רעצעפּטן

כּמעט יעדער רופֿט דעם באַליבטן פּסחדיקן פֿרישטיק־מאכל "מצה ברײַ", אָבער דער עלטערער און מער ייִדישלע­כער טערמין איז געפֿרישטע מצה. "ברײַ", אויף דײַטשיש, איז טײַטש געמיש אָדער קאַשע. דאָס וואָרט "געפֿרישטע" געפֿינט מען אויך בײַ אַ צווייט באַליבטע פּאָטראַווע: "געפֿרישטע חלה", וואָס מיינט French toast.

1/2 פֿונט (225 גראַם) שפּאַרגל (asparagus)
3 לעפֿל פּוטער אָדער איילבערט־בוימל
1 טעפּל דינע רעפֿטלעך ציבעלע
5 מצות
6 אייער (אָדער 4 אייער און 1/2 טעפּל ווײַסלעך), צעשלאָגן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
(צעריבענער שווײַצער קעז, אויב איר ווילט)

שנײַדט אָפּ און וואַרפֿט אַרויס די האַרטע עקן פֿון די שפּאַרגל־שטענגלעך. שיילט אָפּ די שטענגלעך און צעשנײַדט זיי אויף שטיקלעך, 1 אינטש (2.5 צענ­טימעטער) די לענג.

קאָכט דעם שפּאַרגל אויפֿן אויוון אָדער אין מיקראָכוואַלניק ביז ער ווערט ווייך אָבער האָט נאָך אַלץ אַ ליכטיק־גרינעם קאָליר. זאַפּט אָפּ די נעץ פֿון די שפּאַרגל־שטיקלעך מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך.

הייצט 1 לעפֿל פּוטער אָדער בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ קליינעם פֿײַער. פּרעגלט אָפּ די ציבעלע ביז זי ווערט דורכזיכטיק און מישט אויס מיטן שפּאַרגל.

צעקרישלט די מצות און ווייקט זיי אין הייס וואַסער אַ האַלבע מינוט. גיסט אָפּ דאָס וואַסער און קוועטשט אַרויס די נעץ פֿון דער מצה. קאָמבינירט די מצה מיט די אייער אין אַ שיסל, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס, און מישט אַרײַן די ציבעלע און שפּאַרגל.

הייצט אָן די איבעריקע 2 לעפֿל פּוטער אָדער בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיסט אַרײַן דאָס מצה־געמיש און קאָכט עס עטלעכע מינוט, ביז די עקן פֿאַרהאַרטעווען זיך. דעקט צו די פּאַטעלניע מיט אַ גרויסן טעלער און קערט איבער די פּאַטעלניע, כּדי דאָס געמיש זאָל אַרײַנפֿאַלן אין טעלער. דערנאָך גליטשט דאָס געמיש צוריק אַרײַן אין פּאַטעלניע און קאָכט אָפּ די צווייטע זײַט. צעשנײַדט עס אויף פּענעצער, באַשפּרענקלט מיטן צעריבענעם קעז.