קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די בילדער־אויסשטעלונג אין נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון ירושלים — אַריבער פֿופֿציק ווערק פֿון באַרימטע מײַסטער — איז געווען אַ קולטור־מאַניפֿעסטאַציע פֿון אַ פּרעצעדענטלאָזן כאַראַקטער. לאַנגע חדשים האָט די אויסשטעלונג געצויגן מאַסן באַזוכער. שוין דער פֿראַגע־צייכן אַליין — "וועמען געהערן די בילדער?" — האָט דעם עולם אינטריגירט און אים געבראַכט צו אַ באַזוך: מען האָט געזוכט אַ תּשובֿה אויף דער פֿראַגע.

הקיצור, די אויסשטעלונג האָט באַהאַנדלט דעם קונסטרויב פֿון די נאַציס בײַ ייִדן אין פֿראַנקרײַך.

* * *

כּידוע, האָבן די נאַציס געהאַט פֿאַר אַ ציל, די ייִדן נישט נאָר אָפּצומעקן פֿון דער וועלט, אלא זייער האָב־און־גוטס אויך צו ירשענען. מילא, די רײַכע קולטור־אוצרות, וועלכע זענען אײַנגעשטאַנען אין די פֿאַרמעגלעכע ייִדישע היימען, די בילדער פֿון מײַסטער וואָס האָבן באַשײַנט ייִדישע שטיבער, דאָס דאָזיקע האָט געשטאָכן אין די אויגן פֿון די נאַצישע גדולים, אין זיי אָנגעצונדן אַ ווילדע קינאה — ווי דערלעבט מען שוין די שעה דאָס אַלץ צו "ירשענען"!..

בזמן השואה האָבן די נאַציס שוין אַלע קונסט־חפֿצים בײַ ייִדן צוגעראַבעוועט. די גדולי־הנאַצים זענען געווען גרויסע בעלנים אויף קונסטווערק. אַ גרויסער בעלן אויף בילדער איז געווען דער רײַכסמאַרשאַל הערמאַן גערינג. פֿאַכקענער פֿלעגן מיט "איבערצײַגנדיקע מיטלען פּועלן" בײַ די גאַלעריע־אייגנטימער (די ייִדישע גאַלעריעס האָט מען גאַנץ שנעל פֿאַרמאַכט) און בײַ קאָלעקציאָנערן זיי זאָלן זייערע וויכטיקע קונסטווערק "פֿאַרקויפֿן" דעם מאַרשאַל גערינג... און, אַז מען האָט שוין "געמעגט" — דאָ האָבן זיך די דײַטשישע מיליטער־לײַט שוין נישט געקווענקלט: אַראָפּגענומען פֿון ייִדישע ווענט בילדער און זיי געשיקט "מתּנות" אין דער הײַמאַט.

ס'ווערט אָנגעוויזן, אַז אין פֿראַנקרײַך האָבן די נאַציס צוגעראַבעוועט בײַ ייִדן זעכציק טויזנט פֿאַרשיידענע קונסט־חפֿצים.

דעם ערשטן וווּנק צו ראַבעווען קונסטווערק, קאָן מען זאָגן, האָט געגעבן היטלער אַליין. און אָט, וועט איר הערן: מען דערציילט, אַז ווען היטלער יש"ו איז געוואָרן דער באַלעבאָס אין דײַטשלאַנד, איז איידער ער האָט אונטערגעצונדן די וועלט, איז אין דעם קאָפּ פֿון דעם נישט־דערבאַקענעם מאָלער, דעם מעגאַלאָמאַן, געבוירן אַ "גאונישער" געדאַנק! אַ קינסטלער צו ווערן, האָט היטלער טאַקע נישט דערלעבט, אָבער אַ מוזיי אויף זײַן נאָמען — דאָס האָט ער געוואָלט האָבן! איז ער געקומען פֿאַר די שפּיצן פֿון נאַציזם מיט אַ דעה: לינץ, זײַן געבוירן־שטאָט אין עסטרײַך, מוז ווערן די קרוינשטאָט פֿון קונסט אין "דריטן רײַך". ובֿכן, זאָל דאָרט ווערן אויפֿגעשטעלט אַ גרויסער שלאָס פֿאַר אַ "מוזיי פֿון פֿירער", און זאָלן דאָרטן אײַנגעזאַמלט ווערן די וויכטיקסטע קונסט־חפֿצים פֿון אייראָפּע. אַלזאָ, אויפֿן באַפֿעל פֿון "פֿירער" האָט מען שוין אין געהיים מאָביליזירט די וויכטיקסטע קונסטקענער פֿון דײַטשלאַנד און זיי באַפֿוילן אויפֿצושטעלן רשימות פֿון קונסטווערק, וועלכע זענען "זײַט 1500" אַרויס פֿון דײַטשלאַנד קיין אייראָפּע. דאָס אַלץ מוז איצטער קומען צוריק אין דער "הײַמאַט" — דאָס אַלץ מוז ווערן אויסגעשטעלט אין "מוזיי פֿון פֿירער"!

