דאָס וואַרטן אויפֿן באַשלוס פֿון דער אַזוי גערופֿענער ווינאָגראַד־קאָמיסיע האָט דערמאָנט אַ וואָדעוויל־פֿאָרשטעלונג, וווּ דער בר־מינן איז נאָך נישט באַגראָבן, אָבער די קרובֿים שלאָגן זיך שוין איבערן האָב־און־גוטס. ווי איר פֿאַרשטייט שוין, שפּילט אין דעם איצטיקן ישׂראל־וואָדעוויל די הויפּט־ראָלע, איר פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט.
וואַרטן, זאָגט מען, קאָן מען אויך אויף פֿאַרשידענע אופֿנים; ווער עס זיצט אויף די וואַליזקעס, ווער עס אײַלט זיך אונטערצוציִען דעם סך־הכּל און ווער עס זוכט אַ וועג אָפּצוהאַלטן זײַן אַוועקפֿאָרן... דער פּרעמיער גופֿא וואַרט נישט. יעדנפֿאַלס, אַזאַ אָנשטעל מאַכט ער, ווײַל לויט זײַן טיפֿער איבערצײַגונג, שפּילט ער גאָר אַן אַנדער ראָלע, און זאָלן די וואָס רײַסן זיך שוין בײַם צעטיילן די "ירושה", זיך אָפּהאַלטן פֿון דער אומזיסטיקער טירחה. אהוד אָלמערט וועט אַליין נישט פֿאַרלאָזן זײַן קאַבינעט, און דעם פּרעמיער־פּאָרטפֿעל פֿון זײַנע הענט נישט אַרויסלאָזן.
וואָס זשע קומט פֿאָר הינטער די קוליסן פֿון דעם דאָזיקן ישׂראל־וואָדעוויל?
קודם־כּל, שלאָגן זיך פֿאַר דעם פּרעמיערס פּאָרטפֿעל זײַנע "נאָענטע קרובֿים": די מיטגלידער
פֿון "קדימה": ליבֿני, מופֿז און דיכטער. ציפּי ליבֿני האָט שוין געהאַט געמאַכט אַזאַ פּרוּוו פֿריִער — מיט זשום און רעש. איצט גייט אָן אַ שטילע, אָבער אַן אינטענסיווע ווערבירונג פֿון אָנהענגער פֿאַר דעם אָדער יענעם קאַנדידאַט אויף צו פֿאַרבײַטן דעם איצטיקן ראָש פֿון דער פּאַרטיי. ס‘איז דאָך קלאָר, אַז אויב די "קדימה"־מענטשן וועלן עס נישט טאָן אַליין, וועט די קאָאַליציע זיך צעשיטן אין גאַנצן, און עס וועט קומען צו נײַע וואַלן.
אַבֿיגדור ליבערמאַן און זײַן "ישׂראל ביתנו", האָט שוין לעצטנס פֿאַרלאָזט די קאָאַליציע, און דערמיט געמאַכט דעם ערשטן שפּאַן צו נײַע וואַלן. וואָס שייך דער ש"ס־פּאַרטיי, פֿירט זי דערווײַל אַ צבֿועקישע פּאָליטיק — פֿון איין זײַט, סטראַשעט זי צו פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע, פֿון דער אַנדערער — האָט ערשט די וואָך הרבֿ יוסף, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון ש"ס, זיך פֿאַרבונדן מיט אָלמערטן און געמונטערט אים אין זײַן קאַמף קעגן די קעגנער.
ווי מיר ווייסן, איז אין ישׂראל כּמעט שטענדיק דאָ אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרשטאַרקן די קאָאַליציע אויפֿן חשבון פֿון די קליינע פּאַרטייעלעך. צוליב דעם דאַרף מען האָבן צוויי זאַכן: צוזאָגן זיי גרעסערע סומעס געלט פֿאַר זייער בודזשעט (ווי עס גייט אַ רייד איצט וועגן דער אַשכּנזישער רעליגיעזער פּאַרטיי "יהדות התּורה"), אָדער נאָכגעבן זייערע פּאָליטישע אַמביציעס (ווי עס קומט פֿאָר מיט דער לינקער "מרצ"־פּאַרטיי).
די אָפּאָזיציע, אין שפּיץ מיט "ליכּוד", רופֿט דאָס פֿאָלק צו נײַע וואַלן. בנימין נתניהו רײַסט זיך אַוודאי ווידער צום געגאַרטן פּאָרטפֿעל, וואָס ער האָט אויך אַמאָל פֿאַרלוירן אויף אַ גאָר מיאוסן אופֿן. צי וויל עס אָבער דאָס פֿאָלק?
אהוד ברק, דער ראָש פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי, האָט געגעבן אַ וואָרט זײַנע פּאַרטיי־חבֿרים, אַז אויב די אויספֿירן פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע וועלן זײַן שאַרף קריטיש קעגן דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער, וועט די פּאַרטיי שטיצן אָלמערטס באַזײַטיקונג, אָדער פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע. צי איז צו דעם ברק גרייט, וואָס פֿאַרנעמט דעם וויכטיקן פּאָסטן פֿון שוץ־מיניסטער? גיי ווייס, צי זײַן פּאַרטיי וועט טאַקע געווינען די פֿאַרטערמיניקע וואַלן...
נו, און דאָס חשובֿע פּובליקום פֿון דעם וואָדעוויל, די ישׂראלים? שוין זשע וועלן זיי שווײַגן? לויט אַלע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן פֿירט זיך דאָך, אַז דאָס פֿאָלק קלײַבט אויס זײַנע רעגירער און דאָס פֿאָלק נעמט זיי אַראָפּ. ווי עס זאָל נישט זײַן, קיין גרויסע פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס זײַנען ביז אַהער נישט געווען. סײַדן די עלטערן פֿון די אומגעקומענע סאָלדאַטן בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה און די לעבנגעבליבענע רעזערוויסטן באַמיִען זיך דערהערט צו ווערן אין די הויכע, גוט־פֿאַרשטאָפּטע פֿענצטער פֿון אָלמערטס קאַבינעט.
דערווײַל לעקט פֿון דעם אַלעמען אָפּ אַ ביינדל די ישׂראל־פּרעסע, וואָס קריטיקירט אַלע באַטייליקטע אין דער וואָדעוויל־פֿאָרשטעלונג, און זי איז גערעכט. צוריק גערעדט, לויט די כּללים פֿון דעם זשאַנער, וואָלט דער "בר־מינן", אויף צולהכעיס אַלעמען, געזאָלט אויפֿשטיין תּחית־המתים, און אָנפֿירן ווײַטער מיט די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען. אָבער אַפֿילו אין אַ פּראָווינציעלן וואָדעוויל האָט מען געשעצט אַזאַ זאַך ווי מאָראַל, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן מענטשלעכע לעבנס.