שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

זינט איך האָב געהאַט דאָס דריטע קינד מיט זיבן יאָר צוריק, האָב איך געוואָלט פֿאַרלירן אין וואָג, וואָס איז צוגעקומען מיט יעדן קינד. די איבעריקע וואָג איז שוין אָבער געבליבן. אַמאָל בין איך געווען דאַר; איז מיר געווען שווער צו קוקן אין שפּיגל יעדן טאָג און זען ווי פֿעט איך בין געוואָרן — מײַן בויך, פּאָלקעס, רוקן — אַלץ. איך האָב עס באמת פֿײַנט באַקומען. איך האָב זיך אַ נדר געגעבן יעדן ראָש־השנה, איך זאָל סוף־כּל־סוף אויסזען בעסער. איך בין געוואָרן אַ מיטגליד אין דער גרופּע וואָג־היטערס, געגאַנגען שפּאַצירן אין דער פֿרי און אין אָוונט מיט אַ פֿרײַנד און אָנגעהויבן צו קאָכן געזינטערע מאכלים פֿאַר מײַן משפּחה. הײַנט, צען חדשים שפּעטער, זע איך אויס גוט און געזונט. אָבער ווען איך קוק אין שפּיגל, פֿיל איך נאָך אַלץ אַ זעלבסט־שׂינאה. פֿון וואַנען קומט דאָס און ווי קען איך פּטור ווערן פֿון דעם געפֿיל? איך בין געווען זיכער, אַז ווען איך פֿאַרליר אין וואָג, ווער איך צוריק די אַמאָליקע "איך".

מער נישט פֿעט


טײַערע מער נישט פֿעט,

עס קומט אײַך אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט דערגרייכט אײַער ציל. עס איז גוט צו הערן, אַז איר לעבט זיך אויס אויף אַ געזינטערן לעבן־שטייגער.

מאָלט אײַך, אַז אײַער איבעריקע וואָג האָט געדינט ווי אַ וואַנט צווישן אײַער עצם־איך און אײַער זעלבסט־ווערט. די איבעריקע וואָג האָט אײַך געגעבן עפּעס צו באַטראַכטן און פֿײַנט האָבן. ווען איר האָט געקוקט אין שפּיגל, איז אײַך נישט געפֿעלן געווען, וואָס איר האָט געזען. איר האָט געמיינט, אַז ווען איר פֿאַרלירט די וואָג, וועלן אײַערע נעגאַטיווע געפֿילן וועגן זיך אַליין אויך פֿאַרלוירן גיין. אַזוי ווי דאָס איז נישט געשען, נעמען מיר אָן, אַז עס זענען פֿאַראַן סיבות פֿאַר אײַערע געפֿילן. עס זעט אויס, אַז נאָר נאָך דעם ווי איר האָט פֿאַרלוירן די וואָג, פֿאַרשטייט מען, אַז די איבעריקע וואָג איז נישט געווען די הויפּט־פּראָבלעם.