פּובליציסטיק
ראָז בילבול אין איר פּאַפּאַיאַ־פּלאַנטאַציע אין יריחו
ראָז בילבול אין איר פּאַפּאַיאַ־פּלאַנטאַציע אין יריחו

אין אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון דבֿ סדן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים איז איצט דערשינען אַ בוך וועגן אַ וווּנדערלעכער געשטאַלט, וואָס שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון ייִדישן גורל אין דער איצטיקער צײַט. דאָס בוך "פֿון סיגעט קיין ירושלים" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מינדלעכע דאָקומענטאַציע, איבערגעגעבן דורך פֿרוי ראָז בילבול אין אינטערוויוען מיט פּראָפֿ' יחיאל שיינטוך פֿונעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט.

ד"ר ראָז בילבול איז בײַם הײַנטיקן טאָג, אין דער עלטער פֿון 98 יאָר, טעטיק און וועגן איר לעבן און שאַפֿן זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן צענדליקער אַרטיקלען, מע קאָן הערן וועגן אירע אויפֿטריטן אין ראַדיאָ און טעלעוויזיע. זי איז געבוירן געוואָרן אין סיגעט, זיבנבערג, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו אונגערן, אין אַן אָרטאָדאָקסישער משפּחה מיט 8 קינדער. בשכנות, הויף בײַ הויף, האָט געוווינט די משפּחה טייטלבוים, וועמענס זון, משהלע, איז געווען איר שפּיל־חבֿר און שפּעטער דער סאַטמאַרער רבי. אירע זכרונות פֿון יענע קינדער־יאָרן זײַנען פֿול מיט הומאָר און נאָסטאַלגיע און זי זינגט און רעציטירט לידער אויף ייִדיש, דײַטש, אונגעריש.

ראָז, פֿון דער היים פּערל, האָט געהערט צו אַ גרופּע יוגנטלעכע, וועלכע האָבן שוין אין יענער צײַט געקעמפֿט פֿאַר גלײַכבאַרעכטיקונג פֿאַר פֿרויען און דעמאָקראַטישע ווערטן.

אין יאָר 1918, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז די שטאָט סיגעט און די אַרומיקע דערפֿער, אַנעקסירט געוואָרן צו רומעניע. אַ סך ייִדן זײַנען אַריבער קיין אונגערן, אָבער דער גרעסטער טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז פֿאַרבליבן אין רומעניע, ווײַל אין אונגערן האָט געהערשט דער אַנטיסעמיטיזם. אירע עלטערן האָבן נישט געוואָלט זי זאָל לערנען רומעניש, האָבן זיי זי געשיקט אין אַ פֿראַנצויזישער שול אין אַ מאָנאַסטיר און דאָרט האָט זי געלערנט 8 יאָר. אויף דער פֿראַגע, צי איז נישט געווען אַ געפֿאַר זי זאָל ווערן באַאײַנפֿלוסט פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע, ענטפֿערט ראָז אַזוי: "איך קום פֿון אַ משפּחה וווּ ייִדישקייט איז געווען אַזוי אָפּגעהיט, אַזוי וווּנדערלעך שיין און אינטים, אַז דאָס קאָן מען נישט פֿאַרגעסן, און קיין שום אידעאָלאָגיע אָדער רעליגיע קאָן נישט קומען אויפֿן אָרט פֿון דעם וואָס איך האָב אײַנגעזאַפּט אין מײַן קינדהייט."

* * *

די מאַטורע־עקזאַמענס האָט ראָז געמאַכט אין דער רומענישער שפּראַך און דאַן האָט זי אָנגעהויבן שטודירן פֿאַרמאַקאָלאָגיע אין בוקאַרעשטער אוניווערסיטעט. אַזוי האָבן באַשלאָסן אירע עלטערן, ווײַל אירע ברידער זײַנען געווען אַדוואָקאַטן און אירע שוועסטער זײַנען געווען דאָקטוירים. ראָז האָט באַקומען איר דיפּלאָם פֿון אַן אַפּטייקערין, וואָס איז שפּעטער אויך אָנערקענט געוואָרן אין ארץ־ישׂראל. אין די 30ער יאָרן האָט זיך פֿאַרשטאַרקט אין רומעניע דער אַנטיסעמיטיזם, ספּעציעל אין די אוניווערסיטעטן. אין אַ קאָנקורס אויף אַ געוויסער טעמע אין ביאָכעמיע האָט ראָז באַקומען די צווייטע פּרעמיע, ווײַל די ערשטע האָט געמוזט באַקומען אַ רומענישער ססטודענט. בײַם אַרויסגיין האָט אַ גרופּע סטודענטן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "אײַזערנער גוואַרדיע" זי באַפֿאַלן און שווער צעשלאָגן. אין יאָר 1938, נאָכן פֿאַרענדיקן די לימודים, האָט ראָז־פּערל באַקומען, נאָך שווערע באַמיִונגען, די שטעלע פֿון אַן אַסיסטענטין אין כעמישן פֿאַקולטעט. אָבער דער גורל האָט אַנדערש באַשטימט. דעם זעלבן טאָג זײַנען צו איר געקומען 4 סטודענטן פֿון דער "אײַזערנער גוואַרדיע" און זי געוואָרנט, אַז ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט דאַרף זי פֿאַרלאָזן די שטאָט, ווײַל נאָך 8 אַ זייגער איז זי נישט זיכער מיטן לעבן. אויך איר פּראָפֿעסאָר האָט נישט געקענט העלפֿן און ראָז איז צוריק אַהיים געפֿאָרן קיין סיגעט.

אַ חודש שפּעטער האָט ראָז באַקומען אַ בריוו פֿון איר פּראָפֿעסאָר: דער אוניווערסיטעט אין ירושלים זוכט 5 סטודענטן פֿון ביאָכעמיע מיטן מאַגיסטער־דיפּלאָם אויף 3 חדשים. זי האָט זיך לאַנג נישט געוואַקלט און באַשלאָסן צו פֿאָרן אויף 3 חדשים קיין פּאַלעסטינע. נאָך 6 טעג שווימען אויף דער שיף און אַ פּאָר טעג פֿאַרברענגען אין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל די וועגן קיין ירושלים זײַנען געווען בלאָקירט, איז ראָז ענדלעך אָנגעקומען קיין ירושלים. זי שילדערט פֿילפֿאַרביק אירע איבערלעבונגען, און דעם אורבאַנישן פּייזאַזש פֿון דער דעמאָלטיקער ירושלים, די אינטעראַקציע צווישן די פֿאַרשיידענע עדות, די אַטמאָספֿער און די באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער, ווי אויך די הערשנדיקע מאַכט פֿון בריטישן מאַנדאַט אין יענע שטורמישע יאָרן פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה.

סוף דעצעמבער 1938 האָט ראָז זיך אָנגעשלאָסן אין דער "הגנה", די זעלבסטשוץ־אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישן ייִשוב אין קאַמף קעגן די אַראַבישע באַנדעס. איר אויפֿגאַבע איז געווען צו צייכענען מאַפּעס און בײַ נאַכט שטיין אויף דער וואַך, צוזאַמען מיט נאָך 3 אָדער 4 חבֿרים.

אין יאָר 1940 האָט ראָז באַזוכט אַ דענטיסט, וועלכער האָט זי געבעטן, אַזוי ווי זי אַרבעט אין אוניווערסיטעט, זי זאָל פֿאַר אים צוגרייטן אַן אַנעסטעטיק מיטן נאָמען אַטיל־כלאָריד, צום אײַנשלעפֿערן דאָס אָרט און דעם צאָן וואָס ווערט באַהאַנדלט. דעם מעדיקאַמענט פֿלעגן די דאָקטוירים באַקומען פֿון ענגלאַנד, אָבער אין רעזולטאַט פֿון דער מלחמה איז די ליפֿערונג אָפּגעשטעלט געוואָרן. זי איז אַוועק אין דער ביבליאָטעק און אויסגעפֿאָרשט ווי אַזוי מען פּראָדוצירט אַטיל־כלאָריד. איין פֿלעשל און נאָך אַ פֿלעשל און דאַן איז זי אַוועק צו דעם אָפּטייל פֿאַר מעדיצינישער פֿאַרזאָרגונג פֿון בריטישן מיליטער און פֿאָרגעלייגט דעם בריטישן אָפֿיציר צו ליפֿערן זיי דעם מעדיקאַמענט. דערמיט האָט זי געראַטעוועט פֿון טויט הונדערטער בריטישע זעלנער. ראָז האָט געאַרבעט טאָג און נאַכט בײַם פּראָדוצירן אַטיל־כלאָריד.

שפּעטער האָט זי באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון ענגלישן מאַנדאַט.

אין דער זעלבער צײַט האָט ראָז אָנגעהויבן אַרבעטן אין ירושלים ווי אַן אַפּטייקערין אין אַראַבישע און ייִדישע אַפּטייקן, און אין יאָר 1939 האָט זי זיך פֿאַרשריבן ווי אַ דאָקטאָראַנטין אין ביאָכעמיע אין אוניווערסיטעט. אָבער דאָס וואָס ראָז רופֿט אָן "די בעסטע אינוועסטיציע", איז געווען איר באַקאַנטשאַפֿט מיט דער פֿרוכט פּאַפּאַיאַ אין יריחו. בעת אַ באַזוך אין מאַרק פֿון דער שטאָט האָט זי געטראָפֿן אַן אַלטן אַראַבער, וועלכער האָט געהאַלטן אין דער האַנט די פֿרוכט. ער האָט פֿאַרלאַנגט אַ שילינג און דאָס איז אין יענע יאָרן געווען אַ סך געלט, אָבער די נײַגעריקייט האָט געטריבן צו קויפֿן די פּאַפּאַיאַ. אויפֿן וועג צוריק קיין ירושלים האָט זי באַמערקט ווי אַ מענטש ליגט אויף דער ערד, אַ פֿאַרוווּנדעטער, פֿון זײַן איבערגעקערטן דזשיפּ און פֿון זײַן פֿוס האָט געשטראָמט בלוט. קיין מעדיצינישע אינסטרומענטן האָט ראָז און אירע 2 חבֿרים נישט געהאַט, אָבער ראָז האָט געוווּסט, אַז דאָס אינעווייניקע פֿון פֿרוכטן איז סטעריל. זי האָט מיט שמוציקע הענט אָפּגעשעלט די פּאַפּאַיאַ און זי אַוועקגעלייגט אויפֿן אָרט פֿון וואַנען דאָס בלוט האָט געשטראָמט. און אַ נס: דאָס בלוט האָט זיך אָפּגעשטעלט און זיי איז געלונגען געווען אָפּצופֿירן דעם אָפֿיציר אין שפּיטאָל אין ירושלים און דערמיט האָבן זיי געראַטעוועט זײַן לעבן.

אין יריחו זײַנען דעמאָלט געווען אין גאַנצן 6 ביימער פֿון פּאַפּאַיאַ. ראָז האָט אָנגעהויבן פֿאָרשן און אין 1941 האָט זי אויפֿגעשטעלט איר לאַבאָראַטאָריע אין יריחו, וווּ מע פּראָדוצירט פֿאַרשיידענע קאָסמעטישע און מעדיצינישע פּראָדוקטן פֿון פּאַפּאַיאַ. פּאַפּאַיאַ איז אַ בוים, וואָס וואַקסט גיך ביז צו 3—4 מעטער. זי שטאַמט פֿון דרום־מעקסיקע און ווערט הײַנט צו טאָג קולטיווירט אין אַלע טראָפּישע לענדער. פּאַפּאַיאַ נייטיקט זיך אין אַ וואַרעמען קלימאַט אַ גאַנץ יאָר און דינט ווי אַ הייל־מיטל פֿאַר הויט־קראַנקייטן און אויך פֿאַר פֿאַרדייונגס־שוועריקייטן. די הייל־אייגנשאַפֿטן פֿון פּאַפּאַיאַ זײַנען דעמאָלט נישט געווען באַקאַנט אין דער וועלט.

ראָז האָט מיט אירע אייגענע הענט פֿאַרפֿלאַנצט 300 פּאַפּאַיאַ־ביימער אין הויף פֿון אַן אַראַבישן מעטשעט אין יריחו און אויפֿגעשטעלט אַ לאַבאָראַטאָריע. אָבער אין 1947, ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אומרוען צווישן ייִדן און אַראַבער, האָט זי פֿאַרמאַכט די לאַבאָראַטאָריע און מער נישט געקומען קיין יריחו.

אין דעם זעלבן יאָר האָט ראָז זיך באַקענט מיט שמעון בילבול — אַן אַריסטאָקראַטישער ייִד, אַ געבוירענער אין איראַק, וועלכער האָט געלעבט אין ביירוט, לבֿנון, און נאָך דער חתונה איז זי אַוועק קיין ביירוט. פֿון צײַט צו צײַט איז זי צוריק געקומען קיין ירושלים, כּדי ממשיך צו זײַן איר אַרבעט אין אוניווערסיטעט אויף דער טעמע פֿון פּאַפּאַיאַ.

אין ביירוט האָבן אין יענער צײַט געלעבט בײַ 750 טויזנט אײַנוווינער. ראָז און איר מאַן שמעון האָבן זיך געדרייט אין דער הויכער געזעלשאַפֿט פֿון דער שטאָט, אין וועלכער די פֿראַנצויזישע קולטור איז געווען די דאָמינירנדיקע; און אויך זייערע קינדער זײַנען שפּעטער דערצויגן געוואָרן אין דער פֿראַנצויזישער שפּראַך.

