בײַם רעדן אויף ייִדיש וועגן די הײַנטיקע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש

דאָס צווייטע יאָר נאָכאַנאַנד האָט אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער זיך פֿאַרזאַמלט אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט פֿאַר אַ "ייִדיש־ברעיק"; אַ סוף־וואָך, פֿול געפּאַקט מיט אַקטיוויטעטן פֿאַר סטודענטן און די אַנדערע יונגע־לײַט, וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך טרעפֿן און רעדן ייִדיש. די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן "יוגנטרוף" — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעך לשון בײַ יונגע־לײַט.