- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 1999 איז מײַן בוך אַרויס אין דעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעטישן פֿאַרלאַג, און פֿון דעמאָלט אָן באַקום איך יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ באַריכט און צומאָל עטלעכע גראָשן פֿאַר די קאָפּיעס, וואָס זיי האָבן פֿאַרקויפֿט. ניט לאַנג צוריק איז אָנגעקומען דער הײַיאָריקער באַריכט, אין וועלכן ס'איז געשטאַנען געשריבן, אַז עס קומט מיר פֿון זיי אַזש 56 פּענס. אמת, זיי וועלן עס מיר דערווײַל ניט באַצאָלן, נאָר צוּוואַרטן עס זאָל זיך אָנזאַמלען אַ סומע ניט ווייניקער פֿון 20 פֿונט. הקיצור, וועל איך מוזן, נעבעך, דערווײַל ציִען די חיונה פֿון אַנדערע קוואַלן. פֿונדעסטוועגן, איז עס לײַטיש — צו לאָזן מיר וויסן, אַז איך קען האָבן אַ פֿינאַנציעל-פֿאַרזיכערטע צוקונפֿט. האָב איך אַ קוק געטאָן, פֿון וואַנען עס שטאַמען די 56 פּענס. לאָזט זיך אויס, אַז דאָס איז מײַן חלק פֿונעם רווח, וואָס דער פֿאַרלעגער האָט געהאַט באַקומען פֿון אַן אינטערנעץ-לייענער. ס'איז דאָ אַזאַ עלעקטראָנישע ביבליאָטעק, www.questia.com, וווּ מע קען האָבן — פֿאַר אַ באַשיידענער סומע געלט — אַ צוטריט צו טויזנטער ביכער און צײַטשריפֿטן. אַ מענטש קען זיצן בײַם עקראַן פֿון זײַן קאָמפּיוטער און האָבן הנאה פֿון אַ בוך. די 56 פּענס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ קאָמישע סומע, אָבער זי שפּיגלען אָפּ די לײַטישקייט פֿונעם געשעפֿט. עס קען דאָך זיך מאַכן אַ יאָר, וואָס וועט ברענגען אַ גערעטעניש פֿון עטלעכע טשודאַקעס, וועלכע וועלן איבערלייענען מײַן בוך. וועל איך אפֿשר פֿאַרדינען אויף אַ פֿלעשל ווײַן. מיר דאַכט זיך, אַז אַזוי לײַטיש מוז זיך אויפֿפֿירן יעדער געשעפֿט, וואָס האַנדלט מיט אַזאַ מין סחורה. איך האָב געעפֿנט אויף טשיקאַוועס דאָס וועבזײַטל פֿון דעם ייִדישן ביכער-צענטער, www.yiddishbookcenter.com. פֿריִער בין איך געווען זיכער, אַז זיי קאָפּירן עלעקטראָניש און פֿאַרקויפֿן דערנאָך נאָר אַלטע ביכער, וועלכע האָבן שוין ניט דעם "קאָפּירײַט". אָבער דער קאַטאַלאָג האָט געוויזן אַ מעגלעכקייט צו באַשטעלן ניט נאָר שמ"רס צי אײַזיק-מאיר דיקס עלעקטראָניש-קאָפּירטע ביכער, נאָר אויך ווערק פֿון איצטיקע מחברים, אַרײַנגערעכנט מײַן זאַמלונג דערציילונגען (אַרויס מיט צוואַנציק יאָר צוריק אין מאָסקווע) און אַ בוך פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער. מיר איז אינטערעסאַנט, צי איך וועל באַקומען עטלעכע גראָשן (סתּם ווי אַ סימן פֿון לײַטישקייט), אויב עס וועט זיך געפֿינען אַ בעלן צו קויפֿן די זאַמלונג פֿון מײַנע דערציילונג. צי עמעצער פֿון די מחברים האָט פֿון זיי שוין געהאַט באַקומען אַזעלכע מתּנות? איך האָב ניט קיין זיכערן ענטפֿער, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז מע קען זיך אויף דעם ביכער-צענטער פֿאַרלאָזן, ווײַל דאָס אויטאָביאָגראַפֿישע בוך — מיט אַ פֿיל-זאָגנדיקן נאָמען Outwitting History: How a Young Man Rescued a Million Books and Saved a Vanishing Civilization — פֿון אַהרן לאַנסקי, דעם לעגענדאַרן דירעקטאָר פֿונעם צענטער, דערלויבט ניט קיין פֿרײַען צוטריט צו זיך אויפֿן וועבזײַטל book.google.com. איך זע עס ווי אַ גוטן סימן: טאָמער אַ מענטש (אַהרן לאַנסקי) האָט אַזאַ דרך-ארץ צו זײַנע אייגענע רעכט, האָט ער (און זײַן אינסטיטוציע) בלי-ספֿק אַן אָפּשײַ צו אַנדערע מחברים אויך. דעריבער וועל איך שלאָפֿן רויִק. בכלל, דער ביכער-מאַרק לעבט איבער אַ גוואַלדיקע טעכנאָלאָגישע רעוואָלוציע. אין גאַנצן מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט מען געדאַרפֿט (לכל-הפּחות אין מאָסקווע) האָבן צו טאָן מיט לינאָטיפּן. אַגבֿ, אויף אַ לינאָטיפּ איז אויסגעזעצט געוואָרן דאָס ביכל מײַנס, וואָס דער ייִדישער ביכער-צענטער האָט קאָנווערטירט (כ'דאַנק זיי פֿאַר דעם) אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם. איצט ווייס איך ניט, צי לינאָטיפּן זײַנען נאָך ערגעץ פֿאַרבליבן, סײַדן אין אַ מוזיי. די פֿאַרלעגערישע אינדוסטריע לייגט איצט פֿאָר אַ פֿרישע טעכנאָלאָגישע נאָווינע, דהײַנו: אַ קונה קען אַרײַנגיין אין אַ ביכער-געשעפֿט און, טאָמער אַ בוך געפֿינט זיך ניט אויף די פּאָליצעס, וועט עס גלײַך פּראָדוצירט ווערן. אויף ענגליש רופֿט מען עס print on demand, וואָס מיינט "דרוקן לויט באַשטעלונגען". מע נוצט אַזאַ סיסטעם פֿאַר צוויי צילן. ערשטנס (און עד-היום איז עס מער פֿאַרשפּרייט), פֿאַר נײַע ביכער, וועלכע האָבן ניט געפֿונען קיין הויפּטשטראָמיקן פֿאַרלעגער, באַשליסן אַ סך מחברים אין דעם פֿאַל אַרויסצוגעבן זייערע ווערק ווי "סאַמאיזדאַט". צווייטנס, הייבט מען אָן די נײַע טעכנאָלאָגיע צו נוצן פֿאַר דרוקן די ביכער, וועלכע מע האָט שוין פֿאַרקויפֿט. אַזאַ צוגאַנג דערלויבט צו בײַטן דעם גאַנצן פֿאַרלעגערישן פּראָצעס — צו דרוקן תּחילת נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל קאָפּיעס און זיך פֿאַרלאָזן ווײַטער אויף דער רעאַקציע פֿונעם מאַרק. אין ענגלאַנד, וועלן די ערשטע מאַשינעס פֿאַר "אַליין-דרוקן" זיך באַווײַזן אין די ביכער-קראָמען פֿון "בלעקוועל", וואָס איז איינער פֿון די עלטסטע און גרעסטע ביכער-געשעפֿטן אין לאַנד. טאָמער דער קונה וועט געפֿינען אַ נייטיקן טיטל אין דעם זכּרון פֿון דער מאַשין, וועט אין זיבן מינוט אַרום זײַן פֿאַרטיק אַ קאָפּיע, אין אַ ווייכן אײַנבונד. הקיצור, אַז מע לעבט, דערלעבט מען ביז משיחס צײַטן. |