דער האַנט־מיטל NESS H200 |
צוויי רעוואָלוציאָנערע אַפּאַראַטן, וואָס האָבן שוין געהאָלפֿן טויזנטער פּאַראַליזירטע און האַלב־פּאַלאַריזירטע ישׂראלים ווידער צו ניצן זייערע געשעדיקטע אבֿרים, וועלן איצט זײַן צוטריטלעך פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט "בײַאָנעס" (Bioness), די פֿירמע וואָס פּראָדוצירט די אַפּאַראַטן, איבערגעגעבן, אַז HealthSouth Corporation, איינער פֿון די גרעסטע אַמעריקאַנער באַזאָרגער פֿון געזונט־באַדינונגען, האָט מסכּים געווען צו פֿאַרשפּרייטן די טעראַפּיע־מיטלען צו 88 רעהאַביליטיר־שפּיטאָלן איבערן לאַנד.
יצחק זילבערמאַן, דער פּרעזידענט און דירעקטאָר פֿון "בײַאָנעס", וואָס איר ביוראָ געפֿינט זיך אין סאַנטאַ־קלאַריטאַ, קאַליפֿאָרניע, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער איז "זייער גליקלעך" מיטן באַשלוס פֿון HealthSouth צו פֿאַרשפּרייטן די אַפּאַראַטן. "דאָס וועט דערמעגלעכן אַ סך מער מענטשן אויסצוניצן אונדזערע אַוואַנסירטע טעכנאָלאָגיעס."
ביידע אַפּאַראַטן טראַנסמיטירן עלעקטרישע סטימולאַציע צו אַ פּאַראַליזירטן אָדער האַלב־פּאַראַליזירטן אבֿר במשך פֿונעם טאָג. איינעם, וואָס מע טראָגט אויפֿן אָרעם, אַנטוועקט די הויפּט־מוסקלען אינעם אָרעם און האַנט, און דערמעגלעכט די פּאַציענטן מיט דער צײַט צו קאָנען טאָן טאָג־טעגלעכע זאַכן ווי, למשל, צומאַכן אַ פּאַסיק, צושפּיליען אַ העמד אָדער אָפּשיילן אַן אוגערקע. דעם צווייטן מיטל טראָגט מען אויפֿן פֿוס, כּדי צו קאָנען גיין גרינגער און זיכערער.
די צוויי אַפּאַראַטן קאָנען העלפֿן די מענטשן, וואָס האָבן געהאַט אַ מוח־אַטאַק אָדער וואָס זייער רוקנביין איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, ווי אויך פּאַציענטן פֿון סקלעראָז (multiple sclerosis) און געהירן־פּאַראַליז (cerebral palsy).
דער האַנט־מיטל איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1991, בײַם "בן־גוריון אוניווערסיטעט", דורך אַ ישׂראלדיקער פֿירמע וואָס הייסט NESS. דער נאָמען פֿון דער פֿירמע באַטרעפֿט די ראָשי־תּיבֿות פֿון "נעווראָ־עלעקטרישע סטימולאַציע־סיסטעם", אָבער איז אויך אַ ווערטערשפּיל פֿונעם העברעיִשן וואָרט "נס", ווײַל מע האַלט, אַז דער מיטל טוט טאַקע אויף נסים. די פֿירמע געפֿינט זיך אין רעננה.
דער NESS H200, ווי עס הייסט דער האַנט־מיטל, איז אָנגענומען געוואָרן פֿון דער אַמעריקאַנער שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַדמיניסטראַציע ("עף־די־איי") אין 2001. דער פֿוס־מיטל, וואָס הייסט דער NESS L300, איז אַנטוויקלט געוואָרן מיט עטלעכע יאָר צוריק און האָט באַקומען די הסכּמה פֿון דער "עף־די־איי" אין יאָר 2006.
דער פֿוס־מיטל NESS L300 |
מיט פֿיר יאָר צוריק האָט די "אַלפֿרעד מאַן־פֿונדאַציע", אַן אָנגעזעענע מעדיצינישע פֿאָרש־פֿונדאַציע אין קאַליפֿאָרניע, באַשלאָסן צו אינוועסטירן אין NESS, געמאַכט אַ שותּפֿות מיט איר, און דערפֿון איז געגרינדעט געוואָרן "בײַאָנעס". "מיר האָבן דערזען אַ סך ענלעכקייטן צווישן דער טעכנאָלאָגיע וואָס די ׳אַלפֿרעד מאַן־פֿונדאַציע׳ אַנטוויקלט, און די אויפֿטוען פֿון NESS, און מיר זענען געווען נײַגעריק צו פֿאַרקויפֿן די טעראַפּיע־מיטלען אין צפֿון־אַמעריקע," האָט זילבערמאַן געזאָגט.
