|
פֿון רעכטס: דוד בערגעלסאָן, שלום אַש און באָריס קלעצקין, באָברוּיסק 1912 |
YIVO Archives |
דורשט נאָך וויסן איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. גאָר ניט צופֿעליק איז דווקא ווילנע, דער אינטעלעקטועלער צענטער פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום, געוואָרן אויך דער גײַסטיקער צענטער פֿון ייִדישן סאָציאַליזם. מע האָט דאָך געהאַלטן, אַז הויכע ייִדיש-קולטור, דער עיקר, ליטעראַטור, קען שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע גאַנצקייט — אָבער ניט פֿון "אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר", נאָר פֿון אַ מאָדערנעם, וועלטלעכן ייִדן.
ווילנע איז געווען דער אַדמיניסטראַטיווער און עקאָנאָמישער צענטער פֿון דער ווילנער גובערניע, און — ווי יעדער אַזאַ צענטער — האָט די שטאָט צוגעצויגן אַ היפּשע צאָל געבילדעטע מענטשן. אַהין פֿלעגט מען אַרויסשיקן די אינטעליגענטן, וועלכע האָבן זיך "פֿאַרזינדיקט" אין גרעסערע שטעט, קודם-כּל, פֿאַר זייער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט. אין ווילנע האָט מען געגרייט לערער פֿאַר ייִדישע מלוכה-שולן.
אַזאַ ייִדישע פּעדאַגאָגישע בילדונג האָט באַקומען, למשל, אַב. קאַהאַן, דער "טאַטע" פֿון "פֿאָרווערטס", ווי אויך אַ סך אַנדערע ייִדישע ליטעראַטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז דווקא די ווילנער ישיבֿות האָבן פֿאַרזאָרגט די סאָציאַליסטישע קרײַזן מיט אַ גרויסער צאָל יונגע-לײַט.
די סאָציאַליסטן האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו אַנטוויקלען די ייִדישע ליטעראַטור. מע האָט אונטערגעהאַלטן די יונגע ליטעראַרישע טאַלאַנטן, און מע האָט קולטיווירט ייִדישע לייענער. דער ציל איז געווען אויסצובילדן אַ נײַעם טיפּ אַרבעטער — ניט קיין "פּראָסטער חי-וקים", נאָר אַ "באַוווּסטזיניקער אַרבעטער" האָט געהאַט אַ סאָציאַליסטישן בילעט אין דער צוקונפֿט.
באָריס קלעצקין
קיין פּרטימדיקע געשיכטע פֿון באָריס קלעצקינס לעבן און פֿון זײַן פֿאַרלאַג איז נאָך ניט אָנגעשריבן געוואָרן. דאָס איז מאָדנע און ניט יושרדיק לגבי אַזאַ פּערזענלעכקייט און אַזאַ אינסטיטוציע. צו האָבן אַן אַנונג פֿון דער ראָלע, וואָס באָריס קלעצקינס פֿאַרלאַג האָט געשפּילט, קען מען זיך ווענדן צום עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג פֿון דער ייִוואָ-ביבליאָטעק: דער דאָזיקער ביכער-אוצר האָט אַרום 460 טיטלען פֿון דעם ווילנער פֿאַרלאַג.
מיר ווייסן ניט אַפֿילו פּינקטלעך, ווען דער דאָזיקער פֿאַרלאַג האָט אָנגעהויבן אַרבעטן. מע ווײַזט אָן בדרך-כּלל אויף דער צײַט "אַרום 1910". אַזוי צי אַזוי, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז די רייד גייט וועגן אַן אוניקאַלן פֿאַרלאַג, ווײַל ער האָט ניט געהאַט דעם ציל צו ווערן רײַך פֿון ייִדישע ביכער. באָריס קלעצקין (1875—1937) האָט באַקומען אַ גרויסע ירושה פֿון זײַן פֿאָטער און האָט באַשלאָסן עס אויסניצן, לכל-הפּחות טיילווײַז, פֿאַר פֿינאַנסירן די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור.
אַ טיפּ, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון אַ רײַכן ייִדן און אַ סאָציאַליסט, האָט מען געקענט זען אין משך פֿון דער גאַנצע געשיכטע פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. קלעצקין, אַ מיוחס, איז פֿון די יונגע יאָרן געוואָרן טעטיק אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן. ער האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די "זשאַרגאָנישע קאָמיטעטן", וועלכע האָבן באַשטעלט ייִדישע ליטעראַרישע און ניט-ליטעראַרישע טעקסטן, געדרוקט זיי און פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדישע אַרבעטער.
