|
אַמעריקאַנער אַוויאַטרעגער "דזשאָן קענעדי" |
|
די ים־שיפֿן, פּונקט ווי אַלע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע נעמען. חוץ דעם, טשעפּען זיך צו אייניקע פֿון זיי אויך צו אַ צונאָמען.
"גרויסער דזשאָן" (Big John) — איז דער צווייטער, קאָן מען זאָגן, נאָמען דעם דעם באמת ריזיקן אַמעריקאַנער אַוויאַטרעגער "דזשאָן קענעדי".
מיט דעם דאָזיקן צונאָמען רופֿן די קאַמף־שיף נישט בלויז די מיטגלידער פֿון דער מאַנשאַפֿט (אַרום 5 טויזנט מענטשן); אין די געשיכטע־ביכער, אין די שלאַכט־רעפּאָרטן, אין דער פּרעסע ווערט אָפֿט דערמאָנט דער אַוויאַטרעגער, דווקא מיט זײַן צונאָמען — "גרויסער דזשאָן".
אין מערץ 2007 איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן דעם "גרויסן דזשאָן" אין באָסטאָן. דעם אמת געזאָגט, האָב איך קיין מאָל זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז ס'וועט מיר אויסקומען זיך אויפֿצוהייבן אויף דער דעק פֿון אַזאַ קרעפֿטיקן שלאַכט־ריז, אַ שווימענדיק פֿליפֿעלד מיט צענדליקער עראָפּלאַנען, ראַקעטן, ראַדאַרן און אַנדערע מאָדערנע מכשירים; זיך דורכשפּאַצירן העט־אויבן לענג־אויס דעם גאַנצן סטאַרטיר־לאַנדונגס־פּלאַץ — אָנגעהויבן פֿון דער אַמעריקאַנער געשטערנט־פּאַסיקער פֿאָן אויפֿן הינטערבאָרט, ביז צו דער צווייטער פֿאָן, שוין אויפֿן סאַמע שפּיץ פֿון דער שיף.
דער אַוויאַטרעגער "דזשאָן קענעדי" איז צוגעשטאַנען צום צפֿון־פּירס פֿונעם באָסטאָנער האַפֿן בלויז אויף עטלעכע טעג, כּדי זיך צו געזעגענען מיט דער שטאָט, איידער ער פֿאַרלאָזט דעם קעמפֿערישן פֿלאָט, וווּ ער האָט ערלעך אָפּגעדינט קנאַפּע 40 יאָר. ער וועט געפֿינען זײַן שטענדיק אָרט, מעגלעך, אין פֿילאַדעלפֿיע און, ווי מע האַלט, פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מיליטערישן ים־מוזיי. אַגבֿ, נישט ווייניק מענטשן האָבן זיך אַרויסגעזאָגט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע, אַז ס'וואָלט בפֿירוש געווען יושרדיקער צו לאָזן דעם "גרויסן דזשאָן" דאָ, אין באָסטאָן.
אין באָסטאָן איז געבוירן געוואָרן דזשאָן קענעדי. דאָ האָט ער זיך געלערנט. דאָ איז דער אַוויאַטרעגער אָנגערופֿן געוואָרן לכּבֿוד דעם אומגעקומענעם פּרעזידענט. דעמאָלט, אין דער צערעמאָניע, האָבן זיך באַטייליקט זײַן טאָכטער, די נײַן־יאָריקע קעראָלײַן מיט איר מאַמען, זשאַקלין, דעם פּרעזידענס ברודער, עדוואַרד. מיט פֿערציק יאָר שפּעטער זײַנען אַרויף אויף דער שיף זיך צו געזעגענען מיט איר, סענאַטאָר קענעדי, קעראָלײַן און אַנדערע קרובֿים פֿון דער קענעדי־פֿאַמיליע.
נאָך פֿון פֿריִער האָבן די אײַנוווינער פֿון באָסטאָן זיך דערוווּסט, אַז זיי וועלן האָבן צוויי טעג — שבת און זונטיק — אַ געלעגנהייט צו באַזוכן דעם באַקאַנטן "גרויסן דזשאָן". און פֿאַר וואָס טאַקע נישט אויסנוצן אַזאַ זעלטענעם שאַנס?! מ'האָט מיך אָבער געוואָרנט, אַז ס'וועט זײַן נישט לײַכט אַרויפֿצוקומען אויף דער שיף; מענטשן וועלן קומען בײַנאַכט צו פֿאַרנעמען אַ ריי. אַזוי איז עס טאַקע געווען. זונטיק, גאַנץ פֿרי, בין איך שוין געשטאַנען אין סאַמע עק פֿון אַ לאַנגן שטראָם מענטשן. אָבער עס האָט נישט געדויערט לאַנג, ווי הינטער מײַן פּלייצע האָבן זיך שוין אויסגעשטעלט צענדליקער אַנדערע נײַגעריקע יונגע־לײַט און באַיאָרטע מענטשן, משפּחות מיט קליינע קינדערלעך.
אין אַזאַ לעבעדיקן שטראָם קאָן מען דערהערן אַ סך טשיקאַווע פֿאַקטן און ידיעות, פֿאַרבונדן מיט דער שיף. האָב איך אָנגעשטעלט מײַנע אייגענע "ראַדאַרן". איינער פֿון די באַזוכער מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט איבערן אַקסל, האָט דערציילט:
— פֿרײַטיק איז אויפֿן "גרויסן דזשאָן" פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע צערעמאָניע. דרײַ הונדערט מענטשן זײַנען דאָ אײַנגעשוווירן געוואָרן ווי נײַע בירגער פֿון אַמעריקע. שטעלט זיך פֿאָר, מענטשן פֿון זיבעציק נאַציאָנאַליטעטן.