היטלערס רויב־באַפֿעל האָבן די נאַציס צום ערשטן מאָל אויסגעפֿירט בעת זייער אינוואַזיע אין עסטרײַך אין יאָר 1938. דער הויכפּונקט פֿון רויב בײַ ייִדן איז דערגאַנגען בעתן חורבן, ווען די נאַציס האָבן די ייִדן געמאָרדעט און זיי געירשנט... און איצט, ווען דער כּלי־זיין פֿון די אַליִיִרטע כּוחות האָט צעטראָטן די ווילדע נאַצישע בעסטיע — האָט די וועלט דערזען דעם גיגאַנטישן מאַסשטאַב פֿון נאַצישן רויב!

נאָך אַ צײַט פֿון זאַמלען און קאַטאַלאָגירן די געראַבעוועטע חפֿצים, האָט מען זיך אַרומגעקוקט, אַז — ליידער, ליידער — נאָך דער שחיטה פֿון זעקס מיליאָן ייִדן אין אייראָפּע איז גאָרנישט לײַכט צו געפֿינען אַ לעגאַלן באַלעבאָס אויפֿן רויב... נו, האָט מען דערווײַל די רעליגיעזע חפֿצים אויסגעטיילט צו שילן און ייִדישע מוזייען און ווײַטער... געוואַרט...

סוף־כּל־סוף, נאָך יאָרן זענען פֿאַרבליבן, בלויז אין פֿראַנקרײַך, בײַ די צוויי טויזנט רויב־חפֿצים וואָס האָבן געוואַרט מען זאָל זיי קומען אָפּנעמען. דאָ האָבן שוין די פֿראַנצויזישע קונסט־אינסטאַנצן דערווײַל, די טיכטיקסטע קונסטווערק, פֿאַרטיילט צווישן די נאַציאָנאַלע מוזייען איבערן לאַנד. נו, איז דאָך אָבער די מעשׂה, אַז אַזאַ האַנדלונג איז שוין גאָרנישט קיין יושרדיקע...

איצטער נאָך יאָרן האָט אַ ספּעציעלע פּאַרלאַמענטאַרישע קאָמיסיע (אין 1997) אָנגענומען אַ מער יושרדיקע לייזונג, בכדי די געראַבעוועטע נאַצישע קונסטווערק זאָלן בלײַבן בײַ ייִדן — איינער פֿון די פּרוּוון צו געפֿינען יורשים איז די אויסשטעלונג אין ירושלים.

* * *

אויף דער אויסשטעלונג אין ירושלים האָט מען געזען, ווי געזאָגט, בילדער פֿון אַ גאַנץ הויכן קינסטלערישן ווערט. די עטלעכע פֿופֿציק בילדער, מינימאַלער פּראָצענט פֿון נאַצישן רויב בײַ ייִדן, זענען געווען ס'רובֿ אייראָפּעיִשע גרויסע מײַסטער, ווי למשל, דער פֿראַנצויז שאַרדען (1699־1799) — דער מאָלער פֿון שטיל־לעבן און דער פֿראַנצויז ענגער (1780־1867). געווען אויך אַ בילד פֿון מאַקס ליבערמאַן (1847־1935), דעם ייִדיש־דײַטשישן מײַסטער פֿון אימפּרעסיאָניזם: און אויך שאַפֿונגען פֿון קלענערע מײַסטער פֿון דער אייראָפּעיִשער מאָלערײַ — ייִדן און ניט־ייִדן.

