|
|
|
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש |
אויפֿן דאַך פֿון דער באַן נומער נײַן
האָט אַ מאַלפּּע געשיילט אַ באַנאַן.
פֿון באָריס סאַנדלער
דאָס בעסטע איז צו זײַן פֿריילעך
אַ געלערנטער האָט אַמאָל געזאָגט צו זײַנע תּלמידים:
— קומט, לאָמיר אַרויס אין מאַרק זען ווי מענטשן פֿירן זיך און לאָמיר לערנען פֿון דעם ווי אַליין זיך צו פֿירן?
זײַנען זיי אַרויס אין מאַרק און געזען וואָס מענטשן טוען. האָבן זיי געזען ווי מענטשן קויפֿן און פֿאַרקויפֿן, ווי מענטשן דינגען זיך, ווי מענטשן קריגן זיך. זיי האָבן זיך צוגעקוקט צו דעם ווי עס פֿירן זיך ערלעכע לײַט און ווי עס פֿירן זיך אַזעלכע מענטשן וואָס זײַנען ניט אין גאַנצן ערלעך. האָט איינער פֿון די תּלמידים געפֿרעגט דעם געלערנטן:
— זאָגט אונדז, ווער פֿון די מענטשן געפֿעלט אײַך צום בעסטן?
— אָט די צוויי, — האָט געזאָגט דער געלערנטער און געוויזן אויף אַ פּאָר מענטשן וואָס האָבן קיין זאַך ניט געקויפֿט. זיי זײַנען נאָר געגאַנגען און האָבן געשמייכלט, געלאַכט, דערציילט מעשׂיות.
— איר זעט? זיי ביידע זײַנען שטענדיק פֿריילעך. זיי ביידע ווילן, אַז אויך אַנדערע זאָלן זײַן פֿריילעך. ווען זיי האָבן געזען ווי אַ הענדלער קריגט זיך מיט אַ קויפֿער, זײַנען זיי גלײַך צוגעגאַנגען און געמאַכט שלום צווישן זיי. זיי האָבן פֿאַר יעדן געפֿונען אַ גוט וואָרט. זיי האָבן אַלעמען געבראַכט פֿרייד. און אַליין זײַנען זיי די גאַנצע צײַט געווען פֿריילעך.
פֿאַר וואָס טרעפֿט ער?
ראָבערט טוט איין זאַך און טראַכט וועגן אַן אַנדער זאַך. ווען ער זיצט בײַם טיש און עסט, פֿליט ער אין דער זעלביקער צײַט אין אַן עראָפּלאַן ווײַט, ווײַט. קוקט ער ניט אויף דעם וואָס ער טוט. איז דאָס גאַנצע עסן זײַנס אויף דער בלוזע, אויף הויזן, אויף די שיך, אַפֿילו אויף דער נאָז.
איין מאָל עסט ראָבערט אַ לויז איי צו פֿרישטיק. פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַנע קליידער האָבן אויך פֿאַרזוכט דאָס לויזע איי.
ראָבערט קומט אין שול, טרעפֿט ער זײַן חבֿר אַבֿי. גיט אַבֿי אַ קוק אויף אים און זאָגט:
— דו ווייסט, ראָבערט, איך קען טרעפֿן וואָס אַ מענטש טוט אין דער היים. אָט ווייס איך, אַז דו האָסט הײַנט געגעסן אַ לויז איי.
— טאַקע אמת! — האָט ראָבערט אויסגערופֿן.
אויפֿן צווייטן טאָג האָט ראָבערט געגעסן נאָר ברויט מיט פּוטער. נאָכן עסן האָט ער אָפּגעווישט די הענט אין די הויזן. ברעקלעך ברויט זײַנען געווען אויף זײַן רעקל.
— נו, איציק, קענסט טרעפֿן וואָס איך האָב הײַנט געגעסן?
איציק קוקט אויף ראָבערטס רעקל, אויף די הויזן און זאָגט:
— הײַנט האָסטו געגעסן ברויט מיט פּוטער.
ראָבערט האָט זיך זייער געוווּנדערט. אַז ער איז געקומען אַהיים, האָט ער געזאָגט דער מאַמען:
— דו ווייסט, מאַמע, איציק טרעפֿט אַלץ! ער טרעפֿט אַלע מאָל וואָס איך האָב געגעסן אין דער פֿרי. פֿאַר וואָס טרעפֿט ער?
די מאַמע האָט אַ קוק געטאָן אויף ראָבערטס קליידער און האָט געזאָגט:
— איך וועל דיר אָנטאָן ריינע הויזן און אַ ריינע בלוזע. ווען דו וועסט עסן, קוק אויף דעם וואָס דו עסט און פֿלי ניט אין די הימלען. זע, דו זאָלסט ניט מאַכן קיין פֿלעקן מיט דײַן עסן!
ראָבערט האָט זיך צוגעהערט צו דער מאַמעס ווערטער. ער האָט זיך געהיט בײַם עסן. ער האָט ניט געמאַכט קיין איין פֿלעק.
— נו, איציק, טרעף הײַנט וואָס איך האָב געגעסן!
איציק האָט געקוקט און געקוקט אויף זײַנע ריינע הויזן, אויף דער ריינער בלוזע און ער האָט געענטפֿערט:
— ניין, ראָבערט, הײַנט קען איך ניט טרעפֿן.
דאָס קעצעלע
פֿון בנימין גוטיאַנסקי
בײַ אונדז פֿאַראַן אַ קעצעלע,
קליינינקס אַזאַ־אָ,
די מאַמע זאָגט — עס טויג אונדז ניט,
מיר אָבער טויג עס יאָ.
אַזוי איז דאָס אַ שוואַרצינקעס,
נאָר פֿיסלעך ווײַס, ווי שניי,
צוויי גלאַנציק־קליינע וואָנצעלעך
וואָס שטענדיק פּוצט עס זיי.
די מאַמע האָט דאָס קעצעלע
פֿאַר מײַזעלעך געבראַכט —
שפּילט זיך עס אַ גאַנצן טאָג
און שלאָפֿט זיך נאָר בײַ נאַכט.
אַך, איז דאָס א לעבעדיקס!
איך שפּיל מיט דעם אין "האָפּ",
סע דראַפּעט מיר די הייזעלעך
און קריכט מיר אויפֿן קאָפּ.