פּובליציסטיק

איך ווייס נישט — עס איז מיר שווער צו אַנטשיידן — צי איז דאָס טאַקע אַ ברכה, אָדער אַ האַרבער נסיון פֿונעם געוויסן, די צעטרענצלונג פֿון דעם אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה. פֿאַר מיר איז דאָס די הייליקסטע פֿון אַלע דאַטעס אויפֿן ייִדישן לוח־הזכּרון.

איך מיין דאָ דעם 19טן אַפּריל, וועלכער איז גלײַך נאָכן חורבן געוואָרן ספּאָנטאַניש אָנגענומען ווי דער סאַמע נאַטירלעכסטער טאָג פֿון יזכּור נאָך דעם גרויסן בראָך פֿון אונדזער פֿאָלק, ווי דער סימבאָלישער אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה. דאָס איז געווען דאַן נאַטירלעך, ווען די פֿרײַע וועלט האָט געיובֿלט, זיך געפֿרייט מיטן נצחון איבער דעם נאַצישן פֿאַרזעעניש — אָבער מיר, די שארית־הפּליטה, די נישט על־פּי־נס, נאָר על־פּי צופֿאַל לעבן־געבליבענע, האָבן געלעקט אונדזערע וווּנדן און געציילט די קרבנות פֿון אונדזער אומגליק.

דאָס איז געווען דאַן נאַטירלעך אויך פֿאַר דער רעגירונג פֿון פּוילן, וואָס איז נאָך דעמאָלט נישט געווען אַזוי טאָטאַל אונטערטעניק צו דעם דיקטאַט פֿון מאָסקווע, און סטאַלין האָט נאָך דעמאָלט נישט געוואַגט צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן בראַנדווייטיק — כאָטש אין "זײַן" לאַנד האָט ער אים נישט טאָלערירט, אָדער ווייניקסטנס פֿאַרשוויגן.

דאַקעגן אין פּוילן, דעם בית־הקבֿרות פֿון דעם קרובֿ טויזנט־יאָריקן ייִדישן קיִום, איז אונטער דעם אָפֿיציעלן שטעמפּל פֿון דער רעגירונג און מיט מיליטערישן כּבֿוד אַנטהילט געוואָרן דעם 19טן אַפּריל 1948, צום פֿינפֿטן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, דער גרויסער דענק­מאָל פֿון נתן ראַפּאַפּאָרט לזכר די העלדן פֿון דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד — ווי דעם נאַטיר­לעכסטן סימבאָל פֿון דעם חורבן, פֿון דעם אומקום און גבֿורה פֿון ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע.

אמת, וואָס מער מיר דערווײַטערן זיך פֿון יענע גרוילזאַמע טעג, אַלץ מער פֿאַר­שטאַרקט זיך — בײַ ייִדן און נישט נאָר בײַ ייִדן, כאָטש נאָך אַלץ בײַ אַ קליינעם טייל פֿון דער אויסוואַקסנדיקער מענטשהייט — דער אָנ­דענק און דער באַוווּסטזײַן פֿון דער "שואה". עס ווערן אויפֿגעעפֿנט די אַרכיוון און ס'ווערן אויסגעפֿונען אַלץ מער און מער דאָקומענטן און עדות־באַווײַזן וועגן דער מאָנסטעריעזער פּערווערסיע פֿון דעם דײַטשישן פֿאָלק. אויך די "ניצולים" פֿון דעם נאַצישן גיהנום, די נאָך לעבנדיקע איבערלעבערס, האָבן אָנגעהויבן עפֿענען אויף דער עלטער זייערע פֿאַרקלעמטע הערצער און די פֿאַרשלאָסענע מײַלער פֿאַר זייערע אייניקלעך.

דאַקעגן, דער 19טער אַפּריל ווי דער סימבאָלישער אָנדענק־טאָג פֿון ייִדישן אומקום און ייִדישער גבֿורה, ווערט אָבער אַלץ מער און מער פֿאַרשטויסן פֿון דעם חורבן־באַוווּסטזײַן און פֿון דער געשיכטע. און דאָס געשעט, ווי עס זעט מיר אויס, צוליב דער צעטרענצלונג פֿון די אָנדענק־דאַטעס, וואָס עס האָט אָנגעהויבן די רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט בײַם אָנהייב די זאַך בכלל איגנאָרירט, און ערשט אין 1952 אַדורכגעפֿירט דאָס געזעץ, וואָס האָט באַשטימט די ייִדישע דאַטע כ"ז ניסן ווי דעם "יום השואה והגבֿורה". אַ דאַטע, וואָס פֿאַלט אויס נאָענט צום "יום־העצמאות" פֿון דער מדינה, — און דאָס איז דאָך געווען איר כּוונה — אָבער זי ענדערט זיך פֿון יאָר צו יאָר אין פֿאַרגלײַך צום 19טן אַפּריל אויפֿן "ציווילן" אָדער "וועלטלעכן" קאַלענדאַר. אַזוי אַרום פֿאַלט אויס הײַנטיקס יאָר דער 19טער אַפּריל ערבֿ פּסח, אַזוי ווי אין יענעם טאָג אין געטאָ, אָבער שבת (יענע היסטאָרישע סדר־נאַכט איז אויסגעפֿאַלן ערבֿ־שבת) און דער אָפֿיציעלער אָנדענק־טאָג אין ישׂראל, כ"ז בניסן, פֿאַלט אויס הײַיאָר פֿרײַטיק דעם 2טן מײַ און וועט אָפּגעריכט ווערן, צוליב שבת, אַ טאָג פֿריִער, דעם 1טן מײַ.

מילא, נישט דאָס פּינקטלעכע אָפּהיטן די גענויע דאַטעס איז וויכטיק, נאָר די צע­שפּליטערוננג, ווי געזאָגט, פֿון דעם אָנדענק. ווײַל חוץ דעם מלוכישן כ"ז ניסן האָבן די פֿרומע באַשטימט אַן אייגענעם "יום קדיש כללי" אין י' בטבֿת, און צום סוף האָט אויך די נישט־ייִדישע וועלט מיט דרײַ יאָר צוריק זיך פּלוצעם אויפֿגעוועקט, צום זעכציקסטן יאָרטאָג נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ און — אויפֿן פֿאָרשלאָג דווקא פֿון דײַטשלאַנד האָט די "יו־ען", די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אָרגאַניזאַציע, באַשטימט דעם 27סטן יאַנואַר ווי דעם אינטערנאַציאָנאַלן געדענק־טאָג פֿון דעם "האָלאָקאָוסט". דאָס איז אין גײַסט פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, אַזוי ווי די אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע ווידמונגס־טעג פֿון דער "יו־ען" — ווי "טאָג פֿון קינד", טאָג קעגן רויכערן, "טאָג קעגן איידס" אד"גל...

דאָך האָט דער דאָזיקער טאָג אויך פֿאַר דער "יו־ען" אַ באַזונדערע באַדײַטונג: סוף־כּל־סוף, איז דאָך נישט נאָר מדינת־ישׂראל, נאָר אויך די אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניק­טע פֿעלקער אויפֿגעקומען פֿון די אַשן פֿון אוישוויץ — ווי עס האָט אין זײַן רעדע מיט דרײַ יאָר צוריק געזאָגט דער גענעראַל־סעק­רעטאַר פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן.

* * *

ווי מיר האָבן שוין בײַם אָנהייב געזאָגט, איז דאָס אפֿשר, פֿון איין זײַט, אַ ברכה, אַ מיטל צו פּאָפּולאַריזירן און גלאָבאַליזירן און נישט לאָזן פֿאַרגעסן די דײַטשישע פֿאַר­ברעכנס קעגן דער מענטשהייט, און דעם חורבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער 19טער אַפּריל, דער דערמאָ­נונגס־טאָג פֿון דער ייִדישער איבערמענטשלע­כער גבֿורה געבליבן פֿאַריתומט. די איינציקע וואָס מערקן אים אָפּ, זענען הײַנט — די רעגירונג פֿון פּוילן און די קליינע רעשטלעך לעבן־געבליבענע שארית־הפּליטה, בונדיסטן און זייערע סימפּאַטיקערס, קרײַזן פֿון אַרבע­טער־רינג אין אַמעריקע און אין ישׂראל, ווי אויך דאָ און דאָרט אַ נאָך עקזיסטירנדיקע וואַרשעווער לאַנדסמאַנשאַפֿט. זיי אַלע מערקן דאָס אָפּ, און מיט רעכט, ווי אַ טייל פֿון דעם "אָפֿיציעלן" אָנדענק־טאָג פֿון דעם ייִדישן חורבן.

דער 19טער אַפּריל איז אָבער ליידער, שוין פֿון זײַן אָנהייב, געוואָרן אַן אָביעקט פֿון דער פּאַרטיייִזאַציע פֿונעם אָנדענק — דער עיקר, פֿון דער גבֿורה — אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט פֿון נאָכן חורבן. אַזוי מיט זעקס צענדליק יאָר צוריק, און אַזוי אויך איצטער, בײַם אָפּמערקן דעם 65סטן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. ווער עס האָט געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס אין דער מאַכט און אין דער שליטה איבער דער היסטאָריאָזאָפֿיע פֿונעם חורבן, האָט די עפּאָפּעע פֿון דעם אויפֿשטאַנד "אַדאָפּטירט" פֿאַר זײַן פּאַרטיייִשן רום און גלאָריע. אַזוי האָבן דאָס געטאָן די ייִדישע קאָמוניסטישע היסטאָריקער אין קאָמוניסטישן פּוילן, וועלכע האָבן אַרויסגעהויבן "זייערע" קעמפֿער אויפֿן אויבנאָן אין דעם נאַראַטיוו פֿון דעם העלדישן קאַמף, און אַזוי האָבן געטאָן די קאַזיאָנע ציוניסטישע היסטאָריקער; יעדער איינער פֿון זײַן ריכטונג, אַרויסהייבנדיקע "זייערע" און פֿאַרשווײַגנדיק אַנדערע אין די כּלומרשט "אָביעקטיווע" פֿאָרשונגען פֿון דעם אויפֿשטאַנד.

