אונדזער לייענער, נח מילער, האָט אונדז געבעטן אָפּדרוקן אַ רעצעפּט פֿאַר אַ זיס־און־זויער ראָסל־פֿלייש, וואָס זײַן באָבע פֿלעג אָנרופֿן אַ ווײַניקן ראָסל.
איך האָב געפֿונען צוויי רעצעפּטן: איינער הייסט קאָכן דאָס פֿלייש אויפֿן אויוון, און דער צווייטער — אין אויוון. דאָס מאכל אויפֿן אויוון ניצט עסיק, נישט ווײַן, מסתּמא ווײַל עסיק איז וואָלוועלער. אויב איר ווילט, קענט איר ניצן עסיק אַנשטאָט ווײַן (אָדער האַלב־ווײַן, האַלב־עסיק) אויך אינעם צווייטן רעצעפּט.
רעצעפּט 1
2 לעפֿל בוימל
4 פֿונט רינדערן פֿלייש
1 גרויסע ציבעלע, צערעפֿטלט
זאַלץ און פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
2/3 טעפּל עסיק
1/2 טעפּל וואַסער
1/2 טעפּל ליכטיק־ברוינער צוקער
הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן דאָס פֿלייש און דרייט עס איבער, ביז אַלע זײַטן ווערן ברוין.
גיט אַרײַן די ציבעלע און פּרעגלט זי אַ 5 מינוט, ביז זי ווערט ווייך. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דאָס פֿלייש און די ציבעלע.
אין אַ שיסל מישט צונויף דעם עסיק, וואַסער און צוקער, און באַגיסט דערמיט דאָס פֿלייש און די ציבעלע. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ, און לאָזט דאָס פֿלייש זיך מליִען 3—4 שעה, ביז ס׳ווערט ווייך.
טאָמער ווילט איר מאַכן אַ סאָוס דערפֿון, נעמט אַרויס דאָס פֿלייש פֿון טאָפּ, און מישט אַרײַן אינעם פֿליישזאַפֿט 2 לעפֿל מעל און אַ ביסעלע קאַלט וואַסער, איבער אַ קליינעם פֿײַער, ביז דער זאַפֿט ווערט געדיכט.
רעצעפּט 2
2 לעפֿל בוימל
3—4 גרויסע ציבעלעס, צעשניטן
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
5 פֿונט רינדערן פֿלייש
1 טעפּל ברוינער צוקער
2/3 טעפּל רויטער ווײַן — זיס אָדער טרוקן
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט אָפּ די ציבעלעס ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און מישט אַרײַן דעם קנאָבל, בערך אַ האַלבע מינוט. לעשט אויס דאָס פֿײַער און שטעלט די פּאַטעלניע אין אַ זײַט.
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס). לייגט דאָס פֿלייש אַרײַן אין אַ טיפֿן בעקן. מישט צונויף אין אַ קליינער שיסל דעם צוקער, ווײַן אָדער עסיק, און די געפּרעגלטע ציבעלעס. גיסט דעם סאָוס איבערן פֿלייש, דעקט גוט צו מיט זילבער־פּאַפּיר און באַקט אין אויוון 3—4 שעה ביז דאָס פֿלייש ווערט ווייך.
וואַרט אַ 15 מינוט ביז דאָס פֿלייש קילט זיך אָפּ אַ ביסל, און צעשנײַדט עס אויף רעפֿטלעך.