פּאָליטיק

גרוזינישע ווײַנען פֿאַרקויפֿט מען ניט, בדרך-כּלל, אין געוויינטלעכע מערבֿדיקע געשעפֿטן. אין ניו-יאָרק, לאָנדאָן, תּל-אָבֿיבֿ צי בערלין קען מען עס זייער גרינג קריגן אין די רוסישע קראָמען. האָב איך ניט לאַנג צוריק טאַקע געקויפֿט אַ פֿלעשל "קינזמאַראַולי" — איך האָב זיך דערמאָנט, אַז מיט אַזאַ ווײַן האָט מען זיך פּאָסמאַקעוועט אויף אונדזער חתונה, וואָס איז געווען אין מאָסקווע מיט אַריבער דרײַ יאָרצענדליק צוריק. אָבער איצט, נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס, איז געווען מאָדנע צו טרינקען דעם דאָזיקן ווײַן. עס האָט אַ טעם, וואָס איז זייער ספּעציפֿיש צי אַפֿילו אויסטערליש און איז אויסגערעכנט אויף די יחידי-סגולה וואָס האָבן עס ליב.

קאָנדאָליזאַ רײַס, די איצטיקע מלכּה פֿון דער אַמעריקאַנער אויסערן-פּאָליטיק, קויפֿט ניט קיין ווײַן אויף ברײַטאָן-ביטש. קיין חידוש ניט, אַז קיין גרוזינישן ווײַן האָט זי ביז ניט לאַנג צוריק ניט פֿארזוכן. אַמת, ס'בלײַבט ניט קלאָר, וואָס מע האָט געשטעלט אויפֿן טיש, ווען זי איז געווען צוגאַסט אין גרוזיע. אַזוי צי אַזוי, האָט זי לעצטנס, סוף-כּל-סוף, געהאַט די געלעגנהייט צו פֿארזוכן דעם טעם פֿון "קינזמאַראַולי", פֿון אַ גערעטעניש צונויפֿגעקליבן אין יאָר 2005. געווען איז עס בעת דער וועטשערע, מיט וועלכער דער פּוילישער אויסערן-מיניסטער ראַדאָסלאַוו סיקאָרסקי האָט זי געהאָדעוועט אין וואַרשע, נאָך דעם ווי מע האָט אונטערגעשריבן דעם אַמעריקאַנער-פּוילישן אָפּמאַך וועגן די ראַקעטן "פּעטריאָט". כּמעט אַ מאה אַזעלכע ראַקעטן וועלן זיך אין די קומענדיקע יאָרן באַווײַזן אויף דער פּוילישער טעריטאָריע.

די אונטערהאַנדלונגען וועגן דעם ענין האָבן געדויערט גאַנץ לאַנג. אַ סך טעכנישע פּרטים פֿון דעם טײַערן פּראָיעקט בלײַבן ניט קלאָר. די פּוילישע באַפֿעלקערונג איז אויך צעטיילט, ווײַל די אַמעריקאַנער ראַקעטן אויף זייער ערד קענען אַרויסרופֿן אַ רעאַקציע בײַ דעם רוסישן מיליטער, דהײַנו: די רוסישע ראַקעטן וועלן אָנגעצילט ווערן אויף פּוילן.

די פֿינף-טאָגיקע מלחמה אין קאַווקאַז האָט אונטערגעיאָגט דעם פּוילישן צד. אָבער צי מע קען קען עס אָפּשאַצן ווי אַ נצחון פֿון דער מערבֿדיקער דיפּלאָמאַטיע? צי איז די וועלט געוואָרן בעסער נאָך אָט דעם אָפּמאַך? דעם ריכטיקן ענטפֿער וועט, פֿאַרשטייט זיך, געבן די געשיכטע, אָבער שוין איצט הערט מען ניט ווייניק סקעפּטישע צי סתּם נעגאַטיווע מיינונגען. די רייד גייט דאָ ניט וועגן די רוסישע קאָמענטאַרן, אָבער וועגן די מערבֿדיקע אַנאַליטיקער, וועלכע זײַנען ווײַט פֿון פּראָ-רוסישקייט, אָבער האַלטן, אַז דער אָפּמאַך וועט נאָך ברענגען אַ סך קאָפּווייטיקן.

שוין איצט פֿילט מען אַן אָפּקלאַנג אין פֿאַרשיידענע רעגיאָנען פֿון דער וועלט, אַפֿילו לעבן די אַמעריקאַנער גרענעצן. רוסלאַנד מאַכט ניט קיין סוד פֿון די פּלענער צו אַנטוויקלען מיליטערישע פֿאַרבינדונגען מיט קובאַ. דער "אינדזל פֿון פֿרײַהייט" זעט מען ווי אַן אָרט, וווּ עס לוינט צו באַזירן די רוסישע פֿליִענדיקע טאַנקערס, וועלכע דערלויבן די סטראַטעגישע באָמבאַרדיר-עראָפּלאַנען צו האַלטן זיך שעהענווײַז אין דער לופֿט. וועגן אַזאַ מעגלעכקייט האָט מען לעצטנס שוין ניט איין מאָל גערעדט און געשריבן. כאַראַקטעריש, אַז מיט אַ וואָך צוריק האָט מיר אין בערלין וועגן אַזאַ טראַנסאַטלאַנטישער סטראַטעגיע דערציילט אַ באַריידעוודיקער טערקישער פֿריזירער, וועלכער האָט, בכלל, געקליבן נחת פֿון די רוסן און זייער מוסקולן-און-חוצפּה-דעמאָנסטראַציע, ווײַל "ווער נאָך, אויב ניט רוסלאַנד, וועט אָפּשטעלן די אַמעריקאַנער אין זייער עקספּאַנסיע?".

נאָך מער אומרויִקע מחשבֿות רופֿט אַרויס די מעגלעכקייט פֿון ווידערקלאַנגען אין די מדינות, וואָס געפֿינען זיך בשכנות מיט ישׂראל. באַזונדערס געפֿערלעך קלינגען די פּלענער פֿון נאָענטער מיליטערישער קאָאָפּעראַציע צווישן רוסלאַנד און סיריע. אָט די פּלענער ברענגען אַרײַן דאָס פּאָסקודנע ווינטל פֿון "אַלטע גוטע צײַטן" פֿון דער קאַלטער מלחמה, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט ברייטהאַרציק געשטיצט, בתוכם מיליטעריש, אַלע אַנטי-אַמעריקאַנער און אַנטי-ישׂראלדיקע כּוחות.

שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ישׂראל האָט זיך, אַ פּנים, באַנאַרישט אין דער אינטענסיווער מיליטערישער קאָאָפּעראַציע מיט גרוזיע. צוליב וואָס האָט מען עס געדאַרפֿט האָבן? גרוזיע, וואָס ווערט געלויבט ווי אַ דעמאָקראַטישע מלוכה, ווײַזט דאָך אוי אַרויס קלאָרע סימנים פֿון מיליטאַנטישן — און אַפֿילו היסטערישן — נאַציאָנאַליזם. די גרוזינישע סטראַטעגיע, מישטיינס געזאָגט, פֿון אומקערן בגוואַלד די צוויי עטנישע טעריטאָריעס, דרום-אָסעטיע און אַבכאַזיע, האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין די רוסיש-ישׂראלדיקע באַציִונגען. הגם די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע מאַכט ניט (דערווײַל) צו אַ גרויסן וועזן פֿון די ישׂראלדיקע מיליטערישע קאָנסולטאַנטן (בפֿרט, מצד דעם גענעראַל גל הירש), דעם ישׂראלדיקן געווער אין דער גרוזינישער אַרמיי, און די צוויי העברעיִש-רעדנדיקע מיניסטאָרן אין סאַאַקאַשוויליס רעגירונג, מאַכט עס אַלץ ניט האַרציקער די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל.

אין באָריס יעלצינס צײַטן האָט זיך געדאַכט, אַז די וועלט איז באמת געוואָרן רויִקער. לכל-הפּחות אין דעם זין, וואָס ס'איז פֿאַרשוווּנדן די סאָוועטיש-מערבֿדיקע קאָנפֿראָנטאַציע. עס זײַנען דעמאָלט געווען צוויי מעגלעכע סטראַטעגיעס פֿון האַנדלען מיט רוסלאַנד: אָדער אינטעגרירן עס אין דער מערבֿדיקער וועלט, אָדער "שטעלן רוסלאַנד אויפֿן אָרט". ניט געקוקט אויף אייניקע הצלחהדיקע שריט אין דער ריכטונג פֿון אינטעגראַציע, האָבן פֿונדעסטוועגן דאָמינירט די אידעען פֿון קאָנפֿראָנטאַציע. איצט געניסט מען פֿון די פֿרוכטן פֿון אָט דער מי, וועלכע איז באַזירט אויף אַ בינאַרן, שוואַרץ-ווײַסן בילד פֿון דער וועלט.