ווי אַ נײַער שותּף צו דעם פּאַרטיייִשן "מאָנאָפּאָל" איבער דער גבֿורה אין דעם אויפֿ­שטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ איז לעצטנס אויפֿגעקומען דער געוועזענער עסקן פֿון אַמאָליקן רעוויזיאָניסטישן "חירות" און געווע­זענער מיניסטער פֿון "ליכּוד", משה אַרענס. מיט אייניקע יאָר צוריק איז ער אַרויסגעקומען, אין אַן אַרטיקל אין "הארץ", מיט דער טענה, אַז נישט די פֿאַראייניקטע ייִדישע קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע, נאָר די באַוואָפֿנטע גרופּע פֿון ביתּ"ר האָט אין יענער סדר־נאַכט פֿון 19טן אַפּריל 1943 אָנגעהויבן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, עפֿענענדיק אַ פֿײַער אויף דער אַרײַנמאַרשירנדיקער דײַטשישער איינהייט אין דעם מוראַנאָווער ראַיאָן. פֿון דער דאָזיקער קאַמפֿס־גרופּע איז נישט גע­בליבן קיין דאָקומענטאַציע און קיין לעבן־געבליבענער עדות אין משך פֿון די 65 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד. די געציילטע לעבן־געבליבענע קעמפֿער ווייסן נישט וועגן דעם אָדער לייקענען דאָס אָפּ. אין דער פֿאַרעפֿנט­לעכטער רשימה אין פּוילן פֿון די קרובֿ 350 אומגעקומענע קעמפֿער געפֿינען מיר זיי קוים אויף די פֿינגער צו ציילן. אָבער משה אַרענס בויט עקשנותדיק דעם דאָזיקן נאַראַ­טיוו, און צו די אָנדענק־אַקטן פֿון דער הײַנ­טיקער וואָך איז ער געפֿאָרן קיין וואַרשע מיט אַ גרעסערער גרופּע יונגע ביתּריסטן, צו אַנטהילן דאָרט די מצבֿה אין זייער אָנדענק.

אין דעם הײַיאָריקן מלוכישן אָנדענק־אַקט, וואָס איז הײַנטיקע וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן בײַם געטאָ־דענקמאָל אין וואַרשע צום 65סטן יאָרטאָג פֿון דעם ייִדישן אויפֿ­שטאַנד, האָט זיך באַטייליקט דער מדינה־פּרעזידענט פֿון ישׂראל, שמעון פּערעס, וועלכער איז דאָרט אויפֿגענומען געוואָרן מיט מלוכישן כּבֿוד, פֿון וועלכן עס האָט אויך גענאָסן דער מחבר פֿון דער נײַער ווערסיע וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.

* * *

מיט 15 יאָר צוריק, אין אַפּריל 1993, ווען פּוילן האָט אָפּגעמערקט דעם קײַלעכיקן 50סטן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד, איז אַהין געפֿאָרן אַ גרעסערע דעלעגאַציע בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין. פֿאַר זײַן אַרויספֿאָר קיין וואַרשע איז דאַן אָנ­געגאַנגען אַ שווערער וויכּוח אַרום דעם, ווער עס זאָל רעפּרעזענטירן די וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער. די פּוילישע רעגירונג האָט פֿאָרגעלייגט ווי דעם נאַטירלעכן רעפּרעזענ­טאַנט פֿון די קעמפֿער מאַרעק עדעלמאַן, דעם וויצע־קאָמאַנדיר פֿון דעם אויפֿשטאַנד און פֿאַקטישן קאָמאַנדיר נאָכן זעלבסטמאָרד פֿון מרדכי אַניעלעוויטשן אין דעם בונקער אויף מילע 18. מאַרעק עדעלמאַן איז אָבער געווען דורך דעם "עס­טאַ­בלישמענט" אין ישׂראל פֿאַרהאַסט און בויקאָטירט ווי אַ בונדיסט. זײַן דאָמינירנדיקע ראָלע אין דעם וואַרשעווער אויפֿשטאַנד איז דאָ געוואָרן פֿאַרשוויגן דורך די אָפֿיציע­לע היסטאָריקער, און די היגע פּאַרטיייִשע עסקנים האָבן דעמאָלט אויסגעאיבט אויף ראַבינען אַ שווערן דרוק ער זאָל נישט אײַנגיין אויף דעם פּוילישן פֿאָרשלאַג און אַז די געטאָ־קעמפֿער זאָל רעפּרעזענטירן אַן עסקן, וואָס לעבט אין ישׂראל און איז אין דער צײַט פֿונעם אויפֿשטאַנד גראָד געווען אויף דער "אַרישער" זײַט.

