פּובליציסטיק
.אַ ייִדיש מיידעלע אין רײַדאַ, תּימן
.אַ ייִדיש מיידעלע אין רײַדאַ, תּימן
PHOTO CREDIT: S.G

ס׳איז געווען אַ סצענע, וואָס מע זעט נישט אָפֿט אין ניו־יאָרק. אין דער תּימנער אַמבאַסאַדע אויף מיזרח 51סטער גאַס אין מאַנהעטן, האָט דער קאָנסול, נאַגיב אַ. אַלדזשאַבאַובי, געפֿירט אַ וואַרעמען שמועס מיט אַ ייִדישן בחור מיט שוואַרצע פּאות — אויף אַ פֿליסיקן אַראַביש.

דער ייִדישער בחור איז געווען שמעון געריידי, אַ 24־יאָריקער תּימנער ייִד פֿון באָראָ־פּאַרק. ער האָט צונויפֿגערופֿן די זיצונג מיטן דיפּלאָמאַט און מיט דער שרײַבערין פֿון די שורות, כּדי צו דערגיין, וווּ עס האַלט מיט די 45 ייִדן, וואָס זענען מיט צוויי חדשים צוריק פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייער שטעטל אין צפֿון־תּימן, און דער עיקר — כּדי אָנצוּווײַזן די פֿרײַנדלעכקייט פֿון די תּימנער אַראַבער צו די אָרטיקע ייִדן.

לויט אַ באַריכט אין דער אַראַבישער צײַטונג "גאָלף ניוס" (Gulf News) פֿונעם 22סטן יאַנואַר, האָט דאַוווּד יוסוף מוסאַ, אַ ייִד פֿונעם שטעטל אַל־כאַיִד, איבערגעגעבן, אַז אַ מיליטאַנטישע גרופּע האָט אין אַ בריוו געסטראַשעט, אַז אויב ער און די אַנדערע ייִדן אינעם קליינטשיקן ייִשובֿ וועלן במשך פֿון די קומענדיקע צען טעג נישט פֿאַרלאָזן תּימן, וועט מען זיי אויסהרגענען.

אינעם בריוו, וואָס די "גאָלף ניוס" האָט דערהאַלטן אַ קאָפּיע דערפֿון, איז געשטאַנען, אַז "נאָך אַ פֿאָרזיכטיקער אויספֿאָרשונג פֿון די ייִדישע אײַנוווינער אין אַל־כאַיִד, איז אונדז קלאָר, אַז זיי טוען זאַכן, וואָס דינען דעם ציוניזם, וואָס פּרוּוון צו קאָרומפּירן דאָס [מוסולמענישע] פֿאָלק און דערווײַטערן עס פֿון זײַנע פּרינציפּן, זײַנע ווערטן, זײַן מאָראַל און רעליגיע." מיט עטלעכע טעג שפּעטער זענען פֿיר מאַסקירטע מענטשן געקומען צו מוסאַן און איבערגעחזרט די וואָרענונג.

די תּימנער רעגירונג האָט געפּרוּווט איבערצײַגן די ייִדן צו איגנאָרירן די דראָונגען און בלײַבן אין זייערע היימען, אָבער די ייִדן האָבן געענטפֿערט, אַז זיי האָבן מורא. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט די רעגירונג זיך אונטערגענומען זיי צו באַשיצן. ווי עס האָט איצט דערציילט דער קאָנסול אַלדזשאַבאַובי, האָט דער פּרעזידענט פֿון תּימן באַשטעלט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן צו ברענגען די משפּחות אין דער קרוינשטאָט, סאַנאַאַ, און האָט זיי אײַנגעאָרדנט אין מלוכה־וווינונגען, נאָענט איינער צום צווייטן. יעדן חודש באַקומען די משפּחות אַ סומע געלט פֿאַר שפּײַז, קליידער און אַנדערע זאַכן וואָס זיי באַדאַרפֿן. אַלדזשאַבאַובי האָט באַטאָנט, אַז די ייִדן זענען פֿרײַ צו בלײַבן אין די וווינונגען אַזוי לאַנג ווי זיי ווילן, און אויב זיי באַשליסן צו בלײַבן דאָרט אויף שטענדיק, איז דאָס אויך גוט.

