- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך בין אַ חתונה־געהאַטער יונגער־מאַן, אָבער דער יצר־הרע בײַ מיר איז ווי בײַ אַ בחור. יעדע פֿרוי וואָס גייט פֿאַרבײַ, צינדט אָן אַ פֿלאַם אין מיר. איך האָב זייער ליב מײַן פֿרוי און איך וויל איר נישט וויי טאָן. צי איז עס אַ פּראָבלעם ווען מע האָט אַן איין־מאָליקע באַציִונג מיט אַן אַנדער פֿרוי? איך קען אַנדערש נישט אײַנשטילן מײַן תּאווה. צי איז דאָס נאָרמאַל צו האָבן אַזעלכע געדאַנקען? און וואָס זאָל איך טאָן מיט דעם? קראַנק פֿון תּאווה טײַערער "קראַנק פֿון תּאווה", יאָ, עס איז זיכער אַ פּראָבלעם און מע טאָר נישט האָבן באַציִונגען מיט אַן אַנדער פֿרוי, אַפֿילו איין מאָל, אַפֿילו אויב איר האָט זי נישט ליב, אַפֿילו ווען איר פּגרט אַוועק נאָך איר. דאָס ווערן צוגעצויגן צו אַנדערע פֿרויען איז נאַטירלעך, אָבער אין אײַער פֿאַל, גייט אָן עפּעס טיפֿערס. אויב איר האָט טאַקע ליב אײַער פֿרוי און איר ווילט איר נישט וויי טאָן, וואָלט איר געדאַרפֿט זיך טרעפֿן מיט אַ זיווג־באַראָטער. ווען מע האָט אַן "אַפֿערע" צי איין מאָל, צי צוואַנציק מאָל, שאַפֿט עס אַן אומצוטרוי, וואָס קאָן ווערן אַ וואַנט צווישן אײַך און אײַער פֿרוי. דאָס וועט זיכער פֿירן צו אומערלעכקייט. וואָס איז דען דער זין פֿון אַ באַציִונג מיט אַ פֿרוי אָן צוטרוי און אָן ערלעכקייט? אויב איר האָט ליב אײַער פֿרוי דאַרפֿט איר זיך מער זאָרגן וועגן דער באַציִונג צווישן אײַך. אויב איר קענט זיך נישט אויפֿפֿירן ווי אַ חתונה־געהאַטער מאַן, דאַרפֿט איר זיך גטן — אָבער די ברירה פֿון האָבן אַ באַציִונג מיט אַן אַנדער פֿרוי איז נישט קיין ברירה. טײַערע חזנטע, איך בין 88 יאָר אַלט און וווין אַליין. איך קען שוין מער נישט פֿירן קיין אויטאָ, פֿיר איך אַ שטיל לעבן. מײַנע קינדער און אייניקלעך וווינען אין דער זעלבער שטאָט ווי איך, אָבער זיי זענען פֿאַרנומענע מענטשן. איך זע זיי איין מאָל אין צוויי חדשים און דאָס איז טרויעריק, ווײַל איך פֿיל, אַז איך האָב אַ סך איבערגעלעבט און קען זיי דערציילן אַ סך מעשׂיות און זכרונות. איך ווער טאַקע אַלט און וויל, אַז איך זאָל ווײַטער לעבן דורך מײַנע קינדער. איך וויל זיי נישט מטריח זײַן, אָבער איך וויל פֿאַרברענגען מער צײַט מיט זיי! וואָס זאָל איך טאָן? אַליין טײַערע "אַליין", קודם־כּל, דאַרפֿט איר זאָגן דער משפּחה, אַז איר ווילט פֿאַרברענגען מער מיט זיי! דאָס וואָס איר פֿירט מער נישט קיין אויטאָ, טאָר אײַך נישט אָפּשטעלן פֿון גיין באַזוכן די משפּחה. איר האָט צײַט צו פֿאָרן פֿון אָרט צו אָרט. פֿאָרט מיט טאַקסיס אָדער מיטן שטאָטישן טראַנספּאָרט. אפֿשר קענט איר בלײַבן בײַ די אייניקלעך איין אָוונט און דערמיט, לאָזן זייערע טאַטע־מאַמע אַרויסגיין עסן וועטשערע אַליין. רעדט צו זיי מיט אַ טאָן וואָס באַשולדיקט נישט אָדער מאַכט פֿילן שולדיק, און איך האַלט, אַז צוזאַמען, וועט איר זיך צונויפֿרעדן מיט געדאַנקען, ווי אַזוי איר קענט פֿאַרברענגען מער צוזאַמען. טײַערע חזנטע, איך האָב אַזאַ שלעכטע טבֿע — איך דאַרף תּמיד אָנרירן עפּעס אויף מײַן גוף — איך שפּיל זיך מיט מײַנע נעגל, דריי זיך אַרום די האָר, בײַס מיר די ליפּן. איך האָב אַ סך ענערגיע און קען נישט אײַנזיצן. וואָס זאָל איך טאָן אָפּצושטעלן די נאַרישע טבֿע? "פֿינגער" טײַערע "פֿינגער", געפֿינט עפּעס אַנדערש צו פּיקן, רײַסן, רײַבן, וואָס איז נישט אויף אײַער גוף. אפֿשר קענט איר פּאַטשקען אויף פּאַפּיר אָדער געפֿינען אַ באַלכל וואָס איר קענט קוועטשן און האַלטן, און אַפֿילו אָפּשיילן ווי אַ מאַראַנץ. אַנטוויקלט בײַ זיך אַן אַנדער "נייטראַלע" טבֿע, וואָס זאָל אַרויסשלאָגן פֿון מוח די נאַרישע טבֿע. מיטן רעכטן פֿוס!
* * *
|