט, נאָר בלויז צוויי טיילן פֿון דער תּורה: "מסורות" און "מעינות החכמה". "מסורות" זײַנען די ענינים פֿון דער תּורה, וואָס דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן אינגאַנצן "בעל־פּה", אינגאַנצן מינדלעך, וועלכע זײַנען אַפֿילו נישט אָנגעדײַט אין "תּורה־שבכּתבֿ", אין דער פֿאַרשריבענער תּורה פֿון די פֿינף חומשים. די צווייטע זאַך — "מעינות החכמה", חכמה־קוואַלן — שטעלט מיט זיך פֿאָר די קענטשאַפֿט צו פֿאַרטיפֿן זיך אין דער תּורה דורך פּלפּולים און שאַפֿן חידושים אין דער תּורה.

דאָס הייסט: די צוויי ענינים זײַנען באַזירט אויף אייגענער שעפֿערישקייט און קוועליקייט (מעינות) אין תּורה — און אָט די קענטעניש איז געוואָרן "פֿאַרשטאָפּט" בײַ משה רבינו אין יענעם זמן; אָבער נישט די אַלע אַנדערע ענינים וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט תּורה־שבכּתבֿ. און דערפֿאַר האָט ער געקענט צוגעבן נאָך דרײַ פּרשיות אין דער תּורה. און וויבאַלד אַז עס האָט זיך געפֿעלט בײַ אים די עצמדיקע שעפֿערישקייט און קוועליקייט אין דער תּורה — הגם ער האָט נאָך געקענט לערנען מיט די ייִדן אַנדערע חלקים אין דער תּורה — האָט אָבער משה רבינו אין דעם דערפֿילט, אַז זײַן נשׂיאות האָט זיך פֿאַרענדיקט און ס׳איז געקומען די צײַט איבערצוגעבן די כּלל־ישׂראל־פֿירערשאַפֿט צו יהושע בן נון.

צו אָט דער מסקנה איז משה רבינו געקומען זײַענדיק אין דער מדריגה, וואָס ווערט באַצייכנט פֿון די חז״ל (אָבֿות ג, ח): "פּני משה כּפּני חמה" (דער פּנים פֿון משה רבינו איז ווי דער פּנים פֿון דער זון), דערקעגן וועגן יהושע ווערט געזאָגט: "פּני יהושע כּפּני לבֿנה" — יהושעס פּנים איז ווי דער פּנים פֿון דער לבֿנה. די מעלה פֿון דער זון־ליכט לגבי דער לבֿנה־ליכט (נישט ריידנדיק וועגן דעם ריזיקן אונטערשייד אין דער ליכט־כּמות) — באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס ליכט פֿון דער זון לײַכט תּמידיותדיק, אומפֿאַרענדערנדיק, מיט אַ פֿעסטער באַשטענדיקייט; אָבער דאָס לבֿנה־ליכט ענדערט זיך פֿון צײַט צו צײַט. דאָס מיינט צו זאָגן, אַז די גײַסטיקע ליכט־השפּעה פֿון משה רבינו צום ייִדישן פֿאָלק האָט זיך אויסגעצייכנט מיט דער כּסדרדיקער שטאַנדהאַפֿטיקייט, אָן שום ענדערונגען — נאָכאַנאַנד די זעלביקע שטאַרקע ליכטיקייט.

און דערפֿאַר, ווען משה רבינו האָט אין זיך דערשפּירט אַ געוויסע ענדערונג, איז דאָס פֿאַר אים געווען אַ באַווײַז, אַז ער קען שוין מער נישט זײַן דער פּועל־ממשדיקער מנהיג רוחני פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אין אַזאַ מצבֿ דאַרף יהושע ווערן דער גײַסטיקער פֿירער און לערער פֿון די ייִדן; און אין דער ׳לבֿנה׳־מדריגה פֿון יהושע איז שוין נישט קיין פּגם ווען דאָס ליכט ענדערט זיך — אַזוי איז דאָך גאָר נאַטירלעך פֿאַר דער לבֿנה־ליכט. אָבער בײַ משה רבינו, ווי נאָר ער האָט דערשפּירט בײַ זיך עפּעס אַן ענדערונג, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז די תּקופֿה פֿון זײַן השפּעה האָט זיך פֿאַרענדיקט.