ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

דזשערעמי דאַובער האָט שטודירט ייִדישע ליטעראַטור אין האַרוואַרד-אוניווערסיטעט און באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט אין ניו-יאָרק. זײַן ערשט בוך, “אַנטאָניאָס שדים׃ מחברים פֿון דער השׂכּלה און דאָס געבורט פֿון מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור", באַהאַנדלט דעם באַנוץ פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מקורים אין דער ייִדישער און העברעיִשער השׂכּלה-ליטעראַטור. צוזאַמען מיט יואל בערקאָוויץ האָט ער אַרויסגעגעבן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דראַמאַטורגיע אין דער ענגלישער איבערזעצונג. אין זײַן נײַעם בוך וועט ער אויספֿאָרשן די זשאַנער-אַספּעקטן פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור.


אַ וויכטיקע פֿראַגע פֿאַר אַ פֿאָרשער פֿון דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור איז ווי אַזוי אויסצוטײַטשן אירע ליטעראַרישע זשאַנערס. אַזאַ מין צוגאַנג קאָן העלפֿן פֿאַר­שטיין ניט נאָר די טעקסטן אַליין, נאָר אויך דעם וועלטבאַנעם און ווערטן־סיסטעם פֿונעם מיטלעלטערלעכן ייִדישן עולם. מען קאָן אויך באַקומען אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון די אָנגענומענע סאָציאַלע נאָרמעס און באַציִונען פֿון יענער תּקופֿה.

אַ ספּעציעלער מין פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען די אַזוי גערופֿענע "שוידערלעכע מעשׂיות", און בפֿרט מעשׂיות וועגן אַ זיווג צווישן אַ מאַנספּאַרשוין און אַ שדיכע. אַזעלכע געשיכטעס דערציילן וועגן איבערנאַטירלעכע דערשײַנונגען, אָבער אָפֿט­מאָל באַרירן זיי ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט דער נאָרמאַטיווער און ניט־נאָר­מאַטיווער אויפֿפֿירונג אין דער דעמאָל­טיקער געזעלשאַפֿט. די געזעלשאַפֿט האָט אײַנגעשטעלט געוויסע גרענעצן, אָבער ניט זעלטן האָט מען זיי עובֿר געווען. דווקא די מעשׂיות וועגן געשעענישן, וואָס זײַנען "נגד דרך הטבֿע" העלפֿן בעסער אונטערצושיידן צווישן "דעם נאַטירלעכן" און דעם "ניט־נאַטירלעכן". דערבײַ דאַרף מען באַמערקן, אַז אַפֿילו די איבערנאַטירלעכע פּערסאָנאַזשן האָבן זיך אויך געהאַלטן בײַ זייערע אייגענע נאָרמעס, וועלכע שפּיגלען אָפּ די באַגריפֿן פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט.

אַ וויכטיקער מוסטער פֿון דער מעשׂה וועגן אַ זיווג מיט אַ שדיכע איז די אַזוי־גערופֿענע "מעשׂה פֿון וואָרמס" ("מעשׂה בון ווירמש" אין דעם אָריגינעלן אַלט־ייִדישן אויסלייג), וואָס איז פֿאַרשריבן געוואָרן אין צפֿון־איטאַליע אָנהייב 16טן יאָרהונדערט, אָבער שטאַמט פֿון פֿריִערע פֿאָלקלאָרישע מקורים. דעם דאָזיקן מאָטיוו קאָן מען טרעפֿן אין פֿאַרשידענע ווערק פֿון דער עלטערער און דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, ווי למשל, אין "ספֿר קו־היושר", אין "מאָניש" פֿון י. ל. פּרץ, און אין פֿאַרשידענע מעשׂיות פֿון יצחק באַשעוויס. אַ פֿאָלקלאָרישע ווער­סיע איז פֿאַרשריבן געוואָרן דורך דעם פּויליש־ייִדישן פֿאָלקלאָריסט בנימין וואָלף סעגעל אין מיזרח־גאַליציע סוף 19טן יאָרהונדערט. ענלעכע מאָטיוון געפֿינט מען אויך בײַ פֿאַרשידענע אומות־העולם.

