פּובליציסטיק
סעלי מיט עספּעראַנסע, איינע פֿון די אַקושערקעס
סעלי מיט עספּעראַנסע, איינע פֿון די אַקושערקעס

יעדן טאָג לייענט מען אין די צײַטונגען וועגן דער צווישן-עטנישער בלוט-פֿאַרגיסונג אין אַ צאָל אַפֿריקאַנער לענדער: קעניע, סודאַן, קאָנגאָ, אָבער וועגן איין לאַנד, דאַכט זיך, האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן: רוואַנדע, דאָס אָרט, וווּ אַ גענאָציד־קאַמפּאַניע האָט אויסגעשאָכטן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין 1994.

סעלי מענדלסאָן, אַ פֿרומע ייִדישע אַקו­שערקע אין ניו־יאָרק, ווייסט פֿון דער ערשטער האַנט די פֿאַרוויסטונג אין רוואַנדע, וואָס דער גענאָציד האָט דאָרט גורם געווען. די פֿאַרגאַנגענע צוויי זומערן האָט זי אויפֿגעגעבן איר וואַקאַציע צו אַרבעטן פֿרײַוויליק, סײַ אין די שפּיטאָלן און קליניקן פֿון דער רוואַנדער הויפּטשטאָט קיגאַלי, סײַ אין דער שטאַרק באַדערפֿטיקער פּראָווינץ.

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק האָט מענדלסאָן, אַ הויכע פֿרוי מיט אַ שפּרודלדיקן טעמפּעראַמענט, דערציילט וועגן אירע איבערלעבונגען אין רוואַנדע פֿאַר אַן עולם, ס׳רובֿ פֿרויען, בעת אַ ספּעציעלן מיטאָג און לעקציע אינעם "דרישה־אינסטיטוט" — אַ צענטער פֿון תּורה־לערנען פֿאַר פֿרויען, אין מאַנהעטן. זי האָט באַגלייט די געשיכטע מיט אַ ריי ליכטבילדער, וואָס האָבן געמאַכט די פּרעזענטאַציע נאָך מער לעבעדיק.

די געשיכטע איז אַ שרעקלעכע: אין אַפּריל 1994 האָבן די מיליטאַנטן פֿון דער עקס­טרע­מיסטישער "הוטו"־פּאַרטיי פֿאַרכאַפּט די רע­גירונג און אָנגעהויבן סיסטעמאַטיש צו פֿאַרטיליקן די "טוצי"־מינאָריטעט, און אַפֿילו אַנדערע מעסיקע פֿונעם "הוטו"־שבֿט. במשך פֿון 100 טעג האָבן זיי אומגעבראַכט צווישן 800,000 און 1 מיליאָן מענער, פֿרויען און קינדער, און בערך 250,000 פֿרויען זענען פֿאַר­גוואַלדיקט געוואָרן. מענדלסאָן האָט דערציילט, אַז איין אַכזריותדיקער מיטל פֿון דורכפֿירן דעם גענאָציד איז געווען צו שיקן די מענער, וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ווירוס HIV, מאנס צו זײַן די פֿרויען. אַ צאָל געליטענע פֿרויען האָבן דערציילט, אַז אין אַ סך פֿאַלן האָט דער פֿאַרגוואַלדיקער בפֿירוש געזאָגט זײַן "קרבן", אַז זי און איר נישט־געבוירן קינד וועלן ביידע אָנגעשטעקט ווערן מיט HIV און במילא שטאַרבן מיט אַ פּאַמעלעכן טויט.

סעלי, מיט דער הילף פֿון אַן איבערזעצער, שמועסט מיט די פֿאָלקס־אַקושערקעס אין אַן אָרעמען דאָרף. איר טאָכטער, לאה, זיצט פֿון לינקס.
סעלי, מיט דער הילף פֿון אַן איבערזעצער, שמועסט מיט די פֿאָלקס־אַקושערקעס אין אַן אָרעמען דאָרף. איר טאָכטער, לאה, זיצט פֿון לינקס.