— כ'מיין, אַז אויך אין דער ריי געפֿינען זיך מענטשן נישט ווייניקער ווי פֿון זיבעציק נאַציאָנאַליטעטן, — האָט זיך אָנגערופֿן אַ בחור מיט אַ דיקן אַלבום אין דער האַנט, — אין באָסטאָן רעדט מען דאָך כּמעט אויף אַלע הונדערט לשונות.
— די עראָפּלאַנען פֿונעם "גרויסן דזשאָן" האָבן פֿאַרברענט עטלעכע רוסישע "מיג"־עראָפּלאַנען, בעת דער מלחמה אינעם פּערסישן גאָלף; לעצטנס, זיך געשלאָגן אין אַפֿגאַניסטאַן...
שוין זײַענדיק נישט ווײַט פֿון דער שיף, האָט זיך דערהערט אַ מעלדונג פֿונעם ראַדיאָ־הילכער, אַז אויפֿן אַוויאַטרעגער מעג מען פֿאָטאָגראַפֿירן אומעטום. איין קלייניקייט: די פֿרויען מיט שיך אויף הויכע אָפּצאַסן קאָנען האָבן פּראָבלעמען. זאָלן זיי זײַן פֿאָרזיכטיק.
די צוויי שעה פֿון שטיין אין דער ריי זײַנען דורכגעפֿלויגן גיך. און אָט הייב איך זיך שוין אַרויף מיט די טרעפּ אויף דער שיף און קום באַלד אַרײַן אין אַ גרויסן לאָקאַל, מיט אַ הויכער סטעליע, ענלעך צו אַ ספּאָרט־אַרענע. בײַם אַרײַנגאַנג האָט אַלעמען באַגריסט אַן אָפֿיציר, אָנגעטאָן אין אַ שיינעם ים־אוניפֿאָרעם מיט גאָלדענע עפּאָלעטן.
הונדערטער נײַגעריקע געסט האָבן זיך געשטופּט בײַ די מאָניטאָרן, שטענדערס, אַרומגערינגלט דעם מוסטער פֿון אַ פֿאַרניכט־באָמבאַרדירנדיקן עראָפּלאַן; אויף אַ לאַנגן טיש איז געלעגן אַן אמתע שלאַכט־ראַקעטע, און אַ יונגער מאַטראָס האָט דערקלערט ווי אַזוי זי אַרבעט. אויף אַ פּלאַקאַט, הויך אונטער דער סטעליע, האָט יעדער פֿון די באַזוכער געקאָנט איבערלייענען די ווערטער פֿונעם פּרעזידענט דזשאָן קענעדי: "פֿרעג נישט, וואָס דאָס לאַנד קאָן טאָן פֿאַר דיר. פֿרעג זיך אַליין, וואָס דו קאָנסט טאָן פֿאַרן לאַנד".
פֿראַגעס שיטן זיך פֿון אַלע זײַטן, אָבער דער יונגער מאַטראָס פֿאַרלירט זיך נישט. פֿון אים האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די לענג פֿונעם אַוויאַטרעגער איז 30,175 מעטער; די גיכקייט — ביז 30 ים־קניפּ. מעכטיקייט — 280 טויזנט פֿערדקראַפֿט. זײַנע מאָטאָרן אַרבעטן אויף נאַפֿט, און דערפֿאַר טאַקע שיקט מען אים אין "דעמיסיע". די הײַנטיקע אַוויאַטרעגער אַרבעטן שוין אַלע אויף אַ נוקלעאַרער ענערגיע.
די אמתדיקע גרויסקייט און מעכטיקייט פֿון דעם "גרויסן דזשאָן" פֿילט מען ערשט אויף זײַן אייבערשטער דעק, אויף זײַן סטאַרטיר־לאַנדונגס־פּלאַץ. 80 עראָפּלאַנען מיט אַ סאָפֿיסטיקירטער נאַוויגאַציע־סיסטעם, האָט געטראָגן אויף זײַן ריזיקן, שטאָלענעם רוקן דער היסטאָרישער אַוויאַטרעגער. ווי מײַסטעריש און דרייסט האָבן זיך אויפֿגעפֿירט די פּילאָטן פֿון די עראָפּלאַנען ווײַזן אָן אַ סך פֿאַקטן. אָבער לאָמיר דאָ ברענגען נאָר איין בײַשפּיל. דער שטורמאַן־פּילאָט דזשעימס דאָנאַלד וועדערבי האָט אין גאַנג פֿון זײַן דינסט געמאַכט 125 נאַכט־פֿליִען, אויסגעפּרוּווט צענדליקער נײַע מינים שלאַכט־עראָפּלאַנען, זיך געפֿונען אין דער לופֿטן עטלעכע טויזנט שעה. נעמענדיק אין באַטראַכט זײַן דערפֿאַרונג, איז ער אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער מאַנשאַפֿט פֿון אַסטראָנאָטן. ער האָט זיך באַטייליקט אין די לאַנג־דויערנדיקע פֿליִען אויף די קאָסמאָס־שיפֿן "קאָלומביע", "דיסקאָווערי", "אַטלאַנטיס". ווי דער קאָמאַנדיר פֿון דער "אַנטלאַנטיס"־שיף האָט דזשעימס דורכגעפֿירט דעם צונויפֿשלוס מיטן רוסלענדישן קאָסמאָס־קאָמפּלעקס "מיר" ("שלום").
אין אונדזער צײַט איז יעדער אַוויאַטרעגער אַ מין באַוועגלעכער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער שטח, וואָס באַשטעטיקט דעם בײַזײַן פֿון זײַן שטאַרקייט און מעכטיקייט אין אַלע ווינקעלעך פֿונעם וועלט־אָקעאַן.