- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן פֿרוי גייט דורך אַ שווערע צײַט און איך ווייס נישט ווי איר צו העלפֿן. זי איז די בעסטע פֿרוי און די בעסטע מאַמע פֿאַר אונדזערע דרײַ קינדער. אונדזער ייִנגסטע קינד איז ערשט אַוועק אין קאַלעדזש און מײַן פֿרוי איז געוואָרן אין גאַנצן צעמישט און צעטראָגן. זי האַלט, אַז זי האָט פֿאַרלוירן איר ציל אין לעבן און וויל אַדאָפּטירן אַ קינד פֿון כינע! איך וויל פּשוט מיר זאָלן ביידע הנאה האָבן פֿון אונדזערע פּענסיעס צוזאַמען. ווי קען איך איר העלפֿן? הילפֿלאָז טײַערער הילפֿלאָז, איר זענט נישט הילפֿלאָז. אײַער האַרץ פֿאַרשטייט גוט דעם ענין. צי אַרבעט אײַער פֿרוי? וואָס זענען אירע אינטערעסן? זי דאַרף זיך איצט אָפּגעבן מיט אַנדערע זאַכן, אויב אײַערע קינדער פֿאַרברענגען נישט מיט אײַך טאָג־אײַן, טאָג־אויס. אויב זי האָט ליב צו העלפֿן קינדער, אפֿשר קען זי געפֿינען אַרבעט אין אַ שול, אָדער ווי אַ פֿרײַוויליקער אין אַ קינדער־שפּיטאָל. איר דאַרפֿט אויך פֿאַרזיכערן, אַז איר ביידע זאָלן מער צײַט פֿאַרברענגען צוזאַמען. געפֿינט אַ נײַעם צײַטפֿאַרברענג. גרייט צו אַ וואַקאַציע. זאָל זי זײַן פֿאַרזיכערט, אַז איר וועט תּמיד זײַן דערבײַ איר צו העלפֿן מיט ליבע און שטיץ, ווען זי דאַרף אײַך האָבן. טײַערע חזנטע, מיר זענען נאָענט צו מײַן מאַנס משפּחה — אַזוי נאָענט, אַז איך ווער דערשטיקט! מיר ביידע וווינען אין מאַנהעטן, און זיי — אין לאָנג־אײַלאַנד. מיר עסן וועטשערע בײַ זיי יעדן שבת. איך וואָלט געוואָלט צוגרייטן, איין מאָל אין אַ נאָווענע, אַ שבת סעודה בײַ אונדז און פֿאַרבעטן אונדזערע פֿרײַנד פֿון דער שטאָט, אָבער ס‘איז קיין מאָל נישט פֿאַראַן קיין מעגלעכקייט. די שוויגער דריקט אויף אונדז, מיר זאָלן זיך צונויפֿקומען נאָך אַן אָוונט אין דער וואָך אַחוץ שבת. איך פֿאַרברענג דאָך נישט אַזוי גוט מיט זיי צו באַרעכטיקן צוויי אָוונטן אַ וואָך צוזאַמען! מײַן מאַן פֿאַרשטייט עס נישט. איך האָב ליב די מחותּנים, אָבער איך דאַרף אויך אַ ביסל אָרט צו אָטעמען. דערשטיקטע טײַערע דערשטיקטע, דער ענין האָט מער אַ שײַכות צו אײַך און אײַער מאַן, ווי צו אײַך און אײַערע שווער און שוויגער. איר און אײַער מאַן דאַרפֿן זיך אַוועקזעצן און האָבן אַ אויפֿריכטיקן שמועס. ער דאַרף פֿאַרשטיין, אַז איר האָט ליב און שאַצט אָפּ זײַנע עלטערן, אָבער דאָס הייסט נישט, אַז מע דאַרף פֿאַרברענגען צוויי אָוונטן אַ וואָך מיט זיי. ער דאַרף אויך פֿאַרשטיין, אַז די באַציִונג צווישן אײַך און זײַנע טאַטע־מאַמע וועט זײַן אַ בעסערע אָן אַ דרוק אויף אײַך. טײַערע חזנטע, איך שעם זיך מיט מײַן פּראָבלעם, אָבער אײַער רובריק, זעט אויס, איז דאָס איינציקע אָרט, וווּ איך קען זוכן הילף. איך בין אין גאַנצן פֿאַרכאַפּט פֿון ייִדיש. איך וווין אַליין און אַרבעט אין אַ פּירסום־פֿירמע. איך אַרבעט נישט אַזוי גיך בײַ דער אַרבעט ווײַל, קודם־כּל, אין מײַן קאָפּ, דאַרף איך איבערזעצן אַלץ וואָס איך האָב געטאָן, אויף ייִדיש. ס׳איז נישטאָ קיין איין מאָל איך זאָל שרײַבן אויף ענגליש, איך זאָל דאָס נישט אויך איבערשרײַבן אויף ייִדיש. דאָס פֿלעג זײַן אַ שפּיל, אָבער איצט, קען איך אַפֿילו נישט לייענען קיין צײַטונג אויף ענגליש, אָן דאָס איבערצוזעצן אויף ייִדיש. איך קען נישט אויפֿהערן. וואָס זאָל איך טאָן? אַנאָנים טײַערער אַנאָנים, איר האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָס איז טאַקע אַ פּראָבלעם — אַ פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעם. אַלע אָבסעסיעס, וועלכע שטערן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון לעבן דאַרף מען באַהאַנדלען. איר דאַרפֿט גיין צו אַ פּסיכאָלאָג מכּוח אײַער אויפֿפֿירונג. איר זאָלט האָבן אַ רפֿואה־שלמה.
* * *
|