"מיר זענען זייער אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון ׳בײַאָנעס׳," האָט דערקלערט אַבֿי קערבס, דער דירעקטאָר פֿון "תּעוזה", אַ ישׂראלדיקער אונטערנעמונג־פֿאָנד וואָס אינוועסטירט אויך אין דער פֿירמע. "תּעוזה" שאַצט, אַז "בײַאָנעס" וועט רעוואָלוציאָניזירן דעם געביט פֿון רעהאַביליטאַציע, און וועט אין גיכן ווערן אַ פֿירמע מיט אַ ווערט פון עטלעכע הונדערט מיליאָן דאָלאַר.
הגם "בײַאָנעס" האָט שוין אַ צאָל אינוועסטאָרן, איז דער גרעסטער זיכער אַלפֿרעד מאַן, האָט זילבערמאַן געזאָגט. מאַן, אַ קאַליפֿאָרניער ביליאָנער און אַליין אַ וויסנשאַפֿטלער, האָט אַ גלענצנדיקע געשיכטע פֿון שטיצן הצלחהדיקע הויך־טעכנאָלאָגישע מעדיצינישע אַפּאַראַטן, צווישן זיי: די האַרצשריט־מאַכערס ("פּייסמייקערס"), אינסולין־פּאָמפּעס, "קינסטלעכע אויערן" (cochlear implants) און דער נײַסטער — אינסולין וואָס מע קען אײַנאָטעמען. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מאַן געשאָנקען 100 מיליאָן דאָלאַר דעם "טכניון" — דער גרעסטער אַקאַדעמישער בײַשטײַער, וואָס די אינסטיטוציע האָט אַ מאָל באַקומען.
"בײַאָנעס" האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ היפּש ביסל אינטערעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿאַראַיאָרן האָט דער פֿוס־מיטל L300 געוווּנען אַ גאָלדענע פּרעמיע פֿאַר אויסגעצייכנטן מעדיצינישן דיזײַן — אַ יערלעכער קאָנקורס פֿון דער מעדיצין־טעכנאָלאָגישער וועלט, געשטיצט פֿון "קאַנאָן־קאָמוניקאַציעס".
דער דעמאָקראַטישער סענאַטאָר פֿון דרום־דאַקאָטע, טים דזשאָנסאָן, וועלכער איז שיִער נישט געשטאָרבן פֿון אַ שרעקלעכן מוח־אַטאַק אין דעצעמבער 2006, האָט געניצט דעם L300 במשך פֿון זײַן שווערער, חדשים־לאַנגער פֿיזישער טעראַפּיע. זײַן גאַנג האָט זיך אַזוי פֿאַרבעסערט, אַז דעם 5טן סעפּטעמבער 2007 איז ער צוריקגעקומען צו דער אַרבעט אינעם סענאַט, און האָט באַקומען אַ שטייענדיקע אָוואַציע פֿון די מיטגלידער פֿון ביידע פּאַרטייען.
מיט צוויי יאָר צוריק איז דער אָנגעזעענער "ניו־יאָרק־פּרעספּיטעריאַן־שפּיטאָל/ווײַל־קאָרנעל מעדיצינישער צענטער", אויף איסט 68סטער גאַס אין מאַנהעטן, געוואָרן די ערשטע אינטיטוציע אין דער ניו־יאָרקער געגנט צו באַזאָרגן אירע פּאַציענטן מיטן L300. (דעם האַנט־מיטל האָט מען שוין דאָרט פֿריִער געקענט קריגן.) די פּראָגראַם האָט אַזוי אויסגענומען, אַז איצט האָט איר שוועסטער־אינסטיטוציע, דער "קאָלומביע־פּרעסביטעריאַן־שפּיטאָל", אויף 168סטער גאַס, אויך אָנגעהויבן די טעראַפּיע.
"אונדזערע פּאַציענטן זענען זייער ענטוזיאַסטיש וועגן די רעזולטאַטן," האָט דערקלערט ד״ר מײַקל אָ׳דעל, דער הויפּט פֿון קלינישע באַדינונגען אינעם אָפּטייל פֿון רעהאַביליטאַציע־מעדיצין בײַ "ווײַל/קאָרנעל". דער האַנט־מיטל האָט פֿאַרבעסערט די באַוועגונג אין זייער האַנט־געלענק און פֿינגער, און דער פֿוס־מיטל האָט פֿאַרבעסערט די באַוועגונג פֿון זייער קנעכל, און דעריבער זענען זיי געגאַנגען בעסער. דער גרעסטער אויפֿטו, האָט ער געזאָגט, איז וואָס זיי זענען געפֿאַלן אַ סך זעלטענער מיט די אַפּאַראַטן.
