משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַרליבט בײַ דער אַרבעט

טײַערע חזנטע,

איך בין פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וואָס איך קען פֿון דער אַרבעט. איך זע זי יעדן טאָג און עס מאַכט מיך משוגע. כ׳האָב געטאָן אַלץ, וואָס איך קען — כ׳האָב זי פֿאַרבעטן אויף מיטאָג מיט מיר; דאַכט זיך, אַז זי האָט הנאה געהאַט די ערשטע וואָך, אָבער זינט דעמאָלט איז זי "פֿאַרנומען". איך שיק איר בלומען יעדן צווייטן טאָג. איך לאָז איבער טעלעפֿאָנישע אָנזאָגן און בליצבריוו און זאָג איר ווי שיין זי איז, ווען זי קומט אַרײַן יעדן אין דער פֿרי. איך ברענג איר קאַווע אַזוי ווי זי האָט עס ליב — שוואַרץ מיט צוויי לעפֿעלעך צוקער — און אַמאָל שענק איך איר אַ מתּנהלע, וואָס איך לאָז אויף איר טיש. איך האַלט, אַז איך פֿיר זיך ווי אַן אמתער "דזשענטלמען," איז פֿאַר וואָס ווערט זי יעדן טאָג מער אין כּעס אויף מיר?

דער פֿאַרצווייפֿלטער

טײַערער פֿאַרצווייפֿלטער,

זי ווערט אין כּעס, ווײַל דו פֿירסט זיך אַזוי — ווי אַ פֿאַרצווייפֿלטער.

דו ביסט נישט פֿאַרליבט אין דער פֿרוי — דו האָסט אַ שגעון מיט איר. אײַערע "דזשענטלמענישע" פֿירעכצן זענען אַזוי איבערגעטריבן, איר האָט זי מסתּמא אַזוי דערשראָקן, אַז זי קען אײַך אַפֿילו נישט באַטראַכטן ווי אַ חבֿר.

מײַן עצה פֿאַר אײַך? הערט שוין אויף. און דאָס קומענדיקע מאָל, וואָס איר ווערט פֿאַראינטערעסירט אין אַ פֿרוי, גייט פּאַוואָליע, ווערט נישט אַזוי צעהיצט, און פֿאַרזיכערט זיך בײַם אָנהייב, אַז זי איז אויך כאָטש אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין אײַך, איידער איר שפּרינגט ווײַטער.

אַליין אָן אינטערעסן

טײַערע חזנטע,

איך בין 82 יאָר אַלט. לעצטנס, האָב איך פֿאַרלוירן מײַן מאַן, מיט וועמען איך האָב צוזאַמענגעלעבט 63 יאָר. איך ווייס נישט, וואָס צו טאָן מיט זיך. איך בין געזונט און איך האָב נאָך אַ קלאָרן קאָפּ, ברוך־השם. אָבער לויט מיר, וואָלט דאָס לעבן געווען גרינגער אָן אים. יעדער זאָגט מיר, אַז איך דאַרף זיך פֿאַרנעמען מיט זאַכן, וואָס פֿאַראינטערעסירן מיך. אָבער מײַן צרה איז, וואָס איך האָב נישט קיין אינטערעסן. איך געדענק אַפֿילו נישט, ווער איך בין געווען, איידער איך האָב זיך באַקענט מיט שאולן. ער איז געווען אַלץ פֿאַר מיר און איך ווייס נישט, ווער איך בין אָן אים.

די פֿאַרבלאָנדזשעטע

טײַערע פֿאַרבלאָנדזשעטע,

קודם־כּל, זאָלט איר מער נישט וויסן פֿון קיין צער.

אײַער געדאַנק, זיך צו פֿאַרנעמען מיט אײַערע אינטערעסן, איז אַ גוטער. מסתּמא האָט די פֿרוי, וואָס איר זענט געווען מיט 60 יאָר צוריק, זיך אַ סך געביטן אין משך פֿון די יאָרן. איר דאַרפֿט נישט געדענקען, וואָס פֿאַראַ פֿרוי איר זענט דעמאָלט געווען. איר דאַרפֿט אַנטדעקן די זאַכן, וואָס געפֿעלן אײַך הײַנט.

מײַן עצה איז, אַז איר זאָלט אויספּרוּוון פֿאַרשיידענע זאַכן, ביז איר וועט אַנטדעקן די ריכטיקע. איר האָט ליב לייענען? באַטייליקט זיך אין אַ לייען־קרײַז אָדער וואָלונטירט אין אַ ביבליאָטעק. איר האָט ליב קאָכן? פֿאַרבעט עטלעכע חבֿרים אויף וועטשערע איין מאָל אַ וואָך, אָדער געפֿינט אַ מענטש, וואָס וואָלט געוואָלט זיך אויסלערנען אײַערע באַליבטסטע רעצעפּטן. גיט אָפּ אײַער צײַט צו העלפֿן אַנדערע. אַזוי וועט איר ברענגען אַ געפֿיל פֿון ווערט און נוצן צו אײַער לעבן.

"הײַ־סקול"־חבֿרים

טײַערע חזנטע,

מײַן טאָכטער וואָלט געוואָלט זיך ראַנדקעווען מיט אַ ניט־ייִדישן בחור. זי איז אַ גוטע און אַ קלוגע, איך ווייס נישט, וואָס איך זאָל איר זאָגן. ס׳איז וויכטיק פֿאַר אונדז, אַז אונזערע קינדער זאָלן חתונה האָבן מיט ייִדן, אָבער זי איז נאָך זייער ווײַט פֿון חתונה האָבן. ציילן אויך די "הײַ־סקול"־ראָמאַנען?

די פֿאַרזאָרגטע מאַמע

טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,

איר האָט געענטפֿערט אויף אײַער אייגענער שאלה. אויב חתונה האָבן מיט אַ ייִד איז וויכטיק אין אײַער משפּחה, דאַרף זי אויך ראַנדקעווען מיט אַ ייִד, און דאָס איז דער איינציקער וועג. אײַער טאָכטערס "הײַ־סקול"־באַציִונגען וועלן באַשטימען, מיט וועמען זי וועט זיך שפּעטער באַקענען. איך ווינטש אײַך הצלחה אינעם שמועס, ווען איר וועט איר דערציילן — מיט ליבשאַפֿט — פֿאַר וואָס איר האַלט נישט פֿון איר פּלאַן.

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:

HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024