רעצעפּטן

געפּרעגלטס איז טאַקע נישט אַזוי געזונט ווי געבאַקנס, נאָר וואָס טוט מען, אַז ס׳גלוסט זיך אַ מאָל געפּרעגלטע קאַרטאָפֿל? ווי געעצהט אין "פֿאַרהיט אַ קרענק", זאָלט איר, צו ערשט, אָפּווייקן אין וואַסער די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך, צום ווייניקסטן, אַ האַלבע שעה; און אויב מעגלעך — צוויי שעה, איידער איר פּרעגלט זיי.

1 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צערעפֿטלט
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
3 קאַרטאָפֿליעס
זאַלץ און פֿעפֿער
1 לעפֿל פּאַפּריקע
1/4 טעפּל ווײַסער ווײַן
1 טעפּל פּאַרעווער הינדל־יויך

צעשנײַדט די קאַרטאָפֿל אויף רעפֿט­לעך מיט אַ געדיכטקייט פֿון 1/4 אינטש (6.35 מילימעטער). ווייקט די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך אין אַ שיסל וואַסער צוויי שעה.

צעלאָזט די פּוטער אָדער מאַרגאַרין מיטן בוימל אין אַ הייסער פּאַטעלניע. פּרעגלט די ציבעלע און קנאָבל אויף אַ קליינעם פֿײַער, ביז זיי ווערן דורכ­זיכטיק, בערך 3 מינוט. מישט אַרײַן די קאַר­טאָפֿל־רעפֿטלעך, באַזאַלצט און באַפֿע­פֿערט זיי, און באַשפּרענקלט מיט דער פּאַפּריקע.

גיסט אַרײַן אין דער פּאַטעלניע דעם ווײַן און פּאַרעווען יויך. דעקט זי צו און קאָכט די קאַרטאָפֿל איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז ס׳רובֿ פֿונעם וואַסער ווערט אויס­געוועפּט און די קאַרטאָפֿל ווערן ווייך. אויב נייטיק, גיט צו מער יויך.