שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

די מאַמע מײַנע מאַכט מיך משוגע! איך בין 18 יאָר אַלט און וווין אין מײַן קאָלעדזש־קאַמפּוס. איך קען זיך אַליין אײַנאָרדענען און דאַרף נישט, אַז מע זאָל האַלטן אַן אויג אויף מיר. מײַן מאַמע, אָבער, קלינגט מיר כּסדר צו דערמאָנען וועגן מײַנע עקזאַמענס, צי איך לייג זיך שלאָפֿן גענוג פֿרי, אַפֿילו צו פֿרעגן צי איך האָב געוואַשן די וועש. וואָס זאָל איך טאָן, זי זאָל אויפֿהערן מיך צו "באַדערן"?

טאָכטער מיט צרות


טײַערע טאָכטער מיט צרות,

ערשטנס, דאַרפֿט איר דאַנקען גאָט, וואָס איר האָט אַ מאַמע, וואָס האָט אײַך אַזוי ליב און זאָרגט זיך וועגן אײַך. צווייטנס, דאַרפֿט איר אָפֿן רעדן מיט אײַער מאַמען. לאָזט וויסן, אַז איר שאַצט אָפּ די נאָענטע באַציִונג צווישן אײַך ביידן, אָבער, אַז איר ווילט די באַציִונג זאָל זיך ווײַטער אַנטוויקלען אויף אַ מער דערוואַקסענער מדרגה. בעט זי, זי זאָל אײַך נישט דערמאָנען וועגן טאָג־טעגלעכע אַחריותן, און מע זאָל אָנהייבן שמועסן וועגן מער תּוכיקע, טיפֿערע ענינים. איר דאַרפֿט איר ווײַזן דעם וועג וווּהין איר ווילט גיין, און לאָמיר האָפֿן, אַז זי וועט אײַך נאָכגיין דעם דרך.


טײַערע חזנטע,

אין וויפֿל מענטשן קען מען זיך פֿאַרליבן אויף אַן אמת? איך האָב זיך פֿאַרליבט פֿיר מאָל. מײַן מאַמע זאָגט, אַז דאָס איז אַלץ נאַרישקייט, און אַז איך פֿאַרמיש ליבע מיט יוגנט־געפֿילן. ווער איז גערעכט?

אַ יונג, פֿאַרליבט


טײַערער יונג, פֿאַרליבט,

ס‘איז נישטאָ קיין דעפֿיניטיווער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע — אין וויפֿל מענטשן קען מען זיך פֿאַרליבן? עס העלפֿט אויך נישט, אַז איר אָדער אײַער מאַמע טײַטשן אויס, וואָס פֿאַר אַ מין ליבע מע פֿילט. ווען מע עלטערט זיך און מע ווערט "רײַפֿער", ווערן אויך רײַפֿער די געפֿילן וועגן ליבע און ווי מע דריקט זיי אויס. נאָר איר אַליין קענט פּסקענען די טיפֿקייט פֿון אײַער ליבע.


טײַערע חזנטע,

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך געפֿרעגט בײַ אַ מיידל, צי זי וויל אַרויסגיין מיט מיר אויף אַ ראַנדעוווּ. זי האָט זיך אָפּגעזאָגט און מיר געענטפֿערט, אַז זי האָט שוין אַ ייִנגל. איך האָב זיך זייער געשעמט. דערנאָך האָב איך אויסגעפֿונען, אַז זי מיט איר ייִנגל זענען מער נישט קיין פּאָר. צי האַלט איר פֿאַר קלוג, אַז איך זאָל זי נאָך אַ מאָל פֿאַרבעטן אויף אַ שפּאַציר? איך וויל זיך נישט אַרײַנמישן צו פֿרי, אָבער איך וויל אויך נישט פֿאַרפֿעלן אַזאַ געלעגנהייט.

אין ספֿק


טײַערער אין ספֿק,

דאָס מיידל ווייסט שוין, אַז איר זענט אַ בעלן צו פֿאַרברענגען מיט איר. אָבער, איר ווייסט נישט אויף אַן אמת, צי דאָס וואָס זי האָט אײַך געזאָגט, אַז זי האָט אַ ייִנגל, איז טאַקע געווען די סיבה, פֿאַר וואָס זי האָט נישט געוואָלט מיט אײַך זיך זען, צי ס׳איז געווען בלויז אַ תּירוץ. וואַרט נאָך אַ ביסל צו, באַמיט אײַך אויסצוגעפֿינען צי זי ווײַזט אַרויס אַן אינטערעס צו אײַך, און אין דער צווישנצײַט, האַלט אַן אויג אויף אַנדערע מיידלעך אויך.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024