דער תּימנער גענעראַל ווײַזט די ייִדן אַ פּאַרמעט פֿון דער ספֿר־תּורה, וואָס געפֿינט זיך אין זײַן משפּחה כּמעט 600 יאָר
דער תּימנער גענעראַל ווײַזט די ייִדן אַ פּאַרמעט פֿון דער ספֿר־תּורה, וואָס געפֿינט זיך אין זײַן משפּחה כּמעט 600 יאָר
PHOTO CREDIT: S.G

"ס׳איז אונדזער חובֿ צו באַשיצן אַלע בירגער, וואָס זענען אין אַ סכּנה," האָט אַלדזשאַבאַובי באַטאָנט. "און מיר באַהאַנדלען די ייִדן פּונקט אַזוי ווי מיר וואָלטן געטאָן מיט אַלע אַנדערע תּימנער." אויף דער פֿראַגע, צי האָט אָבער תּימן נישט אַן אַנטאַגאָניסטישע באַציִונג צו ישׂראל, האָט אַלדזשאַבאַובי געענטפֿערט: "יאָ, אַוודאי. אָבער דאָס זענען צוויי באַזונדערע זאַכן. ישׂראל — דאָס איז פּאָליטיק. די ייִדן — דאָס איז אַ רעליגיע, אַ פֿאָלק, וואָס וווינט אין תּימן שוין טויזנטער יאָרן לאַנג. מע זעט זייער האַנטאַרבעט אומעטום — אויף די טירן, אויף דער סטעליע, אויף די טישן און אויף אַנדערע טיילן פֿון מעבל. אַפֿילו אין מײַן אייגענער היים [אין תּימן] האָב איך פֿאַרשידענע זאַכן, געמאַכט מיט ייִדישע הענט."

"מיר לעבן זייער גוט מיט די ייִדן," האָט אַלדזשאַבאַובי באַמערקט. "זיי זענען אונדזערע שכנים, אונדזערע פֿרײַנד."

די ייִדן זענען אַזאַ וויכטיקער טייל פֿון דער תּימנער געשיכטע, האָט אַלדזשאַבאַובי דערקלערט, אַז אַז ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די ריזיקע עליה פֿון די תּימנער ייִדן קיין ישׂראל אין יוני 1949, האָט דער מלך פֿון לאַנד, אַכמאַד בין יאַכיאַ, זיך צעוויינט. במשך פֿון 13 חדשים האָבן כּמעט 50,000 ייִדן, אין איינעם מיט טויזנטער ספֿרים און מאַנוסקריפּטן פֿון די אָרטיקע שילן, פֿאַרלאָזט תּימן.

אפֿרים אײַזאַק, דער דירעקטאָר פֿונעם "אינסטיטוט פֿון סעמיטישע שטודיעס" אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, האָט אין אַן אַרטיקל, "יודאַיִזם און איסלאַם אין תּימן" (Midstream, נאָוועמבער 2003) געשריבן, אַז הגם עס זענען אין גאַנג פֿון דער געשיכטע פֿאָרגעקומען פֿאַלן פֿון דיסקרימינאַציע קעגן די ייִדן — זיי האָבן, למשל, געדאַרפֿט צאָלן אַ העכערן שטײַער ווי די אַנדערע בירגער — זענען די ייִדן בדרך־כּלל געווען גאַנץ הויך אָפּגעשאַצט אין דער תּימנער געזעלשאַפֿט, מסתּמא צוליב זייער עקאָנאָמישער הצלחה ווי גאָלדשמידן און זילבערשמידן. זיי האָבן אַפֿילו אָנגעפֿירט מיט דער קיניגלעכער מינץ — אַ באַווײַז, אַז אין געוויסע געביטן האָבן די פֿירער געטרויט די ייִדן נאָך מער ווי די מוסולמענער. דערצו האָבן די סאָלדאַטן באַשיצט זייערע שילן און קוואַרטאַלן.

געריידי, וועלכער האָט מיט פֿינף יאָר צוריק פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין תּימן, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט אַליין באַמערקט, ווי וואַרעם עס זענען דאָרט געווען די באַציִונגען צווישן די ייִדישע און אַראַבישע שכנים, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע לענדער. "יעדע פּאָר טעג האָט מען פֿאַרבראַכט צוזאַמען, געשמועסט, געקוקט טעלעוויזיע — דאָרט איז עס אָבער נישט קיין קאָלירטע ׳טי־ווי׳, נאָר שוואַרץ־ווײַסע, און עס איז דאָ בלויז איין סטאַנציע, פֿאַר נײַעס — און מע האָט געקײַט ׳קאַט׳." "קאַט" איז אַ געוויקס, וואָס ווען מע קײַט אירע בלעטער, ווירקט עס ווי אַ סטימולאַנט.

אַ פֿרומער ייִד רײַט אויף אַ פֿערד איבערן אָרט, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ ייִדישער בית־עולם, און רופֿט דערבײַ אַרויס אַ שטיקל חידוש בײַ די אַראַבער, ווײַל אין תּימן רײַטן די ייִדן נישט אויף קיין פֿערד.
אַ פֿרומער ייִד רײַט אויף אַ פֿערד איבערן אָרט, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ ייִדישער בית־עולם, און רופֿט דערבײַ אַרויס אַ שטיקל חידוש בײַ די אַראַבער, ווײַל אין תּימן רײַטן די ייִדן נישט אויף קיין פֿערד.
PHOTO CREDIT: S.G

די ייִדן און אַראַבער פֿאַרברענגען אין איינעם נישט בלויז אויף די קומזיצן, נאָר זיי טאַנצן אויך אויף די זעלבע חתונות. אויף דער פֿראַגע, וואָס טוען די פֿרומע ייִדישע געסט אויף אַן אַראַבישער שׂימחה, וואָס שייך כּשרות, האָט געריידי געענטפֿערט: "זיי עסן נישט דאָס דערלאַנגטע פֿלייש — אָדער זיי ברענגען פֿלייש פֿון דער היים."

בכלל האָבן די תּימנער אַ גרויסן דרך־ארץ פֿאַר די הלכות פֿון די ייִדן. איינער, למשל — וואָס הײַנט פֿירט זײַן זון אָן מיט דער לײַבוואַך פֿונעם פּרעזידענט — האָט גלײַך נאָך דער מאַסן־עליה אין 1949, צונויפֿגעזאַמלט אַלע נאָך־הענגענדיקע מזוזות פֿון די שטידלען, האָפֿנדיק, אַז ווען די ייִדן וועלן קומען צו גאַסט, וועלן זיי די מזוזות אַהיימנעמען. דער אַראַבער (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט גאַנץ "שיר־השירים" אויף אויסנווייניק, ווײַל ער פֿלעג הערן די ייִדן עס זינגען יעדן ערבֿ־שבת) האָט דערקלערט, אַז ער האָט באַשלאָסן צו זאַמלען די מזוזות, ווײַל "כ'האָב מורא געהאַט, אַז מע וועט זיי אַרויסוואַרפֿן, און דאָס וואָלט געווען אַ בזיון."

דער זעלבער דרך־ארץ האָט זיך אַרויסגעוויזן בײַ אַ גענעראַל פֿון דער תּימנער אַרמיי, וועלכער האָט זיך געוואָנדן צו דער ייִדישער קהילה מיט אַ בקשה. ער האָט זיי געוויזן אַ שטיק פּאַרמעט פֿון אַ ספֿר־תּורה, וואָס געפֿינט זיך אין זײַן משפּחה שוין אַ פֿינעף־זעקס הונדערט יאָר, און געבעטן מע זאָל אים דערקלערן, וואָס עס שטייט דאָרט געשריבן. געריידי האָט עס פֿאַר אים איבערגעזעצט און דערנאָך געפֿרעגט, אויב ער קען עס בײַ אים אָפּקויפֿן. "כ׳האָב עס געטאָן צוליב גניזה, ווײַל כ׳האָב זיך געזאָרגט, אַז מע וועט עס מיט דער צײַט אַרויסוואַרפֿן," האָט געריידי דערקלערט. לויט דער הלכה, טאָר מען נישט צעשטערן די הייליקע זײַטן פֿון אַ ספֿר; מע דאַרף זיי בכּבֿודיק באַגראָבן. דער גענעראַל האָט זיך אָבער אײַנגעשפּאַרט, אַז ער וועט דעם פּאַרמעט נישט פֿאַרקויפֿן. "דאָס איז די איינציקע ירושה, וואָס מײַן משפּחה האָט איבערגעגעבן פֿון דור צו דור," האָט ער געטענהט.

דאָס וואָס אַ הויך־ראַנגיקער אָפֿיציר אינעם תּימנער מיליטער האָט זיך אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין אַ ייִדישן חפֿץ פֿון זײַן משפּחה־ירושה — און וויל בשום־אופֿן זיך נישט שיידן דערפֿון — איז אפֿשר דער קלאָרסטער סימן, אַז אין תּימן באַטראַכטן די אַראַבער זייערע ייִדן ווי אייגענע...

די געסט אויף אַ ייִדישער חתונה רייכערן אַ "כוקאַ" (וואַסער־ליולקע)
די געסט אויף אַ ייִדישער חתונה רייכערן אַ "כוקאַ" (וואַסער־ליולקע)
PHOTO CREDIT: S.G
ייִדישע און אַראַבישע חבֿרה גייען רײַסן "קאַט" צום קײַען
ייִדישע און אַראַבישע חבֿרה גייען רײַסן "קאַט" צום קײַען