פּובליציסטיק
אייבי נאַטאַן אין ראַדיאָ־סטאַנציע “קול השלום
אייבי נאַטאַן אין ראַדיאָ־סטאַנציע “קול השלום

“ער האָט ליב געהאַט דאָס לעבן, ער האָט ליב געהאַט מענטשן און ער האָט ליב געהאַט דעם שלום".

מיט אָט דער טרעפֿלעכער כאַראַקטעריסטיק האָט דער פּרעמיער אהוד אָלמערט מספּיד געווען דעם מיטאָלאָגישן שלום־קעמפֿער אייבי נאַטאַן, וועלכער איז פֿאָריקע וואָך געשטאָרבן אין עלטער פֿון 81 יאָר. ער איז געשטאָרבן אין טיפֿער איינזאַמקייט — אָבער ווי עס טרעפֿט גאַנץ אָפֿט מיט מענטשן, וואָס האָבן זייער לעבן געווידמעט דער מענטשהייט און איר אַ סך געגעבן, איז אויך אייבי נאַטאַן געוואָרן פֿאַרלאָזט און פֿאַרגעסן אויף דער עלטער, ווען ער האָט שוין נישט געהאַט מער וואָס צו געבן דעם פֿאָלק און דער מענטשהייט. נאָכן טויט האָבן אים מספּיד געווען מיט גרויס לויב און מיט דער העכסטער אָנערקענונג דער מדינה־פּרעזידענט, דער פּרעמיער־מיניסטער און אַ סך אַנדערע “הויכע לײַט", און צו דער לוויה זײַנען, נישט געקוקט אויף דער שווערער, פֿײַכטער היץ, געקומען הונדערטער פֿון זײַנע חבֿרים און פֿאַרערער פֿון דעם ברויזנדיקן “אַמאָל". אויך מיט אַ יאָר צוריק האָט זיך “דער ציבֿור" אין אים דערמאָנט, ווען זיי האָבן אים, אַ האַלב־פּאַראַליזירטן אויף זײַן רעדער־שטול, געוווּנטשן אַריכת־ימים צו זײַן אַכציקסטן געבוירן־טאָג, און אויף צו מאָרגנס ווידער אין אים פֿאַרגעסן.

אין דער אמתן איז זײַן קול, די “שטימע פֿון שלום", אַנטשוויגן געוואָרן שוין מיט 15 יאָר צוריק, ווען ער האָט אַראָפּגעלאָזט צום גרונט פֿון ים און געלאָזט דערטרינקען אין אים זײַן אויסגעמאַטערטע, אַלט־צעטראַסקעטע און קוים נאָך לעבנדיקע “שלום־שיף" מיט איר “פּיראַטישער" ראַדיאָ־סטאַנציע “קול השלום" — דאָס קול פֿון שלום, וואָס האָט קרובֿ דרײַסיק יאָר אַגיטירט פֿאַר שלום פֿון אויסער די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל.

דאָס האָט ער זיך “געזעגנט" מיט איר גלײַך נאָך דעם ווי עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן די האָפֿענונגספֿולע היסטאָרישע דעקלאַראַציע וועגן דער איבערבעטונג צווישן די צוויי אויסגעבלוטיקטע פֿײַנט, די ייִדן און די פּאַלעסטינער, און אויף דעם גראָז־פֿעלד אין פֿראָנט פֿון דעם “ווײַסן הויז" זײַנען געחתמעט געוואָרן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ. ער האָט אָבער דערמיט נישט געהאַט פֿאַרענדיקט זײַן פֿרײַוויליקע שליחות לטובֿת דעם שלום און לטובֿת דער מענטשהייט. נאָך פֿון פֿריִער האָט ער זי אויסגעברייטערט און איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט, מאָביליזירט מאַטעריעלע הילף פֿאַר די קרבנות פֿון כּלערליי מענטשלעכע פּלאָגן און פֿון נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס, די פֿון נויט און פֿון הונגער פֿאַראומגליקטע אין ביאַפֿראַ און אין אַנדערע ערטער אין אַפֿריקע, ביז די קרבנות פֿון די ערד־ציטערנישן אין ווענעזועלע, אין דרום־אַמעריקע. און אַוודאי אין ישׂראל, וווּ ער האָט געזאָרגט פֿאַר הונגעריקע קינדער און אַלטע אָרעמע לײַט. וווּ נאָר עס איז נייטיק געווען, האָט ער געשאָנקען זײַן מאַטעריעלע הילף און זײַן אָרגאַניזאַציאָנעלע דערפֿאַרונג.

* * *

אין די סוף־דעצעמבער טעג פֿון יאָר 1977, זעקס וואָכן נאָך דעם היסטאָרישן “שלום־דעסאַנט" פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט אין ירושלים, האָב איך אים געזען אַ שטראַלנדיקן פֿון שׂימחה אין קאַיִר, און גאָר באַזונדערס דעם 25סטן און דעם 26סטן דעצעמבער אין איסמאַיִליע, וווּהין מנחם בעגין איז געקומען זיך טרעפֿן מיט סאַדאַטן, און אין אַ גרויסן געצעלט איז נאָך די געשפּרעכן פֿון די צוויי מנהיגים פֿאָרגעקומען די פּרעסע־קאָנפֿערענץ פֿאַר די צײַטונגס־קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער גאָרער וועלט. אייבי נאַטאