מוזיק
בילדער פֿון עפֿרה עמית און רחל־אליה אַכונאָוו
בילדער פֿון עפֿרה עמית און רחל־אליה אַכונאָוו

אַן אימפּאָזאַנטער, מ'וואָלט געקאָנט אַפֿילו צוגעבן, אַן אומפֿאַרגעסלעכער קולטורעל־מוזיקאַלישער אָוונט איז אַנומלט פֿאָרגעקומען אין "עינבֿ"־זאַל, אין סאַמע צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. צום ערשטן מאָל האָט דער צושויער אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל געהאַט די געלעגנהייט אויסצוהערן די קאָנטאַטע "אין מלכות פֿון צלם", געשאַפֿן דורכן קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי, אינספּירירט פֿון דער פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען, "אין מלכות פֿון צלם", פֿון דיכטער אורי־צבֿי גרינבערג (אצ"ג).

דניאל גלאַי איז גוט באַקאַנט אין ישׂראל, ווי אויך אין אויסלאַנד, דורך זײַן ברייט פֿאַרשפּרייטער מוזיקאַלישער טעטיקייט. (וועגן דער פּרעמיערע פֿון זײַן מיני־אָפּערע אויף ייִדיש "חיים בן־חיה" האָבן מיר שוין געשריבן לעצטנס אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס"). אַ פּיאַניסט, קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט איז גלאַי פֿון אינטעלעקטועלן שטאַנדפּונקט אײַנגעוואָרצלט, בעיקר, אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וואָס דינט אים ווי אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל צו זײַן מוזיקאַלישער שאַפֿונג. פֿון אָט דעם קוואַל טאַקע האָט ער גענומען די טעמע צו דער דערמאָנטער מיני־אָפּערע און דורך דעם זעלבן וועג איז ער געקומען צו דער איצטיקער נײַער שאַפֿונג זײַנער.

די פּאָעמע פֿון אורי־צבֿי גרינבערג, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש אין בערלין אין 1923, אין דער מאָדערניסטישער צײַטשריפֿט "אַלבאַטראָס", אַנטהאַלט נבֿיאיִש־אַפּאָקאַליפּטישע מאָטיוון אין גײַסט פֿון יענער תּקופֿה און לאָזן איבער אויפֿן לייענער אַ טיפֿן אײַנדרוק, פֿון וועלכן ס'איז שווער זיך צו באַפֿרײַען. דעריבער איז טאַקע גאַנץ לײַכט צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס גלאַי דער מוזיקער האָט נישט געקאָנט פֿאַרבלײַבן גלײַכגילטיק צו דעם אײַנדרוקספֿולן ווערק, וואָס האָט אים באַוועגט צו שאַפֿן זײַן אייגענע מוזיקאַלישע אינטרעפּרעטאַציע אויף דעם וויכטיקן טעקסט.

"אַ שוואַרצער וואַלד אַזאַ געדיכטער וואַקסט דאָ אויף דעם פֿלאַכלאַנד,
אַזעלכע טיפֿע טאָלן וויי און אימה אין אייראָפּע!
די ביימער האָבן ווייקעפּ פֿינצטער ווילדע, פֿינצטער ווילדע.
אויף די צווײַגן הענגען טויטע נאָך מיט בלוטנדיקע וווּנדן".

מיט אָט דער סטראָפֿע הייבט זיך אָן אצ"גס פּאָעמע, וועלכע באַווײַזט איבער הויפּט די דערשײַנונגען פֿון צעשטערונג און חורבן. פּונקט פֿאַרקערט אָבער איז דער סוף, וווּ דער דיכטער וויל זיך "אומקערן צו די זאַמדן פֿון מידבר" און ער פֿאַרענדיקט "אין מלכות פֿון צלם" מיטן וואָרט "אַהבֿה".

איז מיט וואָס פֿאַר אַן עלעמענטן באַנוצט זיך גלאַי איבערצוגעבן דעם טעקסט אויף זײַן מוזיקאַלישער שפּראַך? ער שאַפֿט מיט זײַן מוזיק, קודם־כּל, אַן אַנדער דימענסיע: ער באַנוצט די פֿרויען־שטים פֿון דער סאָפּראַן נואה ביזאַנסקי איבערצוגעבן אויף ייִדיש, אויף דער שפּראַך פֿון אָריגינאַל, די סורעאַליסטיש־דראַמאַטישע סטראָפֿעס, וואָס ווערן אונטערגעשטראָכן דורך די אינסטרומענטן פֿון קליינעם קאַמער־אָרקעסטער: פּיאַנע, פֿידל, פֿלייט, קאָנטראַבאַס און ספּעציעלע עפֿעקטן. און כּדי אונטערצושטרײַכן נאָך מער די נבֿיאישע מאָטיוון, ברענגט ער צוויי שפּראַך־קינסטלער — מיכאל בן־אַבֿרהם, וועלכער לייענט אויף ייִדיש און צבֿי סאַלטאָן — אויף העברעיִש. זיי פֿאַרפֿולקאָמען מיט זייער קינסטלערישן פֿאַרלייענען דעם דראַמאַטיש־מוזיקאַלישן ספּעקטאַקל־קאָנצערט, דיריגירט דורכן קאָמפּאָזיטאָר אַליין.

אַ באַזונדערע פֿײַערלעכקייט דעם אָוונט האָבן צוגעגעבן די באַגריסונגען פֿון דער פֿאָרזיצערין פֿון אצ"ג־אַנשטאַלט גאולה כּהן, דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאַי, די דיכטערין עליזה טור־מלכּא, די אַלמנה פֿון אורי־צבֿי גרינבערג און דער ליטעראַטור־פֿאָרשער אַריאל הירשפֿעלד מיט זײַן באַלערנדיקן פֿאָרטראָג "פֿון חורבן ביז גאולה".

די איניציאַטאָרין און די קינסטלערישע אויפֿפֿירערין פֿון דעם אָוונט איז געווען די קינסטלערין רחל־אליה אַכונאָוו.