אין ביירוט האָבן דעמאָלט געלעבט 100,000 ייִדן, דער גרעסטער טייל פֿון די מיזרח־לענדער, ספּעציעל פֿון איראַק, און ספֿרדישע ייִדן, וועלכע האָבן גערעדט לאַדינאָ. ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע זײַנען דאָרט נישט געווען און ראָז האָט קיין קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור נישט אָנגעהאַלטן.

אין יאָר 1956, אין דער צײַט פֿון דער סועץ־מלחמה האָט זיך פֿאַרשטאַרקט אין לבֿנון דער אַנטיסעמיטיזם. ד"ר ראָז בילבאָל און אירע 2 קינדער זײַנען נישט געווען קיין בירגער פֿון לבֿנון. זי האָט זיך געווענדט צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג און אַ דאָנק איר בײַטראָג צום נצחון פֿון דער בריטישער אַרמיי אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט זי באַקומען אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט.

אין יאָר 1967, בײַם אויסבראָך פֿון דער 6־טאָגיקער מלחמה האָט מען פֿון לבֿנון עוואַקויִרט די אַמעריקאַנער בירגער, צווישן זיי אויך ראָז מיט אירע 2 קינדער. איר מאַן איז פֿאַרבליבן אין ביירוט, ווײַל ער האָט געהאַט בלויז אַן איראַקישן פּאַספּאָרט. ערשט נאָך אַ האַלב יאָר האָבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין ביירוט.

אָבער אין אָנהייב 1970ער יאָרן, מיטן אָנקומען פֿון די פּאַלעסטינער מיט יאַסיר אַראַפֿאַטן בראָש קיין לבֿנון, איז די לאַגע פֿאַר ייִדן געוואָרן דאָרט אַלץ ערגער און ערגער. ייִדן האָבן אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און אַרויספֿאָרן קיין פּאַנאַמע, בראַזיל און אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין אָקטאָבער 1970 האָבן די אַמעריקאַנער ליקווידירט די פֿירמע, אין וועלכער שמעון בילבול האָט געאַרבעט. ראָז איז באַלד אַוועק קיין ישׂראל, און איר מאַן איז אָנגעקומען אין אַפּריל 1971. די טאָכטער און דער זון זײַנען דעמאָלט שוין געווען סטודענטן אינעם ירושלימער אוניווערסיטעט.

כּדי צו אַרבעטן אין יריחו איז געווען נייטיק צו באַקומען אַ דערלויבעניש פֿונעם אַגריקולטור־מיניסטעריום, פֿון געזונט־מיניסטעריום, פֿון זיכערהייט־מיניסטעריום און פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג פֿון יריחו. נאָך אַ סך באַמיִונגען האָט ראָז באַקומען אַלע נייטיקע פּאַפּירן און פֿון דאָס נײַ אויפֿגעשטעלט איר לאַבאָראַטאָריע אין יריחו. זי און אירע 2 אַרבעטער האָבן געאַרבעט אין דער לאַבאָראַטאָריע פֿון פּאַפּאַיאַס טאָג־טעגלעך. אין דער צײַט פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע, וואָס האָט געדויערט פֿון דעצעמבער 1987 ביז די 90ער יאָרן, האָט ד"ר בילבול נאָך געהאַט די נייטיקע דאָקומענטן פֿון מיליטער אַרײַנצוקומען קיין יריחו און אַרבעטן אין איר לאַבאָראַטאָריע. די פּרעסע האָט דעמאָלט געשריבן וועגן דער "נאַרישער" פֿרוי, וועלכע אַרבעט אין יריחו. אָבער אין דער צײַט פֿון דער צווייטער אינטיפֿאַדע האָבן די מיליטערישע מאַכט־אָרגאַנען איר מער נישט דערמעגלעכט צו קומען קיין יריחו און פֿון דעמאָלט אָן ביז הײַנט קומט זי איין מאָל אַ וואָך צו דער מיליטער־באַריקאַדע און פֿון יענער זײַט ברענגט איר דער אַרבעטער, כאַלעד, וועלכער אַרבעט מיט איר שוין 34 יאָר, דעם רוי־מאַטעריאַל. אין די גוטע צײַטן האָט זי אין יריחו געהאַט טויזנט פּאַפּאַיאַ־ביימער, און הײַנט צו טאָג זײַנען פֿאַרבליבן בלויז 18 ביז 20 ביימער. ד"ר בילבול האָט איר דירה פֿאַרוואַנדלט אין אַן אימפּראָוויזירטער לאַבאָראַטאָריע, און זי אַרבעט אויס ביזן הײַנטיקן טאָג, אין עלטער פֿון 98 יאָר, קאָסמעטישע קרעמען און מעדיצינישע מעדיקאַמענטן קעגן פֿאַרשיידענע קראַנקייטן.