עס זענען דאָ עטלעכע חסרונות מיט די "נס"־טעראַפּיעס, האָט ד״ר אָ׳דעל געזאָגט. אַ קליינע צאָל מענטשן, בערך 10%, קענען נישט פֿאַרטראָגן די עלעקטרישע סטימולאַציע, און צווייטנס, מוז מען אָנהייבן די טעראַפּיע אַזוי גיך נאָכן מוח־אַטאַק ווי מעגלעך, כּדי צו פֿאַרזיכערן די בעסטע רעזולטאַטן. דערצו טויגן נישט די אַפּאַראַטן פֿאַר מענטשן וואָס לײַדן פֿון פּאַראַליז צוליב אַ פּלייצע־אָפּעראַציע, ווײַל זייער פּראָבלעם איז מיט דער פּעריפֿערישער נערוון־סיסטעם (די אָרטיקע נערוון), נישט מיט דער צענטראַלער נערוון־סיסטעם וואָס איז ענג פֿאַרבונדן מיטן מוח.
אַחוץ דעם, דאַרף מען טאָן מער פֿאָרש־אַרבעט, האָט ד״ר אָ׳דעל באַמערקט. "מיר האָבן באַמערקט, למשל, אַז נאָך דעם ווי די פּאַציענטן האָבן געטראָגן דעם H200 אַ שטיקל צײַט, באַוועגט זיך די האַנט בעסער, אַפֿילו ווען זיי נעמען אים אַראָפּ. אָבער וועט די האַנט זיך ווײַטער היילן? האָט זיך דער מוח טאַקע געענדערט? דאָס זעלבע איז מיטן L300: ס׳איז וווּנדערלעך וואָס די פּאַציענטן קענען בעסער גיין, אָבער וועלן זיי מיט דער צײַט קאָנען גיין ווי געהעריק, אויך אָן דעם? דאָס זענען זייער וויכטיקע פֿראַגעס."
אַן אַנדער וויכטיקע פֿראַגע איז וועגן דער פּרײַז. יעדער אַפּאַראַט קאָסט $6,000, וואָס איז פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן זייער שווער צו באַצאָלן. "בײַאָנעס" איז אָבער גרייט צו העלפֿן די פּאַציענטן דעקן די הוצאָות. "מיר אַרבעטן מיט יעדן פּאַציענט באַזונדער," האָט זילבערמאַן דערקלערט. "נאָך דעם ווי דער פּאַציענט קריגט דעם רעצעפּט פֿונעם דאָקטער, באַצאָלט ער $500 אַ חודש פֿאַר די ערשטע פֿיר חדשים. דערווײַל פֿאַרהאַנדלען מיר מיט זײַן געזונט־פֿאַרזיכערונג־פֿירמע עס צו דעקן. אין די פֿאַלן וווּ די פֿירמע זאָגט זיך אָפּ עס צו דעקן, העלפֿן מיר צו דעם פּאַציענט ווי ווײַט מעגלעך."
ראָבערט פֿרידמאַן, דירעקטאָר פֿון Easton Associates, אַ גלאָבאַלע קאָנסולטאַציע־פֿירמע פֿון געזונט־באַדינונג־ענינים, האַלט, אַז "בײַאָנעס" זעט אויס ווי ס׳קאָן האָבן אַ גוטע צוקונפֿט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. "ס׳איז אמת, אַז ס׳איז נישטאָ גענוג קלינישע אינפֿאָרמאַציע, אָבער דאָס איז ווײַל יענע פּראָבעס קאָסטן זייער אַ סך," האָט פֿרידמאַן געזאָגט. "דער עיקר, אין אַזאַ פֿאַל, איז דער נאָמען. ווען ביל גייטס שטיצט עפּעס, ווייסט מען, אַז ס׳וועט זײַן גרויס. דאָס זעלבע מיט אַלפֿרעד מאַן. ער איז זייער אַ הצלחהדיקער אונטערנעמער אין דער וועלט פֿון מעדיצינישער טעכנאָלאָגיע. בײַ די מבֿינים, האָט דער נאָמען ׳אַל מאַן׳ פּונקט אַזאַ שם ווי גייטס."