ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַרויס פֿון מצרים, האָט פּרעה, וועלכער האָט אַליין פֿאַרטריבן די ייִדן פֿון זײַן לאַנד, כּדי אויסצומײַדן נײַע מכּות, באַשלאָסן זיי נאָכצויאָגן און ווידער פֿאַרשקלאַפֿן. דער אייבערשטער האָט געמאַכט אַ נס: דאָס וואַסער פֿון ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן, און די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים; ווען פּרעהס אַרמיי האָט געפּרוּווט זיי נאָכיאָגן, האָט דאָס וואַסער זיך צוריק צונויפֿגעגאָסן און פֿאַרפֿלייצט די רודפֿים.
ווען די ייִדן האָבן דערזען דעם דאָזיקן נס, האָבן זיי געזונגען אַ לויב־געזאַנג דעם באַשעפֿער — דערפֿאַר הייסט דער הײַנטיקער שבת "שבת־שירה". אַחוץ קריעת־ים־סוף, ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה דערציילט אויך וועגן אַ צאָל אַנדערע גרויסע ניסים, אַרײַנגערעכנט דעם מן — דאָס "הימלדיקע ברויט", וועלכן די ייִדן האָבן געגעסן בעת זייער לאַנג־יאָריקער וואַנדערונג אינעם מידבר.
אין ס׳רובֿ אַשכּנזישע קהילות פֿירט מען זיך דעם הײַנטיקן שבת צו געבן עסן די ווילדע פֿייגעלעך; אין אַ טייל קהילות פֿאַרשפּרייט מען די קערנדלעך און ברויט אינעם הויף, און מע פֿילט אָן די שפּײַז־ברעטלעך ערבֿ־שבת; דער מהר״ל, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע גרויסע רבנים, האָבן אָבער געגעבן דאָס עסן דעם שבת גופֿא — אין די ערטער, וווּ מע מעג אַרויסטראָגן די שפּײַז פֿון דער שטוב; אַזאַ מינהג איז פֿאַרשפּרייט אין אַ סך ליטווישע און ווײַסרוסישע קהילות, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער חסידים.
געוויינטלעך, קאָרמעט מען שבת ניט קיין ווילדע חיות. עס זענען באַקאַנט פֿאַרשיידענע תּירוצים, פֿאַרוואָס מע מעג עס טאָן דווקא שבת־שירה; איין פּשוטער תּירוץ באַשטייט אין דעם, וואָס דער הײַנטיקער שבת איז, לויט דער פֿאָלקס־טראַדיציע, דער קעלטסטער אינעם יאָר. אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וווּ דער דאָזיקער מינהג איז געווען באַזונדערס פֿאַרשפּרייט, איז דער גאַנצער חודש שבֿט, געוויינטלעך, זייער אַ קאַלטער; ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ ייִדיש־רוסיש שפּריכוואָרט: "שבֿט ניע בראַט" — "שבֿט איז נישט קיין ברודער". על־פּי־הלכה, מעג מען געבן עסן שבת אַזעלכע חיות, וואָס קאָנען זיך נישט דורכקומען אַליין — למשל, ווילדע הינט, וועלכע זענען צוגעוווינט צום מענטשלעכן שפּײַז. שבת־שירה, לײַדן די פֿייגעלעך אָפֿט פֿון שטאַרקע קעלט און קאָנען נישט געפֿינען קיין שפּײַז אינעם שניי, דערפֿאַר האָט מען אויף זיי רחמנות.
צי מע זאָל פֿאַרשפּרייטן דעם שפּײַז טאַקע שבת גופֿא, אָדער פֿון פֿריִער, האָט שבת־שירה אַ סך פֿאַרבינדונגען מיט פֿייגעלעך. משה־רבינו האָט אָנגעזאָגט די ייִדן, אַז זיי טאָרן נישט זאַמלען שבת קיין מן; ער האָט זיי צוגעזאָגט, אַז ערבֿ־שבת וועט דער אייבערשטער געבן יעדן אַ טאָפּלטע פּאָרציע פֿונעם הימלדיקן שפּײַז — גענוג פֿאַר צוויי טעג. משה־רבינו האָט באַטאָנט, אַז שבת וועלן זיי סײַ־ווי־סײַ נישט קאָנען געפֿינען קיין מן אינעם מידבר.
לויט אַ באַקאַנטער מעשׂה, האָבן דתן און אבירם — די זעלבע נשׂיאים פֿון שבֿט־ראובן, וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַטייליקט אין קורחס מחלוקת — געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז משה איז נישט גערעכט, און ספּעציעל פֿאַרשפּרייט זייער-פֿרײַטיק פּאָרציע פֿונעם מן אינעם מידבר, כּדי צו ווײַזן דעם פֿאָלק, אַז מע וועט אים יאָ קאָנען געפֿינען שבת; ווילדע פֿייגעלעך האָבן אָבער אויפֿגעגעסן דעם מן, און משה־רבינוס צוזאָג איז מקוים געוואָרן; דתן און אבירמס פּראָוואָקאַציע איז דורכגעפֿאַלן. לויטן אַן אַנדער באַקאַנטן פּשט, האָבן די פֿייגעלעך מיטגעזונגען, ווען די ייִדן האָבן געלויבט דעם אייבערשטן בעתן אַריבערגיין דעם ים. צוליב די דאָזיקע סיבות, איז מען זיי באַזונדערס מכבד דעם הײַנטיקן שבת.
רבי נחמן בראַסלעווער האָט געזאָגט, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט האָבן אַן אייגן "ליד" — די "עסטעטישע דימענסיע", דורך וועלכער מע קאָן דערשפּירן די ג־טלעכע אָנוועזנהייט און גרויסקייט אין יעדן פּרט פֿונעם וועלט-באַשאַף. עמעצער האָט אַמאָל געפֿרעגט רבי נחמנען, וואָס טראַכט ער וועגן פּאָעזיע; דער רבי האָט געענטפֿערט, אַז "די גאַנצע וועלט איז געבויט אויף דעם". אויב מע האָט אַ גײַסטיקן חוש, קאָן מען דערפֿילן, אַז יעדעס גרעזל אין דער וועלט זינגט אַן אייגענעם "ניגון", טראָגט אין זיך אַ באַזונדערן פּראַכט, אינערלעכע מוזיק און פּאָעזיע. לויט דעם בראַסלעווער חסידות, זענען די "צען מינים נגינה", די עסטעטישע דימענסיע פֿונעם אוניווערס, אַפֿילו העכער ווי די תּורה אַליין, ווײַל דווקא אַ ניגון קאָן ברענגען די נשמה צום טיפֿסטן דבֿיקות מיט ג־טלעכקייט; דערפֿאַר ווערט דער טראָפּ, די מעלאָדיע פֿון תּורה-לייענען, באַטראַכט ווי אַ העכערע מדרגה, אין פֿאַרגלײַך דער טעקסט, הגם ער האָט נישט קיין קלאָרן באַדײַט.
ווען די ייִדן האָבן אָנגעהויבן זינגען שירה, האָבן די מלאכים געטענהט: וואָס פֿאַר אַ רעכט האָבן זיי צו זינגען, ווי די אַנדערע מענטשן, די מיצרים, זענען אומגעקומען אויף אַ שרעקלעכן אופֿן? דער אייבערשטער האָט געענטפֿערט די מלאכים, אַז די ייִדן פֿרייען זיך צוליב זייער פֿרײַהייט, און נישט צוליב דער מפּלה פֿון זייערע שׂונאים. מיר קאָנען זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן, ווי גרויס איז געווען די שׂמחה באַפֿרײַט צו ווערן פֿונעם ערגסטן מין שקלאַפֿערײַ, בפֿרט אויף אַזאַ וווּנדערלעכן, נישט־דערוואַרטן אופֿן.
די ווילדע פֿייגל פֿליִען אַרום וווּ זיי ווילן, זינגענדיק זייער "שירה"; זיי זענען, מסתּמא, דער סאַמע בולטער סימבאָל פֿון פֿרײַהייט אין דער נאַטור, ווי אויך פֿון דער "אינערלעכער מעלאָדיע", פֿון דער עסטעטישער דימענסיע פֿונעם אוניווערס. אַ טייל מענטשן פֿאַרשטייען דעם ענין פֿון פֿרײַהייט אויף אַ וווּלגאַרן אופֿן, ווי די מעגלעכקייט אויסצופֿירן אַלע תּאוות און ליידיק צו גיין אַ גאַנצן טאָג. דאָס פֿרײַע לעבן פֿון די ווילדע פֿייגעלעך איז אָבער נישט גרינג, געוויינטלעך פֿול מיט מי און סכּנות; פֿונדעסטוועגן, פֿרייען זיי זיך און כּסדר "לויבן" דעם אייבערשטן, אינעם אַלעגאָרישן זין, מיט זייער זינגען; דעריבער איז הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן באַפֿרײַונג, מסירת-נפֿש און שירה-געזאַנג, פֿאַרבונדן דווקא מיט די באַפֿליגלטע "זינגער".