דער ערשטער דאַנקטאָג |
דאַנקטאָג בײַ אונדזערע פֿרומע ברידער און שוועסטער
וואָס שײַך אָננעמען דאַנקטאָג ווי אַ ייִדישער יום־טובֿ איז דער ענין, ווי יעדער ענין וואָס רירט אָן ייִדן און ייִדישקייט, אַ ביסל ערנצטער בײַ די פֿרומע, אפֿשר ווײַל זיי האַלטן אַזוי שטאַרק פֿון "ניט מישן", ניט מענער מיט פֿרויען, ניט ייִדן מיט גויים, ניט מילכיקס מיט פֿליישיקס, און ניט וואָל מיט פֿלאַקס (שעטנז). דעריבער איז בײַ שטאַרק פֿרומע לײַט די ערשטע פּראָבלעם צי אין שײַכות מיט דאַנקטאָג איז דאָ עפּעס אַ חשש אַז ער שטאַמט גאָר פֿון אַ גוייִשן מקור. אין שײַכות דערמיט איז כּדאַי צו באַטראַכטן די מיינונגען פֿון עטלעכע פּוסקים, וואָס זענען אָדער אַליין געווען אימיגראַנטן אָדער די קינדער פֿון אימיגראַנטן אין אַמעריקע. נאָר פֿריִער לאָמיר כאָטש אַ ביסעלע אונטערזוכן דעם טראַדיציאָנעלן שורש פֿונעם יום־טובֿ בכלל. פֿון וואַנען שטאַמט ער אייגנטלעך?
די געשיכטע פֿון דאַנקטאָג אין אַמעריקע, ווי מיר האָבן שוין איין מאָל פֿריִער געשריבן, איז דער שווערער ווינטער פֿון 1622—1623 געווען דער דירעקטער גורם פֿון דער ערשטער דאַנקטאָג־פֿײַערונג. די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען דעם 30סטן יולי, ד״ה, אין סאַמע מיטן זומער און ניט אין האַרבסט ווי אַצינדער. מיט די אינדיאַנער האָט מען פּונקט דעמאָלט געלעבט בשלום און זיי זײַנען געווען בײַ דער שׂימחה גאָר אָנגעלייגטע געסט. אַ דאַנק די אָנווײַזונגען פֿון די אינדיאַנער איז דער שניט געווען זייער אַ געראָטענער און פֿאַר אַלעמען איז געווען מער ווי גענוג צו עסן. אָבער דאָס איז געווען נאָר אַ לאָקאַלע שׂימחה און איז פֿאָרגעקומען בלויז כדי אָפּצומערקן דעם נצחון איבער אַ ספּעציעל שווערן ווינטער. ערשט דעם 26סטן נאָוועמבער, 1789, ד״ה מיט גאַנצע 126 יאָר שפּעטער, האָט וואַשינגטאָן אַרויסגעגעבן די ערשטע פּראָקלאַמאַציע לטובֿת אַ לאַנדישער שׂימחה וואָס זאָל הייסן "דאַנקטאָג" כּדי אויסצודריקן זייער דאַנק... "פֿאַר דער רעליגיעזער פֿרײַהייט מיט וועלכער מיר זענען געבענטשט געוואָרן... און, אין אַלגעמיין, פֿאַר די אַלע גרויסע און פֿאַרשיידענע טובֿות און חסדים מיט וועלכע ער האָט אונדז באַשאָנקען".
