רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אין ישׂראל עסט מען שקשוקה — אַן אייער־מאכל מיט פּאָמידאָרן-סאָוס און פֿעטאַ־קעז — פֿאַר פֿרישטיק, מיטאָג אָדער וועטשערע. דעם נאַהיט און די פּאָמידאָרן מעגט איר ניצן גרייט פֿון דער פּושקע. איר וועט, אַגבֿ, דאַרפֿן אַ פּאַטעלניע, וואָס לאָזט זיך אַרײַנשטעלן אין אויוון.
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צעהאַקט
4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 טעפּלעך געקאָכטע נאַהיט (אַרבעס), אָפּגעגאָסן
2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע
1 לעפֿעלע קעמיניק
4 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, מיטן זאַפֿט
שוואַרצער פֿעפֿער
1 טעפּל צעברעקלטע פֿעטאַ־קעז
8 גרויסע אייער
2 לעפֿל פּעטרישקע, צעהאַקט

הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך. שיט אַרײַן דעם נאַהיט, פּאַפּריקע און קעמיניק, און קאָכט 2 מינוט.