|
בײַם רעדן אויף ייִדיש וועגן די הײַנטיקע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש |
|
דאָס צווייטע יאָר נאָכאַנאַנד האָט אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער זיך פֿאַרזאַמלט אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט פֿאַר אַ "ייִדיש־ברעיק"; אַ סוף־וואָך, פֿול געפּאַקט מיט אַקטיוויטעטן פֿאַר סטודענטן און די אַנדערע יונגע־לײַט, וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך טרעפֿן און רעדן ייִדיש. די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן "יוגנטרוף" — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעך לשון בײַ יונגע־לײַט.
אַרום 45 סטודענטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט פֿון אַ סך אוניווערסיטעטן, פֿון נאָענט און ווײַט — "האַרוואַרד", "עמ־אײַ־טי", "קלאַרק", "בראַן", "קאָלומביאַ", "ענ־ווײַ־יו", "קאָרנעל", "ראַטשעסטער", "באָפֿאַלאָ" און "ראַטגערס", און אויך פֿינף סטודענטן פֿון "אַן אַרבאָר", וואָס האָבן געפֿירט אַן אויטאָ לאַנגע שעהען כּדי בײַצוזײַן בײַם "ייִדיש־ברעיק". צווישן אַנדערע אָנטיילנעמער זײַנען געווען יונגע מענטשן פֿון אָהײַאָ, פֿילאַדעלפֿיע, ניו־יאָרק.
עס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אַ סך אַקטיוויטעטן, אָנהייבנדיק פֿון טעאַטער־ און ליד־וואַרשטאַטן ביז רעפֿעראַטן וועגן ייִדישיזם, דער הײַנטיקער ייִדישער קהילה אין ביראָבידזשאַן און אַ לאַגער־פֿײַער מוצאי־שבת.
איינער פֿון די רעדנער איז געווען דזשאָרדאַן קוציק, אַ 20־יאָריקער סטודענט פֿון סאָציאָ־לינגוויסטיק בײַם "ראַטגערס"־אוניווערסיטעט. ער האָט באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש, ווען ער איז אַלט געווען 16 יאָר. קוציק פּרוּווט כּסדר צו פֿאַרבעסערן זײַן ייִדיש דורך צוהערן זיך צו ייִדיש־פּראָגראַמען פֿונעם ראַדיאָ און אינטערנעץ, און דורך שמועסן מיט מענטשן אין די חסידישע געגנטן, ווי אויך אין זײַן אייגענער משפּחה. בײַם "ייִדיש־ברעיק" האָט קוציק געפֿירט אַ דיסקוסיע וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. ער האַלט, אַז דער אויפֿשטײַג פֿון דער ייִדיש־פֿאַרלעגערײַ, וואָס קומט איצט פֿאָר אין דער חסידישער וועלט — בעיקר, נײַע ראָמאַנען, צײַטונגען און קינדער־ביכער — וועט האָבן אַ וויכטיקן אָפּקלאַנג אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. ער האַלט אויך, אַז אַ חוץ דער חסידישער וועלט, קומט הײַנט אויף אַ נײַער דור ייִדן, וואָס וויל, אַז ייִדיש זאָל זײַן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון זייער זעלבסט־אידענטיטעט — סײַ ווי זייער מאַמע־לשון, סײַ ווי אַ שפּראַך, וואָס זיי האָבן זיך געלערנט אויסער דער היים.
