- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, די מאַמע מײַנע מאַכט מיך משוגע! איך בין 18 יאָר אַלט און וווין אין מײַן קאָלעדזש־קאַמפּוס. איך קען זיך אַליין אײַנאָרדענען און דאַרף נישט, אַז מע זאָל האַלטן אַן אויג אויף מיר. מײַן מאַמע, אָבער, קלינגט מיר כּסדר צו דערמאָנען וועגן מײַנע עקזאַמענס, צי איך לייג זיך שלאָפֿן גענוג פֿרי, אַפֿילו צו פֿרעגן צי איך האָב געוואַשן די וועש. וואָס זאָל איך טאָן, זי זאָל אויפֿהערן מיך צו "באַדערן"? טאָכטער מיט צרות טײַערע טאָכטער מיט צרות, ערשטנס, דאַרפֿט איר דאַנקען גאָט, וואָס איר האָט אַ מאַמע, וואָס האָט אײַך אַזוי ליב און זאָרגט זיך וועגן אײַך. צווייטנס, דאַרפֿט איר אָפֿן רעדן מיט אײַער מאַמען. לאָזט וויסן, אַז איר שאַצט אָפּ די נאָענטע באַציִונג צווישן אײַך ביידן, אָבער, אַז איר ווילט די באַציִונג זאָל זיך ווײַטער אַנטוויקלען אויף אַ מער דערוואַקסענער מדרגה. בעט זי, זי זאָל אײַך נישט דערמאָנען וועגן טאָג־טעגלעכע אַחריותן, און מע זאָל אָנהייבן שמועסן וועגן מער תּוכיקע, טיפֿערע ענינים. איר דאַרפֿט איר ווײַזן דעם וועג וווּהין איר ווילט גיין, און לאָמיר האָפֿן, אַז זי וועט אײַך נאָכגיין דעם דרך. טײַערע חזנטע, אין וויפֿל מענטשן קען מען זיך פֿאַרליבן אויף אַן אמת? איך האָב זיך פֿאַרליבט פֿיר מאָל. מײַן מאַמע זאָגט, אַז דאָס איז אַלץ נאַרישקייט, און אַז איך פֿאַרמיש ליבע מיט יוגנט־געפֿילן. ווער איז גערעכט? אַ יונג, פֿאַרליבט טײַערער יונג, פֿאַרליבט, ס‘איז נישטאָ קיין דעפֿיניטיווער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע — אין וויפֿל מענטשן קען מען זיך פֿאַרליבן? עס העלפֿט אויך נישט, אַז איר אָדער אײַער מאַמע טײַטשן אויס, וואָס פֿאַר אַ מין ליבע מע פֿילט. ווען מע עלטערט זיך און מע ווערט "רײַפֿער", ווערן אויך רײַפֿער די געפֿילן וועגן ליבע און ווי מע דריקט זיי אויס. נאָר איר אַליין קענט פּסקענען די טיפֿקייט פֿון אײַער ליבע. טײַערע חזנטע, מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך געפֿרעגט בײַ אַ מיידל, צי זי וויל אַרויסגיין מיט מיר אויף אַ ראַנדעוווּ. זי האָט זיך אָפּגעזאָגט און מיר געענטפֿערט, אַז זי האָט שוין אַ ייִנגל. איך האָב זיך זייער געשעמט. דערנאָך האָב איך אויסגעפֿונען, אַז זי מיט איר ייִנגל זענען מער נישט קיין פּאָר. צי האַלט איר פֿאַר קלוג, אַז איך זאָל זי נאָך אַ מאָל פֿאַרבעטן אויף אַ שפּאַציר? איך וויל זיך נישט אַרײַנמישן צו פֿרי, אָבער איך וויל אויך נישט פֿאַרפֿעלן אַזאַ געלעגנהייט. אין ספֿק טײַערער אין ספֿק, דאָס מיידל ווייסט שוין, אַז איר זענט אַ בעלן צו פֿאַרברענגען מיט איר. אָבער, איר ווייסט נישט אויף אַן אמת, צי דאָס וואָס זי האָט אײַך געזאָגט, אַז זי האָט אַ ייִנגל, איז טאַקע געווען די סיבה, פֿאַר וואָס זי האָט נישט געוואָלט מיט אײַך זיך זען, צי ס׳איז געווען בלויז אַ תּירוץ. וואַרט נאָך אַ ביסל צו, באַמיט אײַך אויסצוגעפֿינען צי זי ווײַזט אַרויס אַן אינטערעס צו אײַך, און אין דער צווישנצײַט, האַלט אַן אויג אויף אַנדערע מיידלעך אויך.
* * *
לייענט יידישע ליריק אויף דער אינטערנעץSubmitted by shtelfartreter on Sat, 2008-04-05 19:18.
|