דער סוף האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ בי­טע­רער איראָניע. נאָך דעם ווי מע האָט באַ­זיגט די מיליטאַנטן, און זיי פֿאַרמישפּט און אַרײַנ­געזעצט אין תּפֿיסה, האָבן די HIV־אָנגע­שטעקטע פֿאַר­גוואַל­דיקער באַקומען פֿון דער רע­גירונג די מעדיקאַמענטן צו העלפֿן זיי בלײַבן לעבן, בעת די אָנגע­שטעקטע פֿרויען, וואָס מע האָט איבער­געלאָזט אויף הפֿקר, האָבן זיך אומ­געקערט אַהיים, און בכלל נישט געקראָגן קיין שום רפֿואה. טאַקע דערפֿאַר האָבן די פֿרויען און קינדער געהאַלטן אין איין שטאַרבן פֿון AIDS, "און דערבײַ ציט זיך ווײַטער דער גענאָציד," האָט סעלי באַמערקט.

"ס׳איז אַ מאָדנע איבערחזרונג פֿון דעם וואָס מיר, ייִדן, האָבן איבערגעלעבט — האָט סעלי געזאָגט — אָבער דאָס מאָל האָבן מיר, ייִדן, און אַמעריקאַנער, געשוויגן, בעת אַ מיליאָן מענטשן זענען דער­הרגעט געוואָרן."

אויף דער פֿראַגע, וואָס האָט זי באַווירקט צו באַזוכן רוואַנדע, האָט זי מיט אַ שמייכל גע­ענט­פֿערט: "אין דער אמתן, איז עס געווען מײַן מאַנס געדאַנק." מיט דרײַ יאָר צוריק האָט סעלי און איר מאַן, דוד לאָוענפֿעלד, געשמועסט מיט זייער פֿרײַנד, אַ קינדער־דאָקטער, וואָס ספּע­ציאַליזירט זיך אין AIDS, און האָט אַליין געאַרבעט אין רוואַנדע. אַן אינ­ספּירירטער, האָט דוד, אַ גרונט־מיסחר־אינוועסטאָר, אויסגע­פֿאָרשט דעם ענין און זיך פֿאַרבונדן מיט דער נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע WE-ACTx — אַן אינטערנאַציאָנאַלער פּראָיעקט פֿון דאָקטוירים, אַקטיוויסטן און פֿאָרשער, וואָס אַרבעטן אין רוואַנדע, צו העלפֿן די פֿרויען פֿאַרגוואַלדיקטע, און אָנגעשטעקט מיט AIDS.

נאָכן טרעפֿן זיך עטלעכע מאָל מיט מענדל­סאָן, האָבן די באַאַמטע פֿון WE-ACTx פֿאַר­בעטן מענדלסאָן — וואָס אַרבעט שוין 20 יאָר ווי אַן אַקושערקע, און לערנט דעם פֿאַך מיט סטודענטן אינעם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט" — צו באַזוכן די קליניקן אין רוואַנדע, אָבסער­ווירן די אָרטיקע אָקושערקעס און מאַכן רעקאָ­מענדאַציעס.

מע כאַפּט אַ טענצל. די פֿרוי מיט די ווײַסע האָר איז ד״ר קעטרין אַנאַסטאָס, דירעקטאָרין פֿון WE-ACTx. לינקס: סעליס מאַן, דוד לאָוענפֿעלד.
מע כאַפּט אַ טענצל. די פֿרוי מיט די ווײַסע האָר איז ד״ר קעטרין אַנאַסטאָס, דירעקטאָרין פֿון WE-ACTx. לינקס: סעליס מאַן, דוד לאָוענפֿעלד.

"ווען איך האָב דאָס דערציילט מײַן 22־יאָריקער טאָכטער, לאה, האָט זי געזאָגט: ׳מאַמע! דו און איך אין אַפֿריקע? מיר וועלן זײַן ווי שפֿרה און פּועה!" דער פּאַראַלעל איז טאַקע אַ פּאַסיקער. שפֿרה און פּועה זענען די צוויי מיצרי­שע אָקושערקעס אין דער חומש־מעשׂה, וואָס האָבן נישט געפֿאָלגט פּרעהס באַפֿעל צו הרגענען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגעלעך — און דערבײַ אויסגעמיטן אַן אַנדער מין גענאָציד.