נישט ביז ווען די אַחדות פֿונעם לאַנד איז ווידער געווען אין געפֿאַר, צוליב די אַלע אינערלעכע פּראָבלעמען וואָס די נעגער־שקלאַפֿערײַ האָט כּסדר גורם געווען פֿאַרן "לאַנד פֿון די בראַווע און די היים פֿון די פֿרײַע", איז דאָס פּראַווען דאַנקטאָג ווידער ארויף אויפֿן לאַנדישן סדר־היום. נאָר ס’האָט ווידער געדויערט שיינע עטלעכע יאָר ביז לינקאָלן האָט אין 1863 אַרויסגעלאָזט זײַן "פּראָקלאַמאַציע" אַ דאַנק וועלכער אַמעריקאַנער פּראַווען אָט דעם טאָג אי ווי אַ לאַנדישן, אי ווי אַ וועלטלעכן, אי ווי אַ באַצאָלטן רוטאָג, און אי דעם 4טן צי דעם 5טן דאָנערשטיק פֿון חודש נאָוועמבער. "בלויז אין אַמעריקע", וווּ עס גילטן אויך ווי "יורידיש־וועלטלעך" אַזעלכע אַלגעמיין אָנגענומענע ימים־טובֿים ווי "גוט פֿרײַטיק", ניטל, חנוכּה און נײַיאָרטאָג, וואָלט דאַנקטאָג געקענט אויסגעטײַטשט ווערן פֿונעם העכסטן געריכט ווי אַ וועלטלעכער, און בלויז אין אַמעריקע וואָלטן ס’רובֿ רבנים פּוסקים מסכּים געווען מיט אַזאַ פּסק, באַשר־בכן אַז דער טאָג וואַקסט ניט אַרויס פֿון געצנדינערישע שורשים און פּוצט זיך ניט אין נאַרישע קאָסטיומען אָדער אויפֿפֿירן.
רבנישע מיינונגען וועגן דאַנקטאָג און וועגן עסן אינדיק:
הרבֿ משה פֿײַנשטיין
הרבֿ משה פֿײַנשטיין, אַ פּוסק פֿונעם פֿריִערדיקן דור וואָס איז ווײַטער זייער אַ חשובֿער נאָמען בײַ אַ גרויסער צאָל אַמעריקאַנער רבנים און אויך בײַ פּשוטע פֿרומע ייִדן פֿון אַ חרדישן שניט, איז געווען אַ קול לגבי דאַנקטאָג לויט ביידע פּרינציפּן וואָס מיר האָבן אָקערשט דערמאָנט. ער האָט געהאַלטן אַז אַפֿילו אין די פֿרומע קריסטלעכע ביכער רעדט זיך אין ערגעץ ניט וועגן דאַנקטאָג און קיין "מוז" צו עסן דערבײַ אינדיק ווערט בײַ גויים אויך אין ערגעץ ניט דערמאָנט. אַפֿילו דער הלכהדיקער פֿאַרבאָט צוצוגעבן צום ייִדישן לוח גוייִשע דאַטעס איז לויט אים ניט מער ווי אַ חומרא, ד״ה אַן אומנייטיקע פֿאַרשווערונג פֿונעם ייִדישן דין.
הרבֿ יאָשע־בער סאָלאָווייטשיק
די מיינונגען פֿון הרבֿ י.־ב. סאָלאָווייטשיק ווערן ווײַט און ברייט אָנגענומען דורך דער "מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע". ווי אַ קאַלעדזש־דערצויגענער מענטש איז ער אויך געווען גוט באַקאַנט מיט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט און ניט בלויז מיט דער הלכהשער. ער האָט אַליין, אין באָסטאָן, געפּראַוועט דאַנקטאָג און געגעסן אינדיק, נאָר ער האָט אויך יענעם טאָג געזאָגט זײַן געוויינטלעכן שיעור אין תּלמוד, כּדי ניט מוותּר צו זײַן אויפֿן פּרינציפּ פֿון הערן דאָס וואָרט פֿון דער תּורה יעדן טאָג.
הרבֿ יצחק הוטנער
דער באַרימטער חרדישער פּוסק, הרבֿ יצחק הוטנער, האַלט זיך אַפּנים בײַ פּונקט פֿאַרקערטע מיינונגען ווי די ניט־ווייניקער באַרימטע רבנים פֿײַנשטיין און סאָלאָווייטשיק. לויט הוטנערן דאַרף דאָ זײַן דאָמינאַנט דער פֿאַקט וואָס דאַנקטאָג איז מלכתּחילה געווען אַ גוייִשער יום־טובֿ וואָס מען האָט געהיט יעדן יאָר לויטן קריסטלעכן לוח און אַז דאָס פּראַווען אָט אַזאַ מין טאָג איז פֿאַר ייִדן פּשוט אָסור בכל אופֿנים.
סך־הכּלען
ניט אַרײַנגייענדיק אין אַלע פּרטי־פּרטים וואָס זענען מיט רבנישע מיינונגען תּמיד פֿאַרבונדן, באַקומט זיך אַז לגבי דאַנקטאָג זענען פֿאַראַן דרײַ הויפּט־מיינונגען. פֿאַראַן מיינונגען אַז דאַנקטאָג איז ניט קיין גוייִשער יום־טובֿ, ניט מער ווי דאָס היטן דעם טאָג פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿרײַונג פֿון דער ענגלישער ממשלה. דאָך איז קיין פֿולע אייניקייט ניט פֿאַראַן אַפֿילו ניט אויף דעם פּונקט. די פּלוגתּא דאָ גייט אין דעם צי אין אַמעריקע הערשט אין תּוך אַ "וועלטלעכע געזעלשאַפֿט", אַ "גוייִשע" געזעלשאַפֿט, צי אַ "געצנדינערישע געזעלשאַפֿט". מיטן חילוק צווישן אָט די דרײַ אָפּשאַצונגען האָבן די פּוסקים פֿון 100 יאָר צוריק אין מיזרח־אייראָפּע זיך קיין מאָל ניט געדאַרפֿט פֿאַרנעמען, בעת הײַנט צו טאָג זענען דערמיט פֿאַרבונדן גאָר אַ סך רבנישע זאָרגן וועגן וואָס פֿאַר אַ, און וויפֿל, אַמעריקאַניזאַציע מיר מעגן זיך דערלויבן אין אָט דער גאָלדענער מדינה. די הלכה דערלויבט ייִדן צו היטן סעקולערע ימים־טובים אַזוי לאַנג ווי זיי ווערן ניט געפּראַוועט אין איינעם מיט פֿרײַנד וואָס גיבן צו צום ימים־טובֿ די סימנים און מנהגים פֿון אַ רעליגיעזן ריטואַל, צי אַ ייִדישן צי אַ ניט־ייִדישן. און לסוף, דאַרפֿן מיר זיך אַלע באַמיִען אַרויסצוּווײַזן דרך־אַרץ פֿאַר די מיינונגען פֿון ייִדן וואָס גייען זיך מיט אונדז פֿונאַנדער. נאָר אויב און ווען מיר וועלן דאָס שוין דערגרייכן וועלן מיר באמת זוכה זײַן צו פּראַווען דאַנקטאָג.
די הלכה דערלויבט ייִדן צו פּראַווען פּריוואַטע דאַנקטאָג־שׂימחות צוזאַמען מיט אַלע אונדזערע וועלטלעכע און ייִדישע פֿרײַנד. מיר דאַרפֿן אָבער אין יענעם טאָג לחלוטין ניט פֿאַרקלענערן אונדזערע ייִדישע התחײַבותן. אונדזער בירגערשאַפֿט אין אַמעריקע און אונדזער דאַנקבאַרקייט צו אַמעריקע צווינגען אויף אונדז ניט אַרויף קײַן פֿרעמדע פּרינציפּן וואָס זענען ניט בהסכּם מיט אונדזער ייִדישקייט. מיר מעגן זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר־השׁכל פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיקן: ניט פֿאַרמינערן, חלילה, אונדזער ייִדישקייט דורך אָפּלאָזן אויף אַפֿילו איין טאָג דאָס לערנען און דאָס שטיצן די ייִדישע ליטעראַרישע און קולטורעלע הצטרכותן אויף כּל־מיני געביטן. אַזוי האָט אויך אונדזער וועלטלעכע טראַדיציע אונדז געלערנט. מיר טראָגן אַ צוויייִקע טראַדיציע און דאָס פּראַווען דאַנקטאָג איז בהסכּם מיט ביידע.