דער סיפּור־המעשׂה פֿון דער "מעשׂה פֿון וואָרמס" איז אַזאַ׃ איין מאָל ל״ג־בעומר גייט דער זון פֿון אַ רײַכן רבֿ פֿון דער דײַטשישער שטאָט וואָרמס אין דעם שטאָ­טישן גאָרטן צו שפּילן זיך אין באַהעלטער­לעך ("קוגי בערגיליש" אין דעם אָריגינאַל). זוכנדיק זײַן חבֿר אַנשל אונטער די ביימער, באַמערקט דער בחור אַ האַנט, וואָס שטעקט אַרויס פֿון אַ הוילן בוים. ער מיינט, אַז דאָס דאַרף זײַן אַנשל, נעמט אַ גאָלדן פֿינגערל פֿון זײַן פֿינגער אַראָפּ און טוט עס אָן אויף דער האַנט ווי אַ סימן, אַז ער האָט געפֿונען אַנשלען. אָבער די האַנט ציט זיך צוריק אַרײַן אינעם בוים, און קיינער גייט פֿון דאָרטן ניט אַרויס. שפּעטער אַנטפּלעקט זיך, אַז אַנשל האָט זיך ניט באַהאַלטן אין אָט דעם בוים, און דער טאַטע זאָגט דעם זון צו, אַז ער וועט אים געבן אַ נײַ, בעסער פֿינגערל.

דער בחור וואַקסט אונטער, און ווערט פֿאַרקנסט מיט אַ טאָכטער פֿון אַ רײַכער משפּחה. אין דער נאַכט פֿון זייער חתונה ווערט דער חתן אַנטשלאָפֿן אין דעם שלאָפֿ­צימער, און אום האַלבנאַכט באַווײַזט זיך פֿאַר זײַן כּלה אַ ווײַבערישע באַשעפֿעניש אין אַ רײַכער קליידונג. זי פֿאָדערט, די כּלה זאָל זי אַרײַנלאָזן צו איר מאַן. די כּלה וויל פֿאַר­טרײַבן די חצופֿה, אָבער די באַשעפֿעניש דער­שטיקט זי. דרײַ יאָר שפּעטער חזרט זיך איבער די זעלביקע מעשׂה מיט דער צוויי­טער כּלה. אין צען יאָר אַרום נעמען די על­טערן פֿונעם דערוואַקסענעם יונגערמאַן צו דאגהן, אַז זייער זון וועט נעבעך בלײַבן אַן אַלטער בחור און שטאַרבן אָן אַ יורש; זייער פֿאַר­מעגן וועט פֿאַרפֿאַלן ווערן. זיי זוכן אָפּ אַן אָרעם מיידל אָן נדן און לייגן איר פֿאָר אַ שידוך מיט זייער זון. דאָס מיידל איז מסכּים, און מען שפּילט אַ חתונה. ווען די שדיכע באַווײַזט זיך פֿאַר דער כּלה מיט איר פֿאָדערונג, איז יענע גאָר ניט קעגן און לאָזט די שדיכע אַרײַּן צו איר חתן. אַנשטאָט צו דער­שטיקן די כּלה, שטעלט די שדיכע אַרויס אַ תּנאי, אַז יענע זאָל איבערלאָזן די שדיכע מיט איר מאַן יעדן טאָג אויף איין שעה.

אַזוי גייט עס אַ געוויסע צײַט. ווי עס דערקלערט דער דערציילער פֿון דער מעשׂה, "די ווײַבער ווילן אַלע צײַט וויסן מער, אַז עס איז זיי נייטיק", און איין טאָג וויל די כּלה אַ קוק טאָן, וואָס זשע קומט דאָרט פֿאָר בײַ איר מאַן מיט דער שדיכע. זי קומט אַרײַן אין זײַן שלאָפֿצימער, ווען ער איז שוין געהאַט אַוועק מיט דער שדיכע; זי קוקט אַרײַן אונטער זײַן בעט און זעט אַ שטיין. אונטערן שטיין איז פֿאַראַן אַ לאָך, וואָס פֿירט אין אַ וואַלד, וווּ עס שטייט דאָס הויז פֿון דער שדיכע. אין דעם הויז זעט זי איר מאַן מיט דער שדיכע שלאָפֿן. די כּלה באַמערקט, אַז די גאָלדענע האָר פֿון דער שדיכע ליגט אויף דער ערד, און לייגט זיי איבער אויף אַ בענקל. איצט מוז די שדיכע שטאַרבן, ווײַל זי קאָן ניט פֿאַרטראָגן, אַז עמעצער זאָל זיך צורירן צו איר "בושה". דער מאַן קומט צוריק צו זײַן ווײַב, און זיי מאַכן אַ גרויסע שׂימחה.