סעלין איז געפֿעלן גע­וואָרן דער טאָכטערס ענט­פֿער און יענעם זומער איז זי, מיט איר מאַן און טאָכטער, אַוועק אויף אַן אייגנאַרטיקער "זומער־וואַקאַציע".

נאָכן אָנקומען אינעם "קיגאַלי געזונט־אינסטיטוט" — דאָס אָרט וואָס טרענירט אַלע רוואַנדער געזונט־פּראָ­פֿעסיאָנאַלן — האָט סעלי באַזוכט די אַנדערע שפּי­טאָלן אין דער הויפּטשטאָט, און ערשט דעמאָלט אײַנ­געזען, ווי שלעכט ס׳איז דער מצבֿ דאָרט. "אינעם ׳מוהימאַ־שפּיטאָל׳, וווּ ס׳ווערן געבוירן 40 עופֿע­לעך אַ טאָג," האָט סעלי געזאָגט: "ס׳זע­נען דאָרט געווען בלויז 4 בעטן! צוויי אָדער דרײַ גע­ווינערינס האָבן זיך געטיילט מיט איין בעט; די אַנדערע פֿרויען שפּאַצירן איבערן צימער, זיצן אויף די קני אָדער זיצן אויף די קאָר­טעטשקעס, בעת דאָס קינד קומט אַרויס."

אין די דערפֿער איז געווען נאָך ערגער: נישט געווען קיין בעטן מיט ריינע מאַטראַצן און בעטגעוואַנט, אָדער קיין אָפּגאָסן, קלאָזעטן, שפּריצן אָדער אַפֿילו עלעקטריע. מיט דער הילף פֿון אַן איבערזעצער, האָט סעלי, באַזוכנדיק אַזאַ דאָרף, זיך באַמיט צו געפֿינען די פֿרויען, וואָס נעמען אָפּ די קינדער, און מע האָט, סוף־כּל־סוף, אָרגאַניזירט אַ "זיצונג". איין פֿרימאָרגן זענען 15 פֿרויען — פֿאָלקס־אָקושערקעס, וואָס האָבן זיך גע­לערנט די פֿאַך בײַ זייערע אייגענע מאַמעס און באָבעס — געקומען צו דער באַשטימטער געבײַדע. די פֿרויען האָבן דערציילט סעלי, ווי אַזוי זיי נעמען אָפּ די קינדער, און סעלי האָט זיי געגעבן פֿאַרשידענע עצות.

די פּאַציענטן וואַרטן צו זען אַ דאָקטער אינעם
די פּאַציענטן וואַרטן צו זען אַ דאָקטער אינעם

אינטערעסאַנט איז געווען, אַז ווען סעלי האָט זיי געבעטן מאַכן אַ רשימה פֿון די זאַכן, וואָס זיי דאַרפֿן צום שטאַרקסטן האָבן, האָט זייער ענטפֿער געקלונגען אַ ביסל ענלעך צו פּרצעס באָנטשע שווײַג — "אַ בולקע מיט פּוטער". זיי האָבן בלויז געבעטן נאָך מעסטשנורן, צו מעסטן דעם בויך פֿון די טראָגעדיקע פֿרויען.

מיט אַ שמייכל האָט סעלי אויך דערציילט וועגן אַן אַנדער זאַך, וואָס זי האָט זיך געדאַרפֿט צו דעם צוגעוווינען: "וווּ מיר זענען נאָר געגאַנגען, זענען אונדז נאָכגעלאָפֿן די קינדער, שרײַענדיק: ׳מזונגו (ווײַסער מענטש)!׳ און אונדז געוואָלט אָנטאַפּן."

במשך פֿון ביידע זומערן וואָס סעלי האָט פֿאַרבראַכט אין רוואַנדע, האָט זי זיך אַ סך געלערנט וועגן רוואַנדע — נישט בלויז וועגן די פּראָבלעמען פֿון די אָקושערקעס, נאָר אויך ווי נאָענט די פֿרויען זענען געווען צווישן זיך. "דער גרעסטער חידוש איז געווען צו זען ווי די HIV־אָנגעשטעקטע פֿאַר­גוואַלדיקטע פֿרויען פֿון די ׳טוציס׳ לעבן בשלום מיט די HIV־אָנגע­שטעקטע ווײַבער פֿון די ׳הוטו׳־מיליטאַנטן, וואָס זיצן אין תּפֿיסה. זיי האָבן בכלל נישט באַטראַכט איינע די אַנדערע ווי שׂונאים."