אַבֿיבֿ לובאַן, אַן 21־יאָריקער סטודענט פֿון "בראַנדײַס"־אוניווערסיטעט, האָט געלייענט (אויף אַ קול) אַ בריוו, וואָס ער האָט געשריבן צו זײַן חבֿר, אין וועלכן ער פּרוּווט אים איבערצוצײַגן ער זאָל זיך לערנען ייִדיש. לובאַן אַליין האָט זיך געלערנט ייִדיש לכתּחילה אין דער תּל־אָבֿיבֿער ייִדישער זומער־פּראָגראַם; דערנאָך האָט ער שטודירט צוויי זמנים אין "בראַנדײַס" מיט פּראָפֿעסאָר עלקע קעלמאַן. ער האָט באַשריבן פֿאַר די "ייִדיש־ברעיקניקעס", וואָס ס׳האָט אים פּערזענלעך צוגעצויגן צו ייִדיש: "די נאָענטשאַפֿט מיטן אַשכּנזישן ייִדנטום, אַ טיף פּערזענלעכער שײַכות מיט אַנדערע ייִדיש־רעדער". ער האָט אויך באַטאָנט, אַז ס'האָט געמאַכט אויף אים אַ גרויסן רושם, ווען אַלע אָנטיילנעמער פֿונעם "ברעיק" זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אינעם עס־זאַל און זיך אָנגעהויבן צו באַקענען. "נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר אַלע זײַנען געווען פֿאַרשיידענע יחידים — פֿרומע און ניט פֿרומע, ייִדן אָדער ניט־ייִדן בכלל — האָט זיך געפֿילט אַ וואַרעמקייט, אַ זעלטענע מענטשלעכקייט, וואָס מע געפֿינט ניט צו אָפֿט אין דער ייִדישער וועלט, אַחוץ אין דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה".
אַנדערע מענטשן בײַם "ייִדיש־ברעיק" האָבן אויך באַטראַכט די טעמע פֿון ייִדיש ווי אַ שפּראַך, וואָס פֿאַראייניקט פֿאַרשיידענע מענטשן. דאָבע־לאה קאַפּלאַן האָט דערציילט וועגן אירע איבערלעבונגען מיט אַ זומער צוריק ווי אַ סטודענטקע אין דער ביראָבידזשאַנער זומער־פּראָגראַם. זי האָט דערציילט וועגן די אַנדערע סטודענטן אין אירע קלאַסן — טייל פֿון זיי זײַנען געקומען פֿון מערבֿ־אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע, אָבער אַ גרויסע גרופּע פֿון די אָנטיילנעמער האָבן געשטאַמט פֿון די ייִדישע פּיאָנירן־משפּחות — די גרינדער פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועמענס אוראייניקלעך זײַנען איצט פֿאַראינטערעסירט אין זייערע ייִדישע וואָרצלען. דאָבע קאַפּלאַן האָט געזאָגט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן געלעגנהייטן צו שאַפֿן קאָנטאַקטן איבער דער גאָרער וועלט פֿון יונגע־לײַט, וואָס קענען זיך פֿאַרשטענדיקן אויף ייִדיש און קענען ווײַטער שטיצן ייִדיש־קולטורעלע אינסטיטוציעס.
איינע פֿון די אויפֿגאַבעס פֿונעם "יוגנטרוף" איז אויפֿצובויען נײַע גרופּעס ייִדיש־ליבהאָבער, סײַ דורך אונטערנעמונגען ווי "ייִדיש־ברעיק", סײַ דורך פֿאַרבינדונגען מיט דער הילף פֿון די נײַע טעכנאָלאָגישע מיטלען. אַזוי אַרום קענען די ייִדיש־רעדער בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע יחידים, וואָס האָבן ניט מיט וועמען צו רעדן ייִדיש.
איינער פֿון די אָנפֿירער פֿונעם "ייִדיש־ברעיק", דער 24־יאָריקער מנחם איידעלמאַן, זאָגט, אַז "די אַקטיוויטעטן ווי ׳ייִדיש־ברעיק׳ באַווײַזן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך יונגע מענטשן, וואָס קענען רעדן ייִדיש, אָדער ווילן זיך לערנען מאַמע־לשון, און ווילן אָנטיילנעמען אין פּראָגראַמען וואָס שטאַרקן זייערע ייִדישע קהילות און זייער ייִדישע אידענטיטעט".
"יוגנטרוף" אַרבעט שוין אויס די פּלענער פֿאַר דעם "ייִדיש־ברעיק" — 2009.