איר זוכט אַן אינטערעסאַנטע אַקטיוויטעט פֿאַר די אייניקלעך? העלפֿט זיי מאַכן די געשמאַקע קײַלעכלעך. אַ סך מעלות האָט עס: מע דאַרף עס נישט קאָכן; ס׳איז אַ געזונטער צובײַסן, ווײַל סטאַשקע שמיר (peanut butter) גיט צו פּראָטעיִן, און מילעך — קאַלציום און וויטאַמען "דע"; און די קינדער וועלן זיכער הנאה האָבן פֿון איבערקײַקלען די קײַלעכלעך אין זייערע פֿלינקע הענטעלעך.
גראַנאָלע וועט איר געפֿינען אין שפּײַזקראָם, צווישן די גרײַפּלעך און די קאַשע־פּראָדוקטן. אויב איר קענט עס נישט געפֿינען, קענט איר עס אַליין צוגרייטן, איידער די קינדער קומען. מישט צונויף 2 טעפּלעך עכטע האָבערגריץ (old-fashioned oats), 1 טעפּל צעהאַקטע מאַדנדלען, 1/2 טעפּל ראָזשינקעס, 1/2 טעפּל צעשניטענע געטריקנטע פֿרוכטן, 1/4 טעפּל האָניק און 3 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל, און באַקט עס 40 מינוט בײַ 300 גראַד (148 צעלזיוס).
2 לעפֿל האָניק
5 לעפֿל סטאַשקע־שמיר
2 טעפּלעך גראַנאָלע
2—4 לעפֿל מילעך
מישט צונויף די ערשטע דרײַ באַטשאַנדטיילן אין אַ גרויסער שיסל. גיסט אַרײַן די מילעך ביסלעכווײַז, ביז דאָס געמיש איז מער נישט קלעפּיק. מאַכט דערפֿון קליינע קײַלעכלעך, און קילט זיי אָפּ אין אײַזקאַסטן, ביז איר זענט גרייט צו דערלאַנגען זיי צום טיש.