|
דזשעקי מייסאָן |
|
“דזשעקי מייסאָן — דער ענדגילטיקער ייִד." (Jackie Mason — The ultimate Jew) אַזוי הייסט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג זײַנע, וווּ דער קאָמיקער פּראַוועט לצנות מיט דער לעצטער פּאָליטישער לאַגע אין לאַנד, מיט זײַנע פֿאַראורטיילן און אָנפֿאַלן, וווּ ער לאָזט אויס זײַן ביטער האַרץ אויף אַלע ייִדישע שׂונאים. דזשעקי, וועלכער איז שוין קיין עין־הרע אין זײַנע אַריכות־ימים, איז נישט קיין פּנים־חדשות פֿאַרן טעאַטער־גייער. ער נעמט אין דער אַרבעט אַרײַן ייִדן און גויים, דעם געוועזענעם גובערנאַטאָר פֿון ניו־יאָרק — עליאָט שפּיצער, וועלכער האָט מיאוס אָפּגעשניטן און געלייגט דעם קאָפּ. שוין אָפּגערעדט פֿונעם נײַעם גובערנאַטאָר — דייוויד פּאַטערסאָנען, מיט זײַן מתוודה זײַן זיך פֿאַר כּל עם ועדה, באַלד בײַם איבערנעמען די גובערנאַטאָרסטווע, היות ער אַליין איז אויך אַ ווײַבערניק, אַ רודף־יופּעס, אַז ער איז טרייף ווי אַ חזיר־פֿיסל. און אויב עליאָט שפּיצער האָט אויסגעגעבן פֿון דער אייגענער קעשענע פֿאַר די הוליאַנקעס, האָט פּאַטערסאָן דווקא זיך געלאָזט וווילגיין מיט דער גובערנאַנטסקער קאַסע אויפֿן חשבון־הנגיד, און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָט פּאַטערסאָן נאָך אויסגעגעבן די גרײַפּלעך, אַז זײַן ווײַבל האָט זיך אויך געלאָזט וווילגיין און געשפּילט לינקע ליבעס. דערצו האָט ער שוין אָפּגערייניקט דעם טעלער, און דערציילט אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד אַז ער איז אויך געווען אַ נאַרקאָטיקער און פֿאַרזוכט פֿונעם עץ־הסמים. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, האָט זיך דזשעקי מייסאָן אָנגעזעצט אויפֿן נײַעם גובערנאַטאָר, און אים באַוווּנדערט:
"ווי קען דאָס אַ מענטש וואָס איז כּמעט בלינד און זעט קוים וווּ צו שטעלן אַ פֿוס, טרעפֿט דעם וועג צו אונדזער קאַסע".
און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָט דזשעקי געעפֿנט דאָס "פּאַנדאָראַ־קעסטל", און גענומען אונדז אַלע אויפֿן צימבל. ס’הייסט, מיר האָבן מורא צו עפֿענען דאָס מויל ווען עס קומט צו אַ פּרעזידענט־קאַנדידאַט וועמענס נאָמען איז באַראַק אָבאַמאַ. ווי קומט עס, אַז מען האָט מורא אָנצורירן זײַן קאַנדידאַטור צוליב דעם קאָליר פֿון זײַן הויט. דאָ האָט ער שוין גענומען דעם עולם אויפֿן צימבל.
"אַ מענטש וואָס זיצט אָפּ צוואַנציק יאָר אויף אַ באַנק אין זײַן קלויסטער, בײַ אַ רעוורענד, וואָס האָט אים געפֿירט אונטער דער חתונה־קאַנאַפּע, באַשווענקט זײַנע קינדער, אַ גלח וואָס חבֿרט זיך מיט דעם שׂונא־ישׂראל פֿאַראַכאַנען, וואַרפֿט פּעך און שוועבל אויף אַמעריקע, אויף ישׂראל, אויף ייִדן, און גאָרנישט"...
פּאַטערסאָן איז טאַקע בלינד, אָבער אָבאַמאַ איז מסתּמא טויב. פֿאַר דזשעקין וואָלט גענוג געווען צוויי טעג, זאָגט ער, און ער וואָלט אַנטלאָפֿן פֿון די העליש־פֿײַערדיקע רייד. אָבער אָבאַמאַ — ווי נישט אים מיינט מען. ער מאַכט זיך נישט וויסנדיק, און דער עולם־גולם טאָלערירט עס, האָט מורא צו עפֿענען ס’מויל, און אַלץ צוליב דעם וואָס מען טאָר זיך נישט צורירן צו אַ קאַנדידאַט, וועלכער האָט אַמאָל געלערנט אין אַ מעדרעסע און געווען אַ מוסולמענער, און איצט אַז ער איז אַ קריסט איז אַלץ כּשר־וישר. פֿון הילאַרי האַלט דזשעקי אויך נישט. זי איז אַ פֿרויקע מיט אַן אויער־רינגל, מיט אַ געשליפֿן צינגל. ווער ווייסט וואָס ס’טוט זיך אונטער אירע זיסע רייד...
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז אַלץ באַגלייט געוואָרן מיט אַ הומאָר וואָס האָט געקענט אויפֿוועקן אַ טויטן. דער עולם האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, ס’רובֿ מיטן עלטערן דור אַמעריקאַנער ייִדן; ייִדן וואָס האָבן ליב, נאָך אַ געזונטער וועטשערע אין אַ טײַערן רעסטאָראַן, קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער. דאָס געלעכטער פֿון די ייִדענעס איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ קוויטש וואָס האָט אָפּגעהילכט איבערן זאַל. די מענער האָבן נאָכגעטאַנצט.
נאַכער האָט זיך דזשעקי גענומען צו יענע לײַט וואָס באַרימען זיך, אַז זיי גייען אין דער אָפּערע, גרויסן זיך אַז זיי גייען אויס נאָך באַלעט, און קויפֿן טײַערע בילעטן צו קאָנצערטן פֿון סימפֿאָנישע אָרקעסטערס. דער עיקר, טרײַבט ער קאַטאָוועס, האָבן די חבֿרה ליב צו שלאָפֿן בײַ אַזעלכע אָפּערעס און קאָנצערטן און באַלעטן. בײַ די אָפּערע־ליבהאָבער איז עס אַ סימן פֿון סטאַטוס. גיי פֿרעג זיי בחרם וואָס זיי האָבן פֿאַרשטאַנען. דער עיקר, ס’איז די מעטראָפּאָליטען אָפּערע און ס’קאָסט אַ מאַיאָנטעק. דאָס איז ווערט אויסצושטעכן די אויגן בײַ די פֿרײַנד און באַקאַנטע, און דאָס זעלביקע קען מען זאָגן וועגן טײַערע רעסטאָראַנען. דער קעלנער דערלאַנגט אײַך אַ מאכל וואָס האָט אַ פֿראַנצויזישן נאָמען, איז אַ סימן אַז ס’קלינגט גבֿיריש. ס’קען זײַן "טאַרטאַר־סטייק", רוי פֿלייש געמישט מיט אַלערליי געווירצן. ס’איז אַ מאכל פֿאַרן בײַכל. אין יאַפּאַנישן רעסטאָראַן ווידער, דערלאַנגט מען אײַך "סושי". פּאָסמאַקעוועט מען זיך ווי ס’וואָלטן געווען געבראָטענע טײַבעלעך. אַמאָל, לאַכט מייסאָן, ווען עמעצער וואָלט אײַך דערלאַנגט אַ רוי שטיקל פֿיש, וואָלסטו אים אָנגעשפּיגן אַ פֿול פּנים און אויסגעזידלט דערצו. הײַנט, אַז דער רויער פֿיש הייסט "סושי", איז עס דאָך לוקסוס שבלוקסוס. אַזוי, זאָגט ער, פֿירט זיך דער עולם־גולם. מ’קען אים פֿאַרקויפֿן דעם "טאַזש־מאַהאַל", וועט ער נישט וויסן דעם אונטערשייד צווישן דעם פּויפּסט מיט דער כינעזישער וואַנט.