דער סוף איז געווען, אַז דער פּוילישער פּרעזידענט לעך וואַלענסאַ האָט אײַנגעלאַדן מאַרעק עדעלמאַנען ער זאָל פֿאַר דעם אָפֿי­ציעלן אַקט צוזאַמען מיט אים און מיט מאַרעקס אייניקל, ווי זײַן גאַסט, צוטראָגן און לייגן דעם אָפֿיציעלן קראַנץ בײַם צופֿוסנס פֿון דעם דענקמאָל.

אין דער דעלעגאַציע בראָש מיט ראַבי­נען האָט זיך אויך באַטייליקט די געוועזענע אָנפֿירערין פֿון מר"צ, שולמית אלוני. אין אונדזערס אַ שמועס האָט זי מיר דערציילט — און זי האָט עס אויך געזאָגט אין אַן אינ­טערוויו אין דער היגער טעלעוויזיע — אַז אויף איר עצה האָט ראַבין זיך געטראָפֿן מיט מאַרעק עדעלמאַנען אויף אַ פּריוואַטער באַגעגעניש, כאָטש די אַנדערע באַגלייטנדיקע עסקנים האָבן אים דערפֿון שטאַרק אַפּגע­רעדט. ער איז אָבער צוריקגעקומען פֿון דער באַגעגעניש אַ באַגײַסטערטער און האָט איר געזאָגט, אַז ער איז פּשוט באַצוי­בערט פֿון דעם מענטש און פֿון זײַן שמועס מיט אים.

אין דעם פֿילם פֿון יעל קיפּער און רונן זאַרעצקי "די לעצטע קעמפֿער", וואָס איז אָנגעדרייט געוואָרן פֿאַר דעם צווייטן קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, האָבן די צוויי ישׂראלדיקע רעזשיסאָרן מצליח געווען אויפֿצולעבן די העראָיִשע עפּאָפּעע פֿון אומגעוויינטלעכע געוואַגטקייט, פֿון קאַמף און יסורים. אָן דעם מינדסטן שפּור פֿון פּאַטאָס האָט זיך אײַנגעגעבן דער פֿילם־מאַנשאַפֿט, דורך די פּשוטע, אויפֿריכטיקע רייד פֿון די העלדן און די אויטענטישע בילדער פֿון וואַרשע, ווי אויך דורך די בילדער פֿונעם איצטיקן לעבן פֿון אָט די זעקס לעצטע קעמפֿער — אויפצושטעלן אַן אויטענטישן און עכט מענטשלעכן דראַמאַ­טישן נאַראַטיוו, וואָס ברענגט דאָס אמתדיקע בילד פֿון דער קאַמפֿס־ברודערשאַפֿט — ווי זי ווערט דעמאָנסטרירט דורך אָט די זעקס לעבן־געבליבענע, וואָס דרײַ פֿון זיי — מאַרעק עדעלמאַן, ברוך שפּיגעל און מאַשע גלייטמאַן־פּוטערמילך (די לעצטע איז אין צווישנצײַט אַוועק פֿון דער וועלט) זענען — בונדיסטן; און די פֿערטע, פּנינה פֿרומער־גרינשפּאַן, האָט געקעמפֿט אונטער מאַרעק עדעלמאַנס קאָמאַנדשאַפֿט. די אַנדערע — שׂמחה רותּם (קאַזיק ראַטהײַזער), איז געווען פֿון בני־עקיבֿא און אַהרון כּרמי (כמיעלניצקי) האָט געהערט צום "דרור".

די דאָזיקע, הײַנט שוין בלויז פֿינף, לעצטע קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ, מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע אידעיִשע ריכ­טונגען, האַלטן זיך ווי איין משפּחה — אַזוי ווי בעת דעם אויפֿשטאַנד מיט 65 יאַר צוריק, נישט געקוקט אויף זייערע נאַטירלעכע אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות. זיי האָבן אַלע העלדיש געקעמפֿט פֿאַרן כּבֿוד פֿון ייִדישן פֿאָלק — און דאָס ייִדישע פֿאָלק איז זיי שולדיק דעם כּבֿוד און פֿאַרערונג, וואָס זיי האָבן אַזוי ווירדיק פֿאַרדינט.