די מעשׂה איז גאַנץ טשיקאַווע, און איר מוסר־השׂכּל איז ווײַט ניט קלאָר. אינטערע­סאַנט איז דער מינהג צו פֿאַרברענגען ל״ג בעומר אינעם שטאָטישן גאָרטן. דאָס איז דער איינציקער טאָג צווישן פּסח און שבֿועות, ווען מען מעג זיך אַמוזירן. בעת דער שפּיל ווערט דער בחור אַ ביסל מיטגעריסן און ווערט אומבאַוווּסטערהייט פֿאַרקנסט מיט אַ שדיכע. דאַכט זיך, אַז דאָס איז אַ שטראָף פֿאַר עפּעס אַ חטא אָדער אַ טעות, וואָס ער איז באַגאַנגען. אָבער דער מאַן שפּילט בכלל ניט קיין וויכטיקע ראָלע אין דער מעשׂה. ער איז אַ פּאַסיווער אינסטרומענט אין די הענט פֿון די ווײַבערישע געשטאַלטן, אַנשטאָט צו באַשטראָפֿן די ערשטע צוויי כּלות, וועלכע זײַנען, דאַכט זיך, גאָר ניט שולדיק. און די דריטע כּלה ראַטעוועט זיך ניט ווײַל זי האַלט זיך בײַ די סאָציאַלע הילכות, ווי די ערשטע צוויי כּלות, נאָר דווקא פֿאַרקערט, ווײַל זי טוט עפּעס אַנדערש, לאָזט אַ פֿרעמדע פֿרוי צו צו איר מאַן.

עס איז מעגלעך, אַז דער מוסר־השׂכּל פֿון דער מעשׂה האָט צו טאָן ניט מיט דער סעקסועלער מאָראַל אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט, נאָר מיט די סאָציאַל־עקאָנאָמישע באַציִונגען. די רײַכע עלטערן זײַנען באַזאָרגט ניט מיט זייער זונס גליק, נאָר מיט דער צוקונפֿט פֿון זייער פֿאַרמעגן. זיי זוכן פֿאַר אים אַ שידוך, צוערשט, איּּן זייער אייגענעם סאָציאַלן שיכט. נאָך דעם ווי דער טראַגישער גורל באַפֿאַלט די ערשטע און די צווייטע כּלה, קומט די רײַכע רביצין צו דער מאַמע פֿון אַן אָרעמער יתומה און לייגט איר פֿאָר אַ געשעפֿט. די מאַמע דערקלערט דעם מצבֿ צו איר טאָכטער׃ "ליבע טאָכטער, דו הערסט ווויל, וואָס די רײַכע רביצין זאָגט׃ ווילסט עס טאָן — איך וויל דיך ניט נויטן, איך פֿאַרמאָג ניט וואָס צו געבן, און דו בלײַבסט אַ פֿאַרזעסענע."

די קלוגע טאָכטער דערווידערט׃ "ליבע מוטער, מיר זײַנען יאָ אָרעם, און איין אָרעמס איז געגליכן צו איינעם אַ טויטן. אַזוי וויל איך אים טאָן׃ וויל זיך דער רבֿ פֿאַרשרײַבן, אויב איך אומקום, דאָס ער דיך וויל האַלטן דײַן לעב־טאָג אין זײַן הויז און אויסהאַלטן דערווײַל דו לעבסט — דאָ וועל איך זײַן זון נעמען און מײַן לעבן וואַגן. די רײַכע רביצין שטעלט די אָרעמע טאָכטער פֿאַר אַ ברירה׃ אָדער צו ריזיקירן מיט איר לעבן דורך דער חתונה מיט איר שלימזלדיקן זון, אָדער צו פֿאַרבלײַבן אַ פֿאַרזעסענע מויד. דאָס אָרעם מיידל ווײַזט אַרויס איר פּראַק­טישן שׂכל־היושר און שטעלט אַרויס אַ תּנאי, אַז אויב זי קומט אום, מוזן די רײַכע מחותּנים אונטערהאַלטן איר מוטער ביזן סוף פֿון איר לעבן.

