פֿאָרווערטס - 110

מ. באַראַנאָוו
מ. באַראַנאָוו
דעם 24סטן אַפּריל 1927 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿײַערלעך אָפּגעמערקט זײַן 30סטן יוביליי מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון 3,000 מענטשן אין דעם ניו-יאָרקער "סענטשורי טעאַטער". צווישן די רעדנער איז געווען אויך וויקטאָר בערגער (1860—1929), אַ סאָציאַליסטישער דעפּוטאַט אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. בערגער האָט באַשולדיקט די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם פֿאַר שטעלן די פּרעסע, ראַדיאָ און בילדונג אונטער איר שטרענגן קאָנטראָל און געלויבט דעם "פֿאָרווערטס", ווי אַ מוסטער פֿון אַן עכטער סאָציאַליסטישער צײַטונג, וואָס האָט ניט איבער זיך קיין קאַפּיטאַליסטישן באַלעבאָס.

בערגער איז געווען אַ באַקאַנטער נאָמען אין דעם אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אַן עסטרײַכיש-געבוירענער און געבילדעטער ייִד, איז ער יונגערהייט געקומען קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין מילוואָקי, וואָס איז געווען באַקאַנט ווי, ערשטנס, אַ צענטער פֿון דײַטש-רעדנדיקע אימיגראַנטן און, צווייטנס, ווי אַ וויכטיקער סאָציאַליסטישער צענטער. אַ סבֿרא, אַז ער האָט געהאַט נישט ווייניק שטיצער צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג. בערגער האָט געפֿירט אויך אַ זשורנאַליסטישע טעטיקייט, צווישן זײַנע קאָלעגן איז געווען אַזאַ מענטש ווי איזידאָר (יצחק-שאול) הורוויץ (1889—1959), וועלכער האָט געשריבן סײַ אויף ענגליש, סײַ אויך ייִדיש. זינט 1915 האָט הורוויץ אַרויסגעגעבן און רעדאַגירט די ייִדישע צײַטונג "מילוואָקער וואָכנבלאַט".

אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט בערגער שאַרף קריטיקירט די אַמעריקאַנער רעגירונג פֿאַר אַרײַנשלעפּן דאָס לאַנד אין דער שרעקלעכער שחיטה. הײַנט וואָלט אַזאַ קריטיק אויפֿגענומען געוואָרן רויִק, אָבער אין יענע צײַטן האָט מען עס פֿאַרטײַטשט ווי אַן אַנטי-אַמעריקאַנער טעטיקייט. דער סוף איז געווען, אַז בערגערס אָרט אין קאָנגרעס איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרנומען, און דעם קאָנגרעסמאַן גופֿא האָט מען אין יאָר 1919 פֿאַרמישפּט צו צוואַנציק יאָר תּפֿיסה. אין צוויי יאָר אַרום האָט מען אים פֿונדעסטוועגן באַפֿרײַט, ווײַל צו יענער צײַט האָט זיך אײַנגעשטילט די הוראַ-פּאַטריאָטישע היסטעריע, וועלכע האָט געהערשט אין דער געזעלשאַפֿט אין די מלחמה-יאָרן.

די ערשטע וועלט-מלחמה האָט בכלל געשטעלט פֿאַר די סאָציאַליסטן אַן ערנסטע פֿראַגע: צו שטיצן, צי ניט, די מלחמה; און טאָמער שוין יאָ שטיצן, טאָ וועמעס צד אָנצונעמען? פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטן זײַנען באַזונדערס וויכטיק געווען צוויי זײַטן — דער דײַטשישער און דער רוסישער. זייער אַ שטאַרקן פֿאַרדראָס האָט מען געטראָגן אויף דער רוסישער מלוכה, מחמת זי האָט טאָלערירט פּאָגראָמען, דערלאָזט דעם בייליס-פּראָצעס און געהאַלטן אירע ייִדן פֿאַר תּושבֿים פֿון אַ צווייטן סאָרט. פֿון אַן אַנדער זײַט, זײַנען ניט ווייניק סאָציאַליסטן געווען ניט צופֿרידן מיט דער אימפּעריאַליסטישער פּראָגראַם פֿון דער קאָאַליציע, געפֿירט דורך דײַטשלאַנד.

אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט אַב. קאַהאַן זיך געשטעלט אויף די אַנטי-רוסישע פּאָזיציעס. ניט נאָר ער, דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט אַזוי געהאַלטן. ס׳רובֿ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג האָבן אים אונטערגעהאַלטן. אָבער קעגן דעם איז אַרויסגעטראָטן מ. באַראַנאָוו (משה גאָרמידאָר, 1864—1942), אַ פּאָפּולערער פּובליציסט און פּאָליטישער פֿעליעטאָניסט, וואָס פֿלעגט אָפֿט שטעלן אונטער זײַנע אַרטיקלען די אונטערשריפֿט "פֿאַרבײַגייענדיק". באַראַנאָוו איז אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד אין אַן אַסימילירטער סבֿיבֿה, זיך געלערנט אין אַ רוסישן אוניווערסיטעט. ווי אַ מיטגליד פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אין טורמע און אַרויסגעשיקט געוואָרן אין סיביר. ווי עס פֿלעגט זיך אָפֿט מאַכן אין אַזעלכע פֿאַלן, האָט זיך באַראַנאָוון אײַנגעגעבן צו מאַכן פּליטה פֿון סיביר. ער איז געקומען קיין מערבֿ-אייראָפּע און שפּעטער קיין אַמעריקע.

די ערשטע צײַט האָט באַראַנאָוו געשריבן זײַנע אַרטיקלען פֿאַר די ייִדישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿטן אויף רוסיש און מע האָט זיי איבערגעזעצט אויף ייִדיש. דערנאָך האָט ער גוט באַהערשט די שפּראַך און געהאַט זייער אַ סך חסידים צווישן די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ ער האָט רעגולער געשריבן. אמת, אויף לעבן האָט ער פֿאַרדינט, דער עיקר, ווי אַ דענטיסט מיט אַ פֿײַנער פּראַקטיק, בעת זײַן ווײַב האָט געאַרבעט אין מאָרגאַנס באַנק. אין דער היים האָבן זיי גערעדט רוסיש, און יעדן פֿרײַטיק פֿלעגט זיך אין זייער דירה צונויפֿקלײַבן אַ רוסישער "סאַלאָן". אַב. קאַהאַן און זײַן פֿרוי זײַנען געווען אָפֿטע געסט בײַ די באַראַנאָווס, וואָס איז געווען אַ יוצא-מן-הכּלל, ווײַל קאַהאַן האָט, געוויינטלעך, ניט אונטערגעהאַלטן אַזעלכע משפּחה-באַציִונגען מיט אַנדערע "פֿאָרווערטס"-מיטאַרבעטער.

אין שײַכות מיט דער מלחמה, האָבן קאַהאַן און באַראַנאָוו, ניט געקוקט אויף זייער פֿרײַנדשאַפֿט, פֿאַרנומען פֿאַרשיידענע פּאָזיציעס. באַראַנאָוו איז געווען דאָס איינציקע אַנטי-דײַטשישע קול אין דער צײַטונג. אין זײַנע אַרטיקלען, געדרוקט דעם 6טן, 13טן און 17טן אָקטאָבער 1914, האָט ער געשטיצט רוסלאַנד און אַנדערע קעגנער פֿון דײַטשלאַנד. קאַהאַן האָט אויף דעם געעענטפֿערט מיט פֿיר אַרטיקלען — דעם 21סטן, 22סטן, 23סטן און 25סטן אָקטאָבער. זייער דיסקוסיע האָט זיך פֿאָרגעזעצט אין די קומענדיקע חדשים.

באַראַנאָוו האָט געשריבן: "ווי שעמען זיך ניט אונדזערע ייִדישע פּאַטריאָטן צו זײַן אַזעלכע עגאָיִסטן? די גאַנצע וועלט מעג חרובֿ ווערן, אַבי צאַר ניקאָלײַ זאָל באַשטראָפֿט ווערן פֿאַר דעם קישינעווער פּאָגראָם". קאַהאַן האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז ער פֿאַרשטייט ניט, פֿאַר וואָס די ייִדן "טאָרן ניט זײַן קיין נאַציאָנאַלע עגאָיִסטן" און פֿאַר וואָס זיי מוזן "זיך זאָרגן פֿאַר אַנדערע — פֿאַר סערביע, פֿאַר מאָנטענעגראָ און פֿאַר אַלבאַניע", בעת יעדע נאַציע דאַגהט פֿאַר זיך. שפּעטער, בפֿרט אין היטלערס צײַטן, האָט קאַהאַן חרטה געהאַט מכּוח זײַן צוגאַנג אין יענע יאָרן.

אַזאַ פּאָזיציע האָט געשטעלט דעם "פֿאָרווערטס" אין סכּנה צו זײַן פֿאַרמאַכט מצד דער מלוכה. בפֿרט, אַז מע האָט עס טאַקע געטאָן מיט אַ צאָל סאָציאַליסטישע צײַטונגען, וועלכע האָבן געשטיצט וויקטאָר בערגער און אַנדערע קעגנער פֿון דער מלחמה. עס האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרויפֿלייגן אַזעלכע פֿאַטאַלע סאַנקציעס אויך אויף דער ייִדישער צײַטונג, אָבער די גזירה האָט מען אָפּגעשריגן. געטאָן האָבן עס, דער עיקר, סעמועל גאָמפּערס, דער פֿירער פֿון די אַמעריקאַנער פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, און לויִס מאַרשאַל, דער פֿירער פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט.