ליטעראַטור
פֿון לילקע מײַזנער (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"נאָר בײַ מיר פֿאַראַן איז נאָר איין ביכל —
דאָס האַרץ פֿון זכּרון — און דאָרט פֿאַרבליבן
אַלע נעמען, אויף אַלע לעבנס —
אויף אַלע מײַנע יאָרן".
("דאָס הארץ פֿון זכּרון" —
פֿון בוך "מאָלן די אַמאָלן", 1997)

ווען אַ בוך ווערט געבוירן — איז עס אַ פֿרייד; ווען אַ ייִדיש בוך ווערט געבוירן — איז עס אַ שׂימחה, אַ צוויי־פֿאַכיקע שׂימחה — אַ בוך און אויף ייִדיש דערצו!

איז מיט אָט דער שׂימחהדיקער שטי­מונג, האָב איך אויפֿגענומען דאָס בוך פֿון דיכטער, שרײַבער משה שקליאַר — רעדאַק­טאָר פֿון לאָס־אַנדזשעלעסער "חשבון" און מיטפֿאָרזיצער פֿון ייִדישן קולטור־קלוב אין לאָס־אַנדזשעלעס.

מײַנע פּאָר ווערטער זײַנען נישט קיין אָפֿיציעלע אָפּהאַנדלונג פֿונעם בוך. מײַנע ווערטער זײַנען אַ פֿריידיקע באַגריסונג, דערמאָנונג, אַז די ייִדישע שרײַבער לעבן און שאַפֿן אויף ייִדיש! און ווי לאַנג די דאָזיקע שאַפֿונגס־קראַפֿט איז דאָ — קענען מיר אַביסל לײַכטער אָפּעטעמען!

אונדזער ייִדישע ליטעראַטור, וועלכע איז אַזוי שרעקלעך באַעוולט געוואָרן אין איר ליטעראַרישן שאַפֿונגס־שוווּנג — צו­ליב דעם אומקום סײַ פֿון די לייענער און סײַ פֿון די שאַפֿער — האָט געשאַפֿן אַ שטי­מונג פֿון פּעסימיזם און קלאָגעניש, ווי דער שרײַבער זוסמאַן סעגאַלאָוויטש האָט געזאָגט: "פֿאַר וועמען — אַז מײַן פֿאָלק איז נישטאָ". אָבער צום גליק זײַנען נאָך געבליבן און צוגעקומען זינגער און באַזינ­גער — מוזן מיר האָפֿן!

דער נאָמען פֿונעם בוך "ווען די ערד האָט געברענט" זאָגט שוין טיילווײַז אָן דעם אינהאַלט. און ווי קען עס זײַן אַנדערש? די עדות האָבן דאָס וואָרט! און די פֿאָרמען — צי פּאָעזיע, פּראָזע, מעמואַרן — בלײַבן בײַ די שעפֿער די וואָרטזאָגער!

אין דעם לעצטן קאַפּיטל פֿון דער גרע­סערער דערציילונג "מאָלן די אַמאָלן" פֿון משה שקליאַר, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1997, שרײַבט דער מחבר: "און מיר האָט זיך געפּלאָנטערט אין קאָפּ אַ גאַנץ לעבן — אַהין און צוריק, אַהין און צוריק — אָט בין איך אַ קינד, און אָט אַ דערוואַקסענער"... (און ווײַטער) "בלײַב מיט מיר קעצעלע, פֿאַרלאָז מיך נישט, לאָז מיך נישט איבער אַליין מיט די שאָטנס"...

אָבער מיר בלײַבן מיט די שאָטנס, און מיר פֿאַרפֿיקסירן זיי אויף פֿאַרשידענע אופֿנים און פֿאָרמען, ווײַל זיי וווינען אין אונדז — אָט די פֿאַרגאַנגענע שאָטנס — ווײַל זיי שטעלן פֿעסט אַ סדר פֿון לעבן, וואָס איז געווען און מער נישטאָ!

"ווען די ערד האָט געברענט" איז אַ ווײַטערדיקער צוגאָב־טייל צו די צען האַלב־ביאָגראַפֿישע דערציילונגען, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרזאַמלט אין דעם בוך "מאָלן די אַמאָלן". די פֿריִערדיקע דערציילונגען זײַנען געווען אַן "אָדע" צו די ייִדישע פֿאָלקס־שולן אין פּוילן; אַ לויב־געזאַנג צו די שילער און לערער, און דאַן — דאַן דער גרויסער בראָך, וועלכער האָט פֿאַרטונקלט, פֿאַרשוואַרצט דעם האָריזאָנט!

דאָס בוך באַשטייט פֿון יוגנט־גע­שטאַלטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דעם שרײַבערס מוח־פֿאַלדן און שאַפֿן אַ קאַנווע פֿון אַ לעבן אין גאַנג, פֿון אַן אַנטוויקלונגס־וועג, פֿון אָנהייב טרוימען און פֿאַרלאָשענע חלומות, וועלכע שאַפֿן אַ פּאַנאָראַמע פֿון אַ לעבן, וואָס איז איבער­געריסן געוואָרן אין דעם שוווּנג פֿון אויפֿבלי; אַ צײַט אָפּשניט, וועלכער איז געוואָרן נישט גענוג פֿאַרנאָטירט אין אונדזער נאָך־אומקום ליטעראַטור — דאָס פֿאַרלאָזן די היים, די שטאָט, דאָס לאַנד פֿון דײַן געבוירן, נעמען דעם וואַנדער־שטעקן אין האַנט, און געפֿינען נײַע ווינקלען וווּ דעם קאָפּ אַוועקצולייגן אין דעם גרויסן נע־ונד. דער שרײַבער באַקענט אונדז מיט זײַנע נאָענטע און ווײַטע חבֿרים, מיט די שטעטלעך, אין וועלכע דער העלד שטעלט זיך אָפּ, מיט די אָפֿענע טירן פֿון די אײַנגעזעסענע ייִדישע משפּחות, די וואַ­רעמ­קייט און גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט, דער ווילן צו פֿאַרלײַכטערן דעם נע־ונד.

"דער וועג אויף מיזרח" איז נישט גע­ווען קיין לײַכטער; אַ וועג פֿול מיט דערנער, פֿון נישט וויסן וואָס די מינוט וועט ברענגען, פֿון אָפּגעריסנקייט, פֿון די אַמאָליקע היימישע וואָרצלען, פֿון פֿאַרבינדן זיך מיט אַ נײַער סבֿיבֿה און באַקענען זיך מיט אַ נײַעם אַרום!

דער שרײַבער דערנענטערט אונדז צו אָט דער גאַנצער נע־ונד־פּאַנאָראַמע, די טיפּאַזשן ווערן אונדז נאָענט, און מיר, די לייענער, גייען מיט מיט זיי. דאָס ספּע­צי­פֿישע קאַפּיטל — דאָס גיין אויף מיזרח, דאָס פֿאַרלאָזן די אייגענע היים־נעסטן — איז אין אונדזער נאָך חורבן־ליטעראַטור ווייניק באַשריבן געוואָרן. און עס איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון אונדזער אומקום. דאָס וועלן זיך ראַטעווען, די קאָלאָסאַלע אינערציע פֿון וועלן לעבן, די צווייפֿלונגען און געוויסנסביסנס פֿון פֿאַרלאָזן נאָענטע און טײַערע, די דילעמע פֿון "גיין ווײַטער", "צי גיין צוריק", די באַגעגענישן און פֿרײַנדשאַפֿטן געשאַפֿענע אונטער ספּעציפֿישע באַדינגונגען; יוגנט־ליבעס, וועלכע ווערן אָנגעצונדן און אויס­געלאָשן, נישט האָבנדיק די מעגלעכקייטן פֿון אַנטוויקלען זיך, און אויסגעלאָשענע טרוימען — אָט די גאַנצע קאַנווע ווערט געמאָלן דורך אונדזער שרײַבער אין אינ­טימע, נאָסטאַלגישע פֿאַרבן, וועלכע פֿאַר­בינדן דעם לייענער מיט דעם שרײַבער. און די רײַכקייט פֿון שפּראַך — שאַפֿט די דימענסיע.

איז מיט גרויס פֿרייד נעמען מיר אויף דאָס נײַע בוך פֿון אונדזער שרײַבער, פּאָעט משה שקליאַר. נישט לײַכט איז צוריקצוגיין צו ווײַטע פֿאַרגאַנגענע צײַטן, וועלכע דערמאָנען אונדזערע אָנהייבן, אונדזערע טרוימען, נישט־דערלעבטע וווּנטשן. ס׳איז גוט אין פֿאָרעם פֿון אַ נאָ­וועלע, דערציילונגען, צו פֿאַרהאַלטן אינעם הײַנט אָט די שאָטנס, וועלכע וועלן בלײַבן אייביק אין אונדז, און דאַרפֿן דער­מאָנען די לעבעדיקע אָט דעם קאַפּיטל פֿון "מאָלן די אַמאָלן" און "ווען די ערד האָט געברענט".