ווען יוסף איז געזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה דערזען אַ חלום, אין וועלכן זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. דער חלום האָט ארויסגערופֿן זאָרג בײַ פּרעה; זײַן משרת, דער שׂר-המשקים, וועלכער איז נישט לאַנג צוריק אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט אים דערציילט וועגן יוספֿס וווּנדערלעכן כּשרון אָפּצוטײַטשן חלומות. יוסף האָט דערקלערט, אַז פּרעהס חלום מיינט, אַז די קומענדיקע זיבן יאָר וועט אין עגיפּטן זײַן אַ רײַכע גערעטעניש,
און דערנאָך וועט קומען אַ שטאַרקער הונגער, וועלכער וועט אויך אָנגיין זיבן יאָר און חרובֿ מאַכן דאָס לאַנד; ער האָט געגעבן פּרעהן אַן עצה צו זאַמלען די גערעטעניש פֿון די קומענדיקע געראָטענע זיבן יאָרן, כּדי איבערצולעבן דעם הונגער.
צוליב זײַנע נבֿיאיִשע עצות, איז יוסף באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער תּפֿיסה, און געוואָרן פּרעהס הויפּט-ראַטגעבער און פֿאַרטרעטער. ארץ-כּנען, וווּ יעקבֿ האָט געלעבט, האָט אויך געליטן פֿונעם הונגער, דערפֿאַר האָט יעקבֿ געשיקט זײַנע קינדער, אַחוץ בנימין, קיין מצרים, צו קויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף, וועלכער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן באַאַמטן, האָט באַשולדיקט די ברידער אין שפּיאָנאַזש און אַרעסטירט זײַן ברודער, שמעון, פֿאָדערנדיק צו ברענגען אין מצרים אויך יעקבֿס ייִנגסטן ברודער, בנימין. ווי עס ווערט דערציילט אין דער קומענדיקער פּרשה, איז יעקבֿס גאַנצע משפּחה שפּעטער אָנגעקומען קיין מצרים.
די הײַנטיקע, ווי אויך די פֿריִערדיקע פּרשה, איז פֿאַרבונדן מיט חלומות. צוליב זײַנע און פֿרעמדע חלומות, איז יוסף פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין שקלאַפֿערײַ, געזעסן אין תּפֿיסה, און געוואָרן דער שני-למלך בײַם פּרעה. דער ערשטער ייִדישער גלות האָט זיך אויך אָנגעהויבן פֿונעם הונגער, וועלכן יוסף האָט פֿאָרויסגעזאָגט, נאָך פּרעהס חלום.
ווי עס שטייט אינעם באַקאַנטן קאַפּיטל תּהילים, וואָס מע זאָגט פֿאַר ברכת-המזון, "בשובֿ ה׳ את שיבֿת ציון היינו כּחולמים" — "ווען דער אייבערשטער וועט אומקערן אונדז פֿון גלות, וועלן מיר זײַן אַזוי ווי אין אַ חלום". אונדזער פּרשה, וואָס האָט צו טאָן מיט יוספֿס גאולה, מיט זײַן באַפֿרײַונג פֿון תּפֿיסה, מיטן גלות, און מיט חלומות, הייסט "מקץ"; דאָס וואָרט "קץ", וואָס מיינט אַ סוף פֿון אַ געוויסן צײַט-אָפּשניט, ווערט אָפֿט אויסגענוצט אין שײַכות מיט ביאת-המשיח, מיטן איבערגאַנג-מאָמענט, וואָס פֿאַרבינדט דעם גלות און גאולה צוזאַמען.
ביידע ענינים, גלות און גאולה, האָבן אַ שײַכות צו חלומות. דער ענין פֿון גלות האָט, אין דער אמתן, ווייניק צו טאָן מיטן "פּאָליטיש-געאָגראַפֿישן" מצבֿ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק; גלות איז אַ צעמישטער צושטאַנד פֿונעם גאַנצן אוניווערס, אַ מין "קאָסמישער חלום", אין וועלכן אַלע זאַכן ווערן פֿאַרבונדן אויף אַ מאָדנעם, פֿאַרפֿירנדיקן אופֿן. אַזוי ווי אין אַ חלום, איז דאָס גלות-לעבן אָפֿט אומזיכער, פֿאַרנעפּלט און צומאָל זייער שרעקעדיק; דאָס פֿיזישע גלות איז בלויז אַ בײַ-עפֿעקט פֿונעם דאָזיקן צושטאַנד.
