אַ מאָל קום איך אַהיים צו שפּעט צו עסן אַ גרויסע וועטשערע; אין אַזאַ פֿאַל גרייט איך צו בלויז אַ סאַלאַט און פֿאַרבײַס אים מיט פֿריש ראַזעווע ברויט מיט פּוטער.
ווי אַזוי קומט צו מיר שטענדיק פֿריש ברויט? באַלד ווי איך קויף עס — אָדער איך באַק עס — צעשנײַד איך עס אויף דינע רעפֿטלעך און לייג אַרײַן אין אַ פּלאַסטיש זעקל אין פֿריזער. ווען ס׳גלוסט זיך מיר פֿריש ברויט, וויקל איך אײַן עטלעכע פֿאַרפֿרוירענע רעפֿטלעך אין זילבער־פּאַפּיר און וואַרעם עס אָן אויף 5 מינוט אין אויוון, בײַ 350 גראַד (177 צעלזיוס). ס׳האָט ממש אַ טעם ווי פֿריש־געבאַקן.
2 פּושקעס נאַהיט־אַרבעס
1/4 טעפּל צעשניטענע פּעטרישקע
1/2 טעפּל צעשניטענע רויטע ציבעלע
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
3 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1/2־1 לעפֿעלעך קעמיניק
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1/3 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער יאָגורט
2 לעפֿל מאַראַנצן־זאַפֿט
1/2 לעפֿעלע האָניק
4 טעפּלעך שפּינאַט־בלעטלעך
מישט צונויף אין אַ שיסל דעם נאַהיט, פּעטרישקע, איילבערט־בוימל, לימענע־זאַפֿט, קעמיניק, זאַלץ און פֿעפֿער.
אין אַ באַזונדער שיסעלע, מישט צונויף דעם יאָגורט, מאַראַנצן־זאַפֿט און האָניק.
באַדעקט אַ גרויסן טעלער מיט די שפּינאַט־בלעטלעך און איבער זיי — דעם נאַהיט־סאַלאַט. מאַכט אַ גריבל אין מיטן סאַלאַט, און גיסט דאָרט אַרײַן דעם מאַראַנצן־יאָגורט.