דזשעקי מייסאָן האָט אָפּגעלצעוועט אַזוי יאָרן־לאַנג. ביז אַהער האָט ער שוין אויפֿגעפֿירט אַכט פֿאַרשיידענע פּיעסעס. נישט אַלע זײַנען געווען געלונגענע. דער עיקר חזרט ער זיך אַ סך איבער. די יאָרן שטייען נישט און ער טראָגט שוין, דאַכט זיך מיר, אַ ברוינעם פּאַרוק, וואָס שטאַרצט בײַ אים אַרויס פֿון אונטער די אויערן. ער איז אַ קליין מענטשעלע מיט אַ קײַלעכדיק בײַכעלע, האָט אַ פּנימל פֿון אַ פּאַיאַץ. אָט לאַכט עס און אָט פֿאַלט עס אײַן. זײַן קאַריערע האָט זיך מיט לאַנגע יאָרן צוריק געענדיקט ווען ער האָט אויפֿגעטראָטן אויף דער "עד סאַליוואַן שאָו". עפּעס האָט ער דאָרט אַרומגעאַרבעט מיט די פֿינגער, וואָס דעם טעלעוויזיע־מאַגנאַט, וועלכער האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין טראָפּן חוש פֿאַר הומאָר און קיין ברעקל טאַלאַנט, איז אים דזשעקי נישט געווען צום האַרצן. און בכלל איז סאַליוואַנען נישט געפֿעלן דזשעקי צוליב זײַן ייִדישן ענגליש, צוליב זײַן לייגן כּסדר דעם טראָפּ אויף ייִדן; אַ פֿרעמדער ספּעקטאַקל פֿאַר אַזאַ גוי ווי סאַליוואַן. האָט ער אים אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל. זײַן נאָמען איז פֿאַרשוואַרצט געוואָרן און דזשעקי האָט אָנגעוווירן זײַן פּרנסה אויף צענדליקער יאָרן אַרויס. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך מייסאָן אַרומגעשלעפּט איבער קליינע קאַבאַרעטן, אין קעלערס און אויף בוידעמס. וווּ גענעכטיקט נישט געטאָגט ביז...
מיט אַ פֿופֿצן־צוואַנציק יאָר צוריק, ווען דזשאָו פּאַפּ (יאָסל פּאַפּיראָווסקי), דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ פֿונעם שעקספּיר־פֿעסטיוואַל און פּאַבליק־טעאַטער, האָט זיך מרחם געווען אויף אים, און אים געגעבן איינס פֿון זײַנע טעאַטערס, וווּ דזשעקי האָט שטאַרק אויסגענומען, סײַ מיט זײַן בײַסיקן הומאָר און סײַ מיט זײַן רעפּערטואַר. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דער פּראָגראַמקע דערמאָנט ער אַלע, אָבער נישט יוסף פּאַפּן. מילא, פֿון דעמאָלט אָן איז דאָס לעבן פֿאַר דזשעקין געוואָרן ליכטיק. ער איז אויפֿגעטראָטן אויף בראָדוויי. ער האָט גאַסטראָלירט איבערן לאַנד מיט זײַנע לאַכערײַקעס, ביז... זײַן ליכטל האָט גענומען צאַנקען. איך האָב אים געזען מיט אַ יאָר־צוויי צוריק ערגעץ אויף אַ הויכן שטאָק, וווּ ער האָט אויספּרובירט זײַנע ערשט פֿון דער נאָדל אַוועק פּיעסע, מיט אַ האַלבער טוץ זינגער און טענצער, און ס’איז געווען אַ דורכפֿאַל. ווידער זײַנען אַוועק הונגעריקע יאָרן. אָבער ער ליגט נישט אײַן. אים מוטשעט די בינע, די פּאָליטיק, די אַמעריקאַנער סנאָבן און די אַסימילירטע ייִדן.
דזשעקי מייסאָן איז געבוירן געוואָרן אין שיבויגען, וויסקאָנסין, און אויפֿגעוואַקסן אויף דער "לאָוער איסט־סײַד" פֿון ניו־יאָרק. זײַנע טאַטע, זיידע, עלטער־זיידע און עלטער־עלטער־זיידע זײַנען געווען רבנים, אַרײַנגערעכנט זײַנע דרײַ ברידער — אַלע רבנים אָדער רביים. ווען דזשעקי איז געוואָרן 25, האָט ער באַקומען זײַן סמיכה אויף רבנות. מיט דרײַ יאָר שפּעטער האָט ער אַוועקגעוואָרפֿן זײַן רבנישע שטעלע און געוואָרן אַ קאָמיקער. ווי ער גיט איבער:
“עמעצער האָט דאָך געמוזט מפֿרנס זײַן די משפּחה."
אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן, ווען ס’האָט געווירבלט און געשוויבלט מיט ייִדיש לעבן אין די "קעטסקיל־בערג", אויפֿן "באָרשט־בעלט", (ייִדישע פֿאַרווײַלונג) און אין מיאַמי־ביטש, האָט זיך דזשעקי אויסגעשיילט ווי אַ ריזיקער קאָמעדיאַנט. ער איז אָבער פֿאַרבליבן אַ קאָמיקער וועמענס מויל איז פֿול מיט ניבול־פּה און וווּלגאַרע ייִדישע רייד. יאָ, ער באַנוצט זיך אַ סך מיט ייִדיש אויף דער בינע, אָבער אַ סך דערפֿון באַשטייט פֿון מיאוסע ווערטער, און דער עולם קײַכט פֿאַר געלעכטער. איך געדענק אַפֿילו אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם וואָס האָט געשפּילט וועכנטלעך, מיט דער האָליוווּדער אַקטריסע לין רעדגרייוו, און אונדזער אייגענער ריטאַ קאַרין (קאַרפּינאָוויטש), און געהייסן האָט די טעלעוויזיע־פּראָגראַם "טשיקן־סופּ". ס’איז געווען אַ גרויסער דורכפֿאַל, ווײַל דזשעקי איז נישט קיין אַקטיאָר, און נאָך אַ קלענערער דראַמאַטורג. ער דערמאָנט מיך אין די פּורימדיקע לצים וואָס פֿלעגן אַרומשלעפּן זיך איבער די אַמאָליקע שטעטלעך און ייִשובֿים און פּרובירט משׂמח זײַן דעם עולם פֿאַר אַ פּאָר גראָשן. זיכער וואָלטן זיי איבערן מויל נישט דערוועגט צו ברענגען דאָס ניבולדיקע לשון פֿון אונדזער שפּראַך. דזשעקי האָט אויך פֿאַרפֿאַסט אַ סעריע ביכלעך, אַלע מיט ייִדישן ניבול־פּה, שמוץ און וווּלגאַרע אויסדרוקן. זעט אויס, אַז ער איז אַ פֿאַרגרעבטער ייִד, אַן אָפּגעשטאַנען פּאַרשוינדל, מיט אַ גרויסן חוש פֿאַר הומאָר און סאַטירע.
אַ סך פֿון אונדזערע באַרימטע אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמיקער האָבן זיך באַדאַרפֿט אויסוואַשן די מײַלער מיט זייף. זיי האָבן אָבער געפֿונען זייער אָרט אין פֿילמען און אַרויסגעוויזן גרויס טאַלאַנט בײַם שפּילן. דזשעקי מייסאָן איז אַ היימישער חכם אונטערן טיש, און האַלט אַז פֿון אים רינט דער זאַפֿט פֿון עץ־הדעת. ער איז קליין און האַלט פֿון זיך. ער איז אַלט און האַלט, אַז דאָס שײַטל מאַכט אים יונג. ער איז פֿעיִק און האַלט, אַז ער איז אַ גרויסער טאַלאַנט.
דער אמת איז, אַז דזשעקי איז אַ גוטער סאַטיריקער, קען האַלטן אַן עולם מיט זײַנע מימיקעס. ער רעדט מיט די הענט און קאָנוווּלסירט מיטן גאַנצן גוף. ער איז אַ קאָמיש פֿיגורל; ווייס איך נישט, צי מ’לאַכט פֿון אים אָדער מיט אים. די זאַך איז אַז ער איז אַרײַנגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון פֿאַרגרעבטקייט, עם־הארצות און אָפּגעשטאַנענקייט פֿון אַ גרויסן טייל פֿון היגן ייִדישן עולם. ער איז איינער פֿון זיי, איין זאַך. ער שעמט זיך נישט מיט זײַן ייִדישקייט. פֿאַרקערט, ער איז אַ פּאַטריאָט. ווען ס’איז אויסגעבראָכן די גאָלף־מלחמה, האָט דזשעקי מייסאָן צוגעשלאָסן זײַן פֿאָרשטעלונג אויף בראָדוויי און אַוועק קיין ישׂראל צו באַווײַזן זײַן סאָלידאַריטעט מיטן ייִדישן פֿאָלק. איין זאַך ווייס איך — איך לאַך, און מיט אַ מינוט שפּעטער ווייס איך נישט פֿאַר וואָס איך האָב געלאַכט. אין זײַן סאַטירע דערגייט ער צום עצם ענין, צי דאָס איז פּאָליטיק, פּוסטע גאווה, פֿאַלשקייט, עוולות, דינע ניואַנסן פֿון מענטשלעכן כאַראַקטער. דער עיקר כאַפּט ער עס אויף און זשאַלעוועט נישט קיין שטעך־ווערטער. אויב איר ווילט אים זען, שפּילט ער אין New World Stages, 340 וועסט 50סטע גאַס אין מאַנהעטן.