ניט ווייניק אַקטיוויסטן פֿון די "זשאַרגאָנישע קאָמיטעטן" האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דעם "בונד", ווען דער עמבריאָן פֿון דער פּאַרטיי איז געשאַפֿן געוואָרן אין ווילנע אין 1897. קלעצקין איז אויך געוואָרן אַ בונדיסט. קיין חידוש ניט, אַז דעם פֿאַרלאַג זײַנעם האָט קלעצקין געשאַפֿן אויף ניט-קאָמערציעלע יסודות. דאָס געלט, וואָס מע פֿלעגט באַקומען פֿאַר דער ביכער-פּראָדוקציע, האָט מען גענוצט פֿאַר צאָלן ברייטהאַרציקע האָנאָראַרן די מחברים, און דאָס רעשט פֿלעגט מען ווידער אַרײַנלייגן אין דעם פֿאַרלאַג. ווי אַ ריכטיקער מעצענאַט, פֿלעגט קלעצקין פֿאַרבעטן שרײַבער (למשל, שלום אַשן און דוד בערגעלסאָנען) צו זיך און זיי געבן אַ דירה מיט קעסט — זיי זאָלן קענען שאַפֿן אָן האָבן דאגת-פּרנסה.
בשעת און נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה
אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט קלעצקין געלעבט מחוץ ווילנע, בפֿרט נאָך, אַז די דײַטשן האָבן אָקופּירט די שטאָט אין סעפּטעמבער 1915 און זײַנען דאָרטן פֿאַרבליבן אין משך פֿון כּמעט דרײַ יאָר. אין די מלחמה-יאָרן איז אין רוסלאַנד געווען זייער שווער אַרויסצוגעבן ייִדישע ביכער, ווײַל די צענזור האָט עס ניט געוואָלט דורכלאָזן. מע האָט דאָך געהאַלטן, אַז די רוסישע ייִדן האָבן כּלומרשט סימפּאַטיזירט מיט די דײַטשן און דערפֿאַר האָט מען ניט געקענט זיך פֿאַרלאָזן אויף זייערע פּובליקאַציעס.
קלעצקין האָט זיך באַזעצט אין פּעטראָגראַד — אַזאַ "ניט קיין דײַטשישן" נאָמען האָט דעמאָלט געטראָגן די רוסישע הויפּטשטאָט, וואָס האָט פֿריִער געהייסן פּעטערבורג. פֿון צײַט צו צײַט האָט זיך אים אײַנגעגעבן אַרויסצוגעבן ייִדישע ביכער. געדרוקט האָט מען זיי, דער עיקר, אין מאָסקווע, וווּ די צענזור איז געווען אַ ביסל ליבעראַלער. אָבער די אמתע בלי-תּקופֿה פֿון קלעצקין-פֿאַרלאַג איז אויסגעפֿאַלן אויף די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען קלעצקין האָט געוווינט אין פּוילן. דעמאָלט זײַנען אַרויס ס׳רובֿ פֿון די הונדערטער טיטלען, וואָס שאַפֿן, אין תּוך אַרײַן, דעם קערן פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.
באַזונדערס אַ סך האָט דער פֿאַרלאַג געדרוקט י. ל. פּרצעס ווערק. פּרץ האָט פֿאַרנומען דעם אויבנאָן אין דעם קאַנאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע, וועלכע עס האָט אונטערגעהאַלטן דער ווילנער פֿאַרלאַג. שפּעטער האָט קלעצקין געדרוקט ביכער אויך אין וואַרשע. און ניט נאָר ביכער: זײַן פֿאַרלאַג האָט אַרויסגעגעבן די וואָכנשריפֿט "ליטעראַרישע בלעטער". בערך 800 נומערן פֿון אָט דער עליטאַרער אויסגאַבע האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אינעם האַלטן הויך דעם סטאַנדאַרד פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור.
אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז באָריס קלעצקין געוואָרן פּראָ-סאָוועטיש. דאָס האָט, אַ פּנים, אָפּגעשפּיגלט זײַן נעגאַטיווע באַציִונג צום שווערן מצבֿ אין פּוילן. דערצו איז ער דאָך געווען אַ מענטש ניט נאָר פֿון דער ייִדישער, אָבער אויך פֿון דער רוסישער קולטור.