רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער אויסזען פֿון אַ מאָלצײַט איז אַ מאָל פּונקט אַזוי וויכטיק ווי דער טעם, בפֿרט ווען עס רעדט זיך וועגן צוגרייטן אַ ספּאָנטאַנע וועטשערע, נאָך אַ שווערן טאָג בײַ דער אַרבעט.

שפּריצבוימל
3 שטיקלעך בייליק, אָן הויט און אָן ביינער
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1/4 טעפּל מאַיאָנעז
1 לעפֿל דיזשאָנער זענעפֿט

באַשפּריצט אַ בראָט־אויוון מיט שפּריצבוימל.

באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די שטיקלעך בייליק. אין אַ שיסעלע מישט צונויף דעם מאַיאָנעז מיטן זענעפֿט און באַשמירט דערמיט די בייליק־שטיקלעך פֿון אַלע זײַטן. לייגט דאָס הינדל אַרײַן אינעם בראָט־אויוון און בראָט בערך 8 מינוט אָדער ביז דער סאָוס ברוינט זיך גוט צו. דרייט איבער די הינדל־שטיקלעך, און ברוינט צו די צווייטע זײַט.

צעשנײַדט די הינער־שטיקלעך אויף קוביקלעך.

קאַנאָלאַ־בוימל
1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן
4 גרויסע קאַרטאָפֿל, צעשניטן און אָפּגעקאָכט
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער

הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע. פּרעגלט אָפּ די צעשניטענע ציבעלע ביז זי ווערט דורכזיכטיק. גיט אַרײַן די קאַרטאָפֿל, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט זיי, און מישט אויס מיט דער ציבעלע. דעקט צו די פּאַטעלניע, די קאַרטאָפֿל זאָלן בלײַבן וואַרעם.

8 בלעטער רוימישע שאַלאַטן, צעריסן
2 גרינע ציבעלעס, צעשניטן
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע
4 גרויסע טיף־רויטע פּאָמידאָרן, צעשניטן
2 גרויסע אוגערקעס, צעשניטן
1 פּושקע שוואַרצע בעבלעך

מישט צונויף די ערשטע פֿינף באַ­שטאַנדטיילן אין אַ גרויסער שיסל. לייגט די פּאָמידאָרן, אוגערקעס און שוואַרצע בעבלעך אין דרײַ באַזונדערע שיסעלעך.

גיט אַלץ צום טיש, און עסט מיט אַ גוטן אַפּעטיט!