- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 7טן יולי וועט מען אָפּמערקן דעם 150סטן יוביליי פֿון אַב. קאַהאַן (1860—1951). אַ צענטראַלע פֿיגור ניט בלויז אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", נאָר אויך אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, הערט ניט אויף זײַן לעבן און שאַפֿן אַנאַליזירט ווערן אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. איך האָב אין ווילנע פֿאַרבראַכט אַכצן טעג. און אָפּזיצן דאָ אַכצן טעג און ניט זען מיט די אייגענע אויגן עטלעכע בײַשפּילן פֿון דעם פּאָגראָם-גיהנום — דאָס איז אוממעגלעך. אָט מיט אַ פּאָר טעג צוריק, צום בײַשפּיל, ליגנדיק אין בעט, נאָך ניט אין גאַנצן אַן אויסגעהיילטער פֿון אַן אינפֿלוענציע-אָנפֿאַל, הער איך אַ ליאַרעם. איך שפּרינג אַראָפּ פֿון בעט, לויף צו צום פֿענצטער און קריך אַרויף, צו קענען בעסער זען, וואָס דאָרטן טוט זיך. זע איך אַן עולם פֿון אויפֿגערעגטע און צעשראָקענע מענטשן. איינער, אַ יונגער ייִד, טענהט פֿאַר אַ רײַטנדיקן אָפֿיציר, אָנווײַזנדיק אויף אַ סאָלדאַט. די ווערטער האָב איך ניט געקענט הערן, אָבער פֿון דעם ייִדנס מאַנירן איז לײַכט געווען צו זען, אַז ער קלאָגט זיך אויף דעם סאָלדאַט. דער אָפֿיציר האָט געהערט, געהערט, ביז פּלוצלינג האָט ער מיט זײַן שווערד (ניט אַרויסנעמענדיק אים פֿון דער שייד) אַ ווילדן זעץ געטאָן דעם ייִדן, און דאַן האָבן אַנדערע דערבײַ-שטייענדיקע פּוילישע סאָלדאַטן גענומען שלאָגן די ייִדן. בײַם כּותל-מערבֿי פֿאָטאָ פֿון אַ. קאַציזנע, וועלכער איז געווען צוזאַמען אין דער פּאַלעסטינער רײַזע מיט אַב. קאַהאַן. 1925 אין 1925 האָב איך באַזוכט פּאַלעסטינע. איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט אַ חודש. איך האָב געהאַט אַ געלעגנהייט באַקאַנט צו ווערן מיט די קאָלאָניעס, סאָציאַליסטישע און ניט-סאָציאַליסטישע, מיט יוניאָנען (פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען) און מיט דעם דאָרטיקן לעבן אין אַלגעמיין. איך האָב זיך געזען מיט מענטשן פֿון די פֿאַרשיידנסטע קלאַסן און טיפּן. איך האָב זיך ספּעציעל צוגעהערט צו די קריטיקן פֿון מענטשן, וואָס זײַנען ניט צופֿרידן מיט די פֿירער, און פֿון אַזעלכע וואָס האָבן אַן אומגינסטיקע מיינונג וועגן דעם גאַנצן ציוניזם. איך בין אין פּאַלעסטינע געפֿאָרן אָן פֿאָרויס אָנגענומענע באַגריפֿן. אַלץ, וואָס איך האָב פֿריִער געגלייבט אָדער געפֿילט אין שײַכות צו דעם ציוניזם, האָב איך אַוועקגעלייגט אָן אַ זײַט. איך בין געקומען אַהין מיט אַ פֿרײַען, אַבסאָלוט אומפּאַרטיייִשן מוח, און מיט פֿרײַע, אָפֿענע אויגן. איך האָב זיך צוגעקוקט, צוגעהערט, אָבסערווירט, באַטראַכט. דער רעזולטאַט איז געווען אַ שטאַרקע פֿרײַנדשאַפֿט, אַ וואַרעמע סימפּאַטיע. |