ווען מע לייענט די מעשׂה אונטער אַזאַ קוקווינקל, האַנדלט זיך ניט וועגן שדים און אומ­נאַ­טירלעכע געשעענישן, נאָר וועגן דעם אומנאַטירלעכן מהות פֿונעם הערשנדיקן סאָציאַלן שטיי­גער, ווען אַ גבֿיר קאָן קויפֿן דאָס לעבן פֿון אַן אָרעמאַן. דער כּלהס ווערטער "איין אָרעמס איז גע­גליכן צו איינעם אַ טויטן" דער­מאָנען אָן דעם מדרש, וואָס האָט אַ שײַכות אויך צו איר אייגענעם מצבֿ. דאָס אָרעמע מיידל ווערט געגליכן צו יעקבֿ אַבֿינו בעת זײַן באַגעגעניש מיט זײַן רײַכן ברודער עשׂו און זײַן זון, וועלכער איז געשיקט געוואָרן אים צו הרגענען. אַזוי ווי יעקבֿ, האָט זי זיך דערוווּסט פֿון דער סכּנת־נפֿשות, וואָס קומט פֿון דער רײַכער רביצין. אַן אָרעמאַן קאָן אויסלעבן נאָר דעמאָלט, ווען ער שפּילט לויט די עקאָנאָמישע און סאָציאַלע כּללים פֿון די רײַכע באַלעבאַטים, כאָטש פֿונעם עטישן שטאַנדפּונקט מעג ער שטיין אַ סך העכער.

די אָרעמע פֿרוי איז מנצח די שדיכע, ווען זי באַרירט יענערס "בושה" — די גאָל­דע­נע האָר. דער דאָזיקער מאָטיוו קאָן האָבן אַ סעקסועלן טײַטש, אָבער אויב מען זוכט אַ סאָציאַל־עקאָנאָמישן מיין פֿון דער מעשׂה, קאָן מען זי אויסטײַטשן אויך אַנדערש. די שדיכע, מיט אירע גאָלדענע האָר, זײַ­דענעם בעט און רײַך אויסגעשטאַט הויז, פֿאַרקערפּערט דעם אידעאַל פֿון אַ גוט לעבן. דאָס אָרעמע מיידל בלײַבט תּמיד גע­טרײַ איר געזונטער ווײַבערישער טבֿע, ווי מען האָט דאָס פֿאַרשטאַנען לויט די השׂגות פֿון יענער צײַט.

וואָס איז דער מוסר־השׂכּל פֿון דער מעשׂה? די מעשׂה איז ניט אויסן צו פֿאַר­שעלטן דאָס עשירות — פֿאַרקערט, צום סוף ווערט די דריטע כּלה אויך רײַך. דער דערציילער פֿון דער מעשׂה האָט אַ קלאָרע סימפּאַטיע צו די אָרעמע לײַט. דער סאָ­ציאַלער יושר איז דאָ ניט סתּם אַן אַבסטראַק­טער אידעאַל, נאָר אַ ציל, וואָס מען קאָן דער­גרייכן פֿאַר זיך, ווי עס האָט געטאָן די העלדין פֿון דער מעשׂה. דערצו דאַרף מען פֿאָלגן דעם מוסטער פֿון יעקבֿ אָבֿינו׃ זײַן בייגעוודיק, האָבן אַ געזונטן שׂכל־היושר, און ניט מורא צו האָבן פֿאַר די רײַכע און שטאַרקע. און אַזוי ווי יעקבֿ אָבֿינו איז ווידער געוואָרן רײַך, אפֿשר קאָן דאָס זעלבע זיך טרעפֿן מיטן לייענער אויך? אַבי מע זאָל זיך אויפֿפֿירן ווי יעקבֿ אָבֿינו. אַזעלכע אַלט־ייִדישע מעשׂיות אַנטפּלעקן פֿאַר אונדז די אינערלעכע וועלט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מיטלאַלטער. אין די אַלטע מעשׂיות פֿלעכטן זיך איבער עראָטישע און מאָראַלישע מאָטיוון מיט עלעמענטן פֿון געזעלשאַפֿטלעכער קריטיק.