דאָס וואָרט "חלום" האָט אָבער נאָך אַ באַדײַט: אַ האָפֿענונג, אַ טרוים וועגן דער גליקלעכער צוקונפֿט. צוליב דעם פּאַראַדאָקסישן, אומראַציאָנעלן כאַראַקטער פֿון די חלומות, קאָנען מיר אין זיי אַרויפֿשפּרינגען פֿון דער ערד אויף אַ באַרג, איבערפֿליִען אַ ים — טאָן כּל-מיני זאַכן, וואָס זענען, לויטן לאָגישן שטייגער, אינגאַנצן אוממעגלעך. הגם דער אומראַציאָנעלער חלום-מצבֿ פֿון דער וועלט קען גורם זײַן צעמישטקייט און ספֿקות, קאָן ער אויך אויסגענוצט ווערן אויף אַ גוטן אופֿן. צוליב דער היפּוכדיקער נאַטור פֿונעם קאָסמישן "חלום", קאָנען מיר אַרויסשפּרינגען פֿון אַ נידעריקן, פֿאַרגרעבטן גײַסטיקן מצבֿ, און גלײַך דערגרייכן זייער הויכע השׂגות און מדרגות אין עבֿודת-השם.
דער ענין פֿונעם "קאָסמישן חלום" האָט אויך אַ שײַכות צום הײַנטיקן יום-טובֿ — חנוכּה. ווען די חשמונאָים זענען אויפֿגעשטאַנען קעגן דער אַנטיסעמיטישער גריכיש-סירישער אימפּעריע, האָבן זיי געוווּסט, אַז זיי האָבן געהאַט, על-פּי-שׂכל, ווייניק שאַנסן צו געווינען; פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי זיך מוסר-נפֿש געווען — און זייער באַפֿרײַונג-טרוים איז מקוים געוואָרן.
דער דריטער מאָדזיצער רבי, דער מחבר פֿון אַ סך חסידישע ניגונים און אַ מומחה אין מוזיק-ענינים, האָט דערקלערט, אַז די אַכט חנוכּה-ליכט, ווי אויך די צאָל אַכט בכלל, איז מיסטיש פֿאַרבונדן מיט דער סטרוקטור פֿון דער מוזיקאַלישער אָקטאַווע.
הגם די אַקטאַווע באַשייט פֿון אַכט נאָטן, חזרט די אַכטע נאָט איבער די ערשטע, אָבער אויף אַ העכערער מדרגה. אין דער אָקוואַטע, אַזוי ווי אין אַ חלום, ווערן די העכערע און נידעריקע מדרגות פֿאַרבונדן אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן. אָבער, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אומסדרדיקער אַבסורדישקייט פֿון חלומות, שטעלט די מוזיקאַלישע אָקטאַווע מיט זיך פֿאָר אַ מין "ספּיראַל", וווּ די מדרגות אַנטוויקלען זיך אַלץ העכער און העכער. דאָס וואָרט "חנוכּה" מיינט "באַנײַונג"; דער הײַנטיקער יום-טובֿ סימבאָליזירט ביאת-המשיח, ווען דער נעגאַוויטער אַבסורד פֿונעם "גלות-חלום" וועט פֿאַרוואַנדלען ווערן אינעם ליכטיקן "גאולה-חלום" — דערפֿאַר צינדן מיר אָן די ליכט דווקא במשך פֿון אַכט טעג — ווי אַ סימבאָל פֿון דער "ספּיראַל-אַרטיקער" אָקטאַווע.
הגם משיח איז נאָך נישט געקומען, לעבן מיר שוין, ווי עס האָבן באַטאָנט אַ סך צדיקים, אין אַ תּקופֿה, ווען מע קאָן שוין דערפֿילן דאָס ליכט פֿון גאולה. כּדי נישט צו פֿאַרלירן די אָריענטאַציע אין דער גלות-וועלט, דאַרף מען שטרעבן תּמיד צו שפּרינגען אין אונדזער "חלום" דווקא אַרויף, און נישט אַראָפּ, כּדי צו דערגרייכן כּסדר העכערע מדרגות. אויב מיר ווילן "אַרויסשפּרינגען" פֿונעם גלות-חושך, נישט טראַכנדיק צו לאָגיש און ראַציאָנעל, קאָנען מיר פֿאַרווירקלעכן אונדזער "חלום" — ברענגען די אמתע גאולה.