שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב געפֿאַלשעוועט מײַן עקזאַמען. איך באַקום געוויינטלעך די בעסטע צייכנס און כ׳האָב קיין מאָל נישט געטאָן עפּעס קעגן דעם געזעץ אין מײַן לעבן. איך האָב אַזוי מורא געהאַט, אַז איך וועל באַקומען אַ שלעכטן צייכן אויפֿן עקזאַמען, אַז איך האָב אָפּגענאַרט דעם לערער: איך בין אַרויפֿגעגאַנגען צו אים און אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע דרײַ מאָל, כּדי איך זאָל קענען קוקן אויף די ענטפֿערס פֿון אַן אַנדער תּלמיד.