“מעשׂה פֿון וואָרמס"

(פֿאַרקירצט און אַדאַפּטירט פֿאַרן מאָדערנעם ייִדיש)

עס איז אַ מאָל געקומען אַ טאָג וואָס הייסט ל״ג בעומר, ווען די בחורים גערן פֿריילעך זײַן. אין דער שטאָט וואָרמס איז פֿאַראַן אַ גאָרטן וואָס הייסט גן היובֿל (יובֿל־גאָרטן) [...] און די בחורים זײַנען געגאַנגען ל״ג בעומר דערין שפּילן, און האָבן גענומען דעם רבֿס זון אויך מיט. און זיי שפּילן אַ שפּיל וואָס הייסט אין דײַטש “קוגי בערגעליש". דאָס שפּילט מען אַזוי׃ איינער מוז זיך אײַנבוקן, און די אַנדערע פֿאַרבאָרגן זיך, און דער וואָס האָט זיך אײַנגעבוקט, דער מוז זיי אַלע זוכן, ביז ער געפֿינט זיי אַלעמען. און די בחורים האָבן דאָס שפּיל אַזוי לאַנג געשפּילט, ביז עס איז געקומען אויף דעם רבֿס זון, אַז ער מוז זיך אײַנבוקן. און די בחורים האָבן זיך אַלע פֿאַרבאָרגן, און איינעם, וואָס הייסט אַנשל, קאָן ער ניט געפֿינען, און ער זוכט אים גאָר לאַנג.

נון זײַנען דאָ אין דעם גאָרטן פֿיל ביימער, און דעם רבֿס זון זוכט דעם בחור הינטער אַלע ביימער, ביז ער קומט צו אַ הוילן בוים. דאָ זעט ער אַ האַנט, וואָס שטרעקט זיך אַרויס. און דעם רבֿס זון האָט זיך געדוכט, אַז דאָס איז דער בחור, וועמען ער זוכט, און ער האָט זיך פֿאַרבאָרגן אין דעם בוים. און ער הייבט אָן צו שרײַען׃ "אַנשל, גיי אַרויס, איך האָב דיך געפֿונען!" און דעם רבֿס זון האָט געזען, אַז די האַנט וויל זיך ניט אַרײַנציִען, האָט ער גענומען אַ גאָלדן פֿינגערל פֿון זײַן האַנט און עס אָנגעטאָן אויף דער האַנט און געזאָגט׃ "ווײַל דו ווילסט ניט אַרויסגיין פֿון דעם בוים, וויל איך דיך מקדש זײַן." [...] און אַז ער האָט די האַנט מקדש געוועזן, איז די האַנט מיט דעם פֿינגערל פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

[...]

אַ לאַנגע צײַט נאָך דער זאַך, ווען דעם רבֿס זון איז געוואָרן אַ גרויסער און אַ קאָסטליכער בריה, און מען האָט ווײַט געהערט פֿון זײַן לערנען, איז געווען אַ פּרנס אין דער שטאָט שפּײַער, און ער האָט געשיקט צו פֿרעגן בײַם רבֿ פֿון וואָרמס, אויב ער וואָלט געגעבן זײַן זון צו זײַן טאָכטער. ער האָט געהערט, ווי ווויל געלערנט זײַן זון איז, און ער וויל אים געבן אַ גרויסן סך צו דעם נדוניא. און אַזוי איז געשען דער חיתון, און זיי האָבן געטריבן אַ גרויסע שׂמחה.

און דאָ קומט די צײַט, מען זאָל מאַכן די חתונה, און אַ סך מענטשן זײַנען געקומען דערויף, און עס איז געווען גאָר פֿריילעך. און מען האָט געמאַכט די חתונה און די חופּה. און אַז מען האָט געגעסן, פֿירט מען דעם חתן און די כּלה לייגן מיט גרויסער שׂמחה, און דערנאָך שליסט מען די קאַמער צו, ווי דאָס איז דער מנהג. און גלײַך ווי דער חתן איז געקומען אין בעט, איז ער אַנטשלאָפֿן געוואָרן. און די כּלה איז געלעגן וואַך. און אַז זי איז אַזוי געלעגן לאַנג, האָט זי געזען אַ שיינעם מענטש קומען צום בעט, אין שיינע קליידער אין גאָלד און אין זײַד. און זי האָט געזאָגט צו דער כּלה׃ "דו עזות פּנים, וואָרן דו האָסט דיך געלייגט צו מײַן חתן, דער האָט מיך מקדש געווען אין אַ בוים." און די כּלה האָט געזאָגט׃ "עס איז ניט וואַר, ער איז מײַן חתן, איך האָב ערשט הײַנט חופּה מיט אים געמאַכט, גיי דײַן וועג."

און ווען זי האָט דאָס דערהערט, האָט זי גענומען די כּלה און זי דערוואָרגן, און זיך געלעגט לעבן דעם חתן. און ווען עס איז געקומען מיטערנאַכט, האָט זיך דער חתן אויפֿגעוואַכט און געוואָלט רעדן מיט זײַן ווײַב, ווי עס איז דער סדר. און ער האָט דערזען זײַן כּלה טויט לעבן זיך ליגן. און ער איז אויפֿגעשטאַנען מיט גרויסן שרעק און האָט אויפֿגעוועקט די לײַט. און זיי זײַנען געקומען אינעם קאַמער און האָבן געפֿונען די כּלה טויט. זיי האָבן געפֿרעגט דעם חתן, ווי עס איז געשען, און ער האָט געזאָגט׃ “איך האָב עס לײַדער פֿאַרשלאָפֿן, איז ווייס איך עס אַליין ניט. און אַזוי האָט מען געבראַכט די כּלה צו קבֿורה, און איר שׂימחה איז געוואָרן פֿאַרקערט צו טרויער. און וועלן פֿילע לײַט זאָגן, אַז דער חתן האָט זי געטויט.

[...]

איין מאָל איז געקומען אַ שבת תּשובֿה, און דער רבֿ האָט געזאָגט צו זײַן ווײַב׃ “ליבע ווײַב, וואָס וועלן מיר טאָן? מיר האָבן איין בן יחיד און אַ גרויסן עושר, און זאָל אים איין טאָג קיין ווײַב בלײַבן, דאָ וועט אונדזער געדעכעניש אויסגעמעקט ווערן פֿון דער וועלט, און אונדזער עושר וועט פֿאַרשפּרייט ווערן אין פֿרעמדע הענט. און ווער וויל אים יאָ זײַן טאָכטער געבן?" און די רביצין האָט געזאָגט׃ “ליבער מאַן, איך בין מיך ניט טועה, קיין פּרנס וועט אים ניט געבן קיין טאָכטער. איך ווייס אַן אָרעמע רביצין אַן אַלמנה, זי איז זייער אַ מיוחס, און האָט איין איינציקע טאָכטער, און וווינט אין אַ הקדש. ווער ווייסט, ליבער מאַן, ווען איך צו איר גיי, אפֿשר וועט זי געבן אונדזער זון איר טאָכטער? אפֿשר צוליב איר פֿרומקייט און אָרעמקייט וועט דער אייבערשטער גוט זײַן צו איר טאָכטער און זי וועט בלײַבן לעבן?"

און דער רבֿ זאָגט צו דער ווײַב׃ “דאָס איז אַ גוטע עצה. גיי באַלד און רעד מיט דער אָרעמער רביצין, און פֿרעג, אויב זי עס וויל טאָן, און וויל געבן איר טאָכטער פֿאַר מײַן זון." און אַזוי באַלד איז די רײַכע רביצין געגאַנגען און האָט אָנגעקלאַפּט אָן דעם הקדש־הויז. און די אָרעמע רביצין האָט געזען, אַז די רײַכע רביצין האָט געקלאַפּט, און זי איז גלײַך געלאָפֿן צו איר טאָכטער און איר געזאָגט׃ “ליבע טאָכטער, וואָס מוז עס זײַן, אַז די רײַכע רביצין דאָ קלאַפּט?" דאָ ענטפֿערט איר די טאָכטער׃ “ליבע מוטער, זי וויל אפֿשר אונדז שענקן אַ צירונג?" און אַזוי עפֿנט די אָרעמע רביצין אויף, און באַגריסט זי העפֿלעך, און בעט זי זיצן און רעדן׃ “ליבע רביצין, וואָס מוז דאָס זײַן, וואָס איר קומט אַהער?"

און זי ענטפֿערט איר׃ “איך בין געקומען דרום׃ איר האָט ווויל געהערט, בעונותינו הרבים, ווי מײַנעם זון איז צוויי מאָל געשען. דאָ וואָלט איך גערן באַגערן, ווען עס וואָלט געווען מעגלעך, אַז אײַער טאָכטער וואָלט גענומען מײַן זון פֿאַר אַ מאַן. ווער ווייסט, אויב איר פֿרומקײַט וועט איר בײַשטיין און זי וועט בלײַבן לעבן. דעמאָלט וועט איר און אײַער טאָכטער אויס זײַן מיט אײַער אַרמוט." אַזוי פֿרעגט די אָרעמע רביצין בײַ איר טאָכטער: “ליבע טאָכטער, דו הערסט וואָס די רײַכע רביצין זאָגט׃ ווילסטו עס טאָן — איך וויל דיך ניט נויטן, איך פֿאַרמאָג גאָר ניט דיך אויסצוגעבן, און דו מוזט פֿאַרזיצן."

אַזוי ענטפֿערט איר די טאָכטער און זאָגט׃ “ליבע מוטער, מיר זײַנען יאָ אָרעם, און אַן אָרעמאַן איז געגליכן צו אַ טויטן. אַזוי וויל איך אים טאָן׃ וויל זיך דער רבֿ פֿאַר­שרײַבן אויב איך אומקום, אַז ער וועט דיך האַלטן דײַן גאַנץ לעבן אין זון הויז און אויס­האַלטן דערווײַל דו לעבסט — דעמאָלט וועל איך זײַן זון נעמען און מײַן לעבן וואַגן."

[...]

און אַזוי מאַכט מען די חופּה. און דערנאָך אַז מען האָט געגעסן, דאָ פֿירט מען חתן און כּלה לייגן ווי דער סדר איז, און יעדער איינער גייט אַרויס און מען שליסט די קאַמער צו. און דער חתן אַנטשלאָפֿט, און די כּלה ליגט און פֿאַכט אין גרויסן פֿורכט. און דאָ קומט צו מיטערנאַכט, און זי זעט ווי עס קומט צום בעט אַ שיין מענטש-בילד אין פּרעכטיקע קליידער און מיט גאָלדענעם האָר, און זאָגט צו דער כּלה׃ “דו עזות פּנים, איך האָב צוויי געטויט פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן געלייגט צו מײַן מאַן, און דו האָסט עס געהערט און וואַגסט עס ווידער. דערפֿאַר וויל איך דיך אויך טויטן."

און אַז די כּלה האָט דאָס דערהערט, האָט זי זיך שטאַרק איבערגעשראָקן, און האָט געזאָגט׃ “ליבע מוטער, איך האָב מײַן גאַנץ לעבן געוווינט אין אַ הקדש, און איך האָב עס ניט געהערט, אַז אים זײַנען געשטאָרבן צוויי כּלות. דערפֿאַר, ליבע מוטער, עס איז אײַער חתן — און איך וויל דאָ אויפֿשטיין, און וויל אײַך צו אים ליגן לאָזן." און אַז די שידה האָט דאָס דערהערט, זאָגט זי׃ “ליבס קינד, דו מוזט דײַן פֿרומקייט געניסן, ווײַל דו מיט מיר אַזוי פֿרומלעך רעדסט. אָבער דו מוזט טאָן אָט וואָס, אַז ער זאָל זײַן דײַן מאַן׃ אַלע טעג אײַן שעה וועט ער דיר פֿאַרשווינדן פֿאַר דײַנע אויגן, און וועט קומען צו מיר. וועגן דעם מעגסטו ניט ריידן בײַ דײַן האַלדז, און עס וועט דיר זײַן גוט און ליב." און אַזוי פֿאַרשווינד די שידה פֿאַר אירע אויגן.

און אין אַ האַלבע שעה אַרום וואַכט דער חתן אויף מיט גרויסן שרעק, און גרײַפֿט נאָך זײַן כּלה. און דער געפֿינט זי בײַ לעבן, און עס טריפֿט אים גרויס פֿרייד. און אַזוי ווי עס איז שוין געוואָרן טאָג, קומען מענטשן אין דער קאַמער, און געפֿינען דעם חתן און די כּלה ליגן אין איינעם. און דער שווער און די שוויגער און דער כּלהס מוטער טרײַבן אַ גרויסע שׂימחה. [...]

נון ווילן די ווײַבער אַלע צײַט מער וויסן, איידער זיי דאַרפֿן. זי פֿאַרלירט איר מאַן אַלע טעג איין שעה, און ווייסט ניט, וווּהין ער גייט. נאָר זי זעט, אַז ער גייט אין זײַן קאַמער, און אין זײַן קאַמער פֿאַרשווינדט ער. די גוטע פֿרוי האָט נאָכגעזען נאָך איר מאַן, און געטראַכט׃ "איך וועל מײַן האַלדז וואַגן, און וועל וויסן וווּהין ער קומט, און וועל אים נאָכגיין." און זי האָט נאָכגעקוקט נאָך איר מאַן, וווּ ער לייגט דאָס שליסל. און זי האָט גענומען דאָס שליסל און אויפֿגעטאָן די קאַמער, אָבער איר מאַן האָט זי דאָרט ניט געפֿונען. און זי זוכט איר מאַן אין אַלע ערטער און אונטער דעם בעט. דאָ אונטן געפֿינט זי אַ גרויסן שטיין, און זי רוקט דעם שטיין פֿון זײַן אָרט. דאָ זעט זי אַ גרויסן לאָך, און אין דעם לאָך שטייט אַ לײַטער, אַז מען זאָל קענען אַראָפּגיין.

און זי טראַכט אַ לענגע צײַט וואָס צו טאָן. און דערנאָך גייט זי אַרונטער, און קומט אין אַ גרויסן וואַלד. און אינעם וואַלד געפֿינט זי אַ היפּש הויז. זי גייט אַרײַן און געפֿינט אַ קאַמער. דאָ שטייט אַ טיש מיט שיינע כּלים, אָבער קיינער זיצט ניט בײַ דעם טיש. עס איז דאָ נאָך איין טיר פֿון דער קאַמער אין אַן אַנדערער קאַמער. זי גייט אַרײַן און געפֿינט איר מאַן ליגן אין אַ זײַדענעם בעט מיט דער שיינער שידה, און ביידע שלאָפֿן מיט געהאַלדזטע אָרעמס. און די שידה האָט גאָלדענע האָר, און איר האָר הענגט פֿון דעם בעט ביז אויף דער ערד. און עס דאַכט זיך דער ווײַב, אַז עס איז אַ שאָד, וואָס אַזאַ היפּש האָר ליגט אויף דער ערד. און זי נעמט אַ שטול און שטעלט אים פֿאַר דעם בעט און לייגט די האָר דערויף. און דערנאָך גייט זי ווידער דעם וועג, ווי זי איז אַהערגעקומען.

און ווען די שידה וואַכט אויף, הייבט זי אָן צו שרײַען מיט גרויסן ביטערן געשרײַ, און זאָגט׃ “ליבער מאַן, איך בין דאָ און מוז שטאַרבן, ווײַל דײַן ליבע ווײַב איז געווען דאָ און האָט מיך אָנגערירט אָן מײַן וויסן. און ווען מען מיך אָנרירט – דאָ מוז איך שטאַרבן. נון ליבער מאַן, דאָ האָב איך אַ גאָלדן פֿינגערל אָן דער האַנט, וואָס דו האָסט מיך מיט אים מקדש געווען, האָב עס ווידער, און גיי אַהיים דורך דעם לאָך, און דאָס לאָך וועט פֿאַרשווינדן, און מיר וועלן געשיידן זײַן אויף אייביק."

Dos Bove Buch

Dos "Bove Buch" fun Eliahu Levita Bachur is dos barimteste fun alle alte idishe bicher ober ich kon dos nisht in ergetz nit gefinen. Ken emetzer mir zogn vu ich ken es gefinen, fortziglech oif dem internetz, damit ich kon dos leienen?