ס׳האָט אויף סעלי אויך געמאַכט אַן אײַנדרוק, ווי וויכטיק איז בײַ די רוואַנדער צו פֿאַרגעדענקען די קרבנות פֿונעם גענאָציד דורך דענקמאָלן. אין כּמעט יעדן דאָרף האָט זי געפֿונען אַ דענקמאָל. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די נאַציס, וואָס האָבן איבערגעלאָזט אָן אַ שיעור דאָקומענטאַציע וועגן דעם גענאָציד, האָבן די "הוטוס" אַזאַ כראָניק נישט געפֿירט. דעריבער זעען די רוואַנדער הזכּרה־אויסשטעלונגען אויס זייער פּשוט: דאָס געווער פֿון די מיליטאַנטן, און רייען פֿון שאַרבנס און סקעלעטן, פּרעזערווירט מיט לויג.

"קוקנדיק אויפֿן געביין — האָט סעלי דער­ציילט — האָבן מיר געלייענט פֿון קאַפּיטל 37 אין יחזקאל, וווּ ס׳שטייט געשריבן: ׳און ער האָט מיך געשטעלט אין מיטן פֿונעם טאָל. און ס׳איז געווען פֿול מיט ביינער. און ער האָט מיך געפֿירט, און דאָרט זענען געלעגן אַ סך ביינער, אויסגעשפּרייט אינעם טאָל, זייער טרוקענע ביינער."

"ס׳האָט מיך געמאַכט טראַכטן וועגן די תּפֿילות וואָס אונדזערע חכמים האָבן אָנגע­שריבן, נישט בלויז ווי פּאָעטן, נאָר אויך ווי סאָציאַלע קאָמענטאַטאָרן."

דערווײַל גייען אָן אַ צאָל פּראָיעקטן צו העלפֿן די רוואַנדער געזעלשאַפֿט, אַחוץ WE-ACTx. קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט האָט, בשותּפֿות מיט דער רוואַנדער רעגירונג, גע­גרינדעט דעם "מילעניום־פּראָיעקט" — אַ קאַמ­פּאַניע צו פֿאַרקלענערן די אָרעמקייט, אָפּצו­שטעלן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון AIDS און באַזאָרגן יעדן קינד מיט אַן עלעמענטאַרער שול־דערציִונג ביזן יאָר 2015. ד״ר דזשאַש ראָקסין, דער דירעקטאָר פֿונעם "מילעניום־פּראָיעקט", זאָגט, אַז עס גייט גאַנץ גוט: "איידער מיר האָבן אָנגעהויבן, אין אַפּריל 2006, האָט מען יעדע וואָך דורכגעפֿירט 3־4 לוויות פֿון קינדער. איצט זעט מען עס כּמעט אין גאַנצן נישט."

אַן אויסשטעלונג, וווּ דאָס געביין פֿון די קרבנות איז פּרעזערווירט מיט לויג
אַן אויסשטעלונג, וווּ דאָס געביין פֿון די קרבנות איז פּרעזערווירט מיט לויג

פֿונדעסטוועגן, קומט נאָך אַלץ אָן זייער שווער צו באַגרענעצן די גרייס פֿון די משפּחות. "די פֿרויען ווילן ווײַטער נישט ניצן קיין קינדל־קאָנטראָל. זיי פֿאַרשטייען, אַז דאָס לעבן וואָלט געווען גרינגער, ווען זיי האָבן ווייניקער קינדער, אָבער זיי טראַכטן פּונקט פֿאַרקערט: ׳מע האָט אונדז געפּרוּווט אויסהרגענען, דערפֿאַר מוזן מיר האָבן נאָך קינדער...׳

"נו — פֿרעגט סעלי — ווי קען מען זיי ענטפֿערן?"