נאָך מער, ווי זעכציק יאָר נאָך אונדזער וויסטן חורבן זאָל זיך געפֿונען אַ לעגאַלער יורש אויף איינס פֿון די אויסגעשטעלטע בילדער, איז אַ גרויסער ספֿק... ירשענען דעם קאָסטבאַרן קונסט־אוצר וועלן שוין וואַרשײַנלעך די ייִדישע מוזייען. און דאָך איז כּדאַי געווען די אויסשטעלונג אײַנצואָרדענען (זי ווערט, אַגבֿ, איבערגעחזרט איצט אין ייִדישן מוזיי פֿון פּאַריז). אַדרבא — זאָל די וועלט אָנקוקן און זען, ווידער און ווידער, די "שיינע" מעשׂים פֿון די נאַציס! — געמאָרדעט ייִדן האָבן זיי און זיי געירשנט!

דאָס דאָזיקע איז נישט צו פֿאַרגעסן. דאָס דאָזיקע טאָר מען ניט פֿאַרגעסן!

און דאָך, אָרגאַניזירן די אויסשטעלונג איז געווען אויך כּדאַי, מחמת זי איז אַ בולטער עדות פֿון ייִדישן קולטור־געשמאַק. מען דאַרף באַטאָנען — דער ייִד, ווי נאָר ער האָט גענומען טועם זײַן פֿון דער וועלטלעכער קולטור, איז ער גלײַך געוואָרן אַן אוהבֿ קונסט.

מען דערציילט, אַז שוין דער עלטער־זיידע (פֿון דער מאַמעס זײַט) פֿון מוזיקער פֿעליקס מענדעלסאָן (1809־1847), מיטן נאָמען דניאל איציק (1723־1799) — ער האָט שוין באַשײַנט זײַן הויז מיט אַ בילד פֿון ראַפֿאַעל (1483־1520), דעם מײַסטער פֿון איטאַליענישן רענעסאַנס.

איצט אין 19טן יאָרהונדערט פֿלעגט די קונסט אָפֿטער שוין אַרײַנקומען אין ייִדישע היימען פֿון מערבֿ־אייראָפּע: אין אַ גרויסער מאָס פֿון קינסטלער וועלכע האָבן געזוכט פֿרישע מאָלערישע וועגן. אַן עדות אויפֿן געזאָגטן איז דער פּיקאַנטער פֿאַל, וואָס איז זיך פֿאַרלאָפֿן מיט אַ בילד פֿון פֿראַנצויזישן מײַסטער מאַנע (1832־1883), וועלכער האָט געהאַלטן, אַז ס'איז וויכטיקער צו מאָלן אַ באַנאַלן אָביעקט פֿון טעגלעכן געבוירן, ווי מאָלן אַ פֿאַנטאַסטיש־היסטאָרישן פֿאַל פֿון אַלט־אַלטע צײַטן. אָט איז דער פֿאַל — אין 1880 האָט מאַנע אויסגעמאָלט, אויף אַ שוואַרצן פֿאָן אַ באַליכטיקט־העל בינטל ספּאַראַגוסן, וואָס שפּאַרן אָן אין טונקל־גרינע בלעטער. ווען דאָס דאָזיקע בילד האָט זיך באַוויזן אין דער עפֿנטלעכקייט, נו־מאַ, האָט זיך געמאַכט אַ שטורעם אין דער פּאַטענטירטער קריטיק — אַ שטורעם פֿון חוזק און שפּאָט... — "דער דאָזיקער מאַנע איז ממש אַ 'גאון'!... ער האָט דאָס אַ ביסל אַן 'אינווענץ'! טוט נאָר אַ קוק דעם 'שעדעווער' וואָס ער האָט דאָ צונויפֿגעשטעלט... דער־אָ אומפֿאַרשעמטער מאָלער?! וועלכער לײַטישער מענטש, וועלכער זאַכלעכער קונסט־אַמאַטאָר וועט די־אָ באַנאַליטעט אַרײַננעמען אין שטוב אַרײַן?"

די פּאַטענטירטע קריטיק האָט געפֿײַערט מיט שפּאָט און פֿאַראַכטונג.

מאַכט זיך, אַז איינער אַ פּאַריזער קאָלעקציאָנער מאַחינו־בני־ישׂראל, בשם שאַרל עפֿרוסי, אַ חסיד פֿון אַ נײַ וואָרט אין דער מאָלערײַ, ער דווקא האָט געקויפֿט דאָס בילד פֿון מאַנע: און אויף אַ הוספֿה האָט ער באַצאָלט אַ פֿיל העכערן פּרײַז ווי דער קינסטלער האָט פֿאַרלאַנגט צו אים, זעט איר, האָט דאָס ליכטיקע פּשטות פֿון בינטל ווײַסע אַספּערזשן אויף גרינע בלעטער מער גערעדט, ווי די אַלע פּאָמפּעזע בילדער פֿון דער "הויכער" קונסט. חוץ דעם, האָט אים סתּם אויפֿגערודערט די חוצפּה פֿון וועלן באַגרענעצן די פֿרײַהייט פֿון קינסטלער.

מאַנע, אַ גערירטער פֿון עפֿרוסיס זשעסט, האָט אין אַ טאָג בײַ אים אָנגעקלאַפּט אין דער טיר:"זײַט מיר מוחל, טײַערער פֿרײַנד! ס'איז געשען אַ פֿאַרדריסלעכער 'טעות'... אין דעם בינטל אַספּערזשן, אינעם בילד, וואָס איר האָט אין דער היים, האָב איך פֿאַרפֿעלט צולייגן נאָך אַן אַספּערזש... אַזאַ טעות, האַ?! זײַט מיר מוחל! אָט, ברענג איך אים אײַך אָפּ, אין אַ צווייט בילד, דאָס מאָל אויף אַ ווײַס־העלן פֿאָן".

אַגבֿ, עפֿרוסי איז נישט דער איינציקער ייִדישער אוהבֿ קונסט וואָס שטיצט קינסטלער פֿון אַ מער מאָדערנעם וועג. די אויסשטעלונג פֿון ירושלים איז אַן עדות, אַז אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט זענען פֿאַראַן שפּאָרע ייִדישע חסידים פֿון קינסטלער, וואָס זענען אַוועק מיט נײַע וועגן.

געווען אין 19טן יאָרהונדערט אַ פֿראַנצויזישער ייִד, אַן עמיגראַנט פֿון טערקײַ, איזאַק קאָמאַנדאַ, האָט ער געהייסן. ער האָט אָנגעזאַמלט אַ קאָלעקציע פֿון זעקס און פֿופֿציק בילדער פֿון די "אימפּרעסיאָניסטן". פֿאַרן טויט האָט ער זײַן גרויסע קאָלעקציע פֿון "אימפּרעסיאָניסטן" אַוועקגעשענקט זקאָמאַנדאַ איז געווען אַ גרויסער עוסק קונסט. ער האָט געשאַפֿן די געזעלשאַפֿט "פֿרײַנד פֿון לוּוור", וואָס עקזיסטירט ביז הײַנט.

איצטער, אין 20סטן יאָרהונדערט זענען פֿאַראַן אַ סך ייִדן — קאָלעקציאָנערן און גאַלעריע־באַלעבאַטים — וואָס שטיצן אַלע נײַע "איזמען" פֿון יאָרהונדערט.

* * *

הכּלל, די נאַציס האָבן געטראַכט די ייִדן אויסצוהרגענען און זיי ירשענען... מיר האָבן זיך אָבער צוריקגעשטעלט אויף די פֿיס. און זיי אויף צולהכעיס, טוען מיר שפּאַנען מיט וועגן פֿאָרויס.