- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צום ערשטן מאָל וועט מען אין ניו־יאָרק, פֿונעם 11טן ביזן 13טן אַפּריל, דורכפֿירן אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון רוסישע דאָקומענטאַר־פֿילמען. די אונטערנעמונג נעמט אַרײַן אַ צאָל פֿילמען, וועלכע מע האָט לעצטנס געמאַכט אין רוסלאַנד, אָבער, צום באַדויערן, וועט מען זיי מסתּמא נישט קענען זען אין די געוויינטלעכע קינאָס אין אַמעריקע. כאָטש דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף פֿילמען וועגן די רוסן וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד און זייערע בײַטראָגן, קען מען אויך זען היסטאָריש־אָריענטירטע פֿילמען מיט אַ שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק. עס שטיצן דעם פֿעסטיוואַל דרײַ אָרגאַניזאַציעס: "די רוסישע קולטור־פֿונדאַציע" — אַ גרופּע געשאַפֿן פֿון דער סאָוועטישער, הײַנט רוסלענדישער, רעגירונג; דער "ביבליאָטעק־פֿאָנד פֿאַר רוסישע עמיגראַנטן", וועלכער פֿאַרמאָגט זײַן אייגענעם פֿילם־סטודיאָ אין מאָסקווע, "רוסקי פּוט" ("דער רוסישער וועג"); און דער רוסישער זשורנאַל "נאָווי זשורנאַל" ("דער נײַער זשורנאַל") געשאַפֿן אין 1942 ווי אַ צענטער פֿאַר רוסישע ליטעראַטן אין "גלות". די ערשטע צוויי גרופּעס, וועלכע האָבן געוויזן די פֿילמען אין רוסלאַנד, האָבן זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיטן "נײַעם זשורנאַל" אין ניו־יאָרק און צוזאַמען האָט מען צוגעגרייט דעם פֿעסטיוואַל. די דירעקטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, קסעניע אַדאַמאָוויטש פֿונעם "נײַעם זשורנאַל", האָט איבערגעגעבן, אַז די אונטערנעמונג איז געצילט אויף די רוסישע עמיגראַנטן אין ניו־יאָרק, ווי אויך אויף אַלע ניו־יאָרקער, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט זעלטענע פֿילמען וועגן דער רוסישער געשיכטע און דערגרייכונגען.
צווישן די פֿילמען דאָס יאָר, האָט מען צוויי דאָקומענטאַרן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע, בפֿרט מיט דער חורבן־תּקופֿה: "די בריסקער געטאָ", און "די וועלט נאָך אוישוויץ". ביידע האָט רעזשיסירט עלענאַ יאַקאָוויטש, וועלכע וועט קומען אייגנס קיין ניו־יאָרק צו באַטייליקן זיך אינעם פֿעסטיוואַל. "די בריסקער געטאָ" דערציילט וועגן דער שוידערלעכער געשיכטע פֿון דער געטאָ, ניצנדיק זעלטענע דאָקומענטן, אַרכיוו־פֿאָטאָגראַפֿיעס און פֿילמען, וואָס מע האָט ערשט לעצטנס אַנטדעקט. צווישן די מאַטעריאַלן וואָס מע האָט געפֿונען, איז געווען אַ טעקע וועגן כאַסיע בעגין, דער מאַמען פֿונעם אַמאָליקן ישׂראל־פּרעמיער, מנחם בעגין. מע האָט אויך אינטערוויויִרט עדותן און לעבן־געבליבענע פֿון בריסק און אַרום בריסק, צווישן זיי אַ ייִד, וואָס איז נאָר געווען פֿיר יאָר אַלט און האָט זיך געראַטעוועט. אינעם פֿילם "די וועלט נאָך אוישוויץ", ווײַזט מען נישט בלויז די געשיכטע פֿונעם לאַגער, נאָר אויך סצענעס פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער צערעמאָניע צו געדענקען אוישוויץ, 60 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג, דעם 27סטן יאַנואַר, 1945. אין דער אָנדענק־צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט דער רוסישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון ישׂראל, משה קצבֿ, דער אוקראַיִנישער פּרעזידענט, וויקטאָר יושטשענקאָ, דער געוועזענער פּוילישער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדער קוואַשניעווסקי און דער שרײַבער אלי וויזעל. צווישן די אַנדערע פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל, וואָס וואָלטן פֿאַראינטערעסירט אונדזערע לייענער איז דער פֿילם — "גייענדיק מיט בראָדסקי" — וועגן דעם רוסיש־ייִדישן פּאָעט, דעם נאָבעל־געווינער יוסף בראָדסקי. בראָדסקי פֿלעג גיין אין קלויסטער, נישט געקוקט אויף זײַן ייִדישן שטאַם. דאָס איז דער לעצטער פֿילם־דאָקומענט פֿון אים, פֿאַרשריבן פֿאַר זײַן טויט אין 1996, (דעם פֿילם האָט אויך רעזשיסירט עלענאַ יאַקאָוויטש). אַ מער עקספּערימענטאַלער פֿילם, וואָס האָט געוווּנען עטלעכע פּריזן, איז "דער נישט־געזעענע טראַגעדיע", וועגן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, 1917, און דעם בירגערקריג, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַרכיוו־דאָקומענטן וואָס מע זעט צום ערשטן מאָל. דער פֿילם האָט נישט קיין גערעדטן קלאַנג, נאָר טיטלען און קלאַנג־עפֿעקטן, וועלכע העלפֿן שאַפֿן אַ סבֿיבֿה פֿון יענער צײַט. מע ווײַזט די פֿילמען פֿונעם פֿעסטיוואַל סײַ אינעם "טרײַבעקאַ־סינעמאַ" אין מאַנהעטן, סײַ אין "מילעניום־קינאָ" אין ברוקלין. צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש אויף דער וועבזײַט:
www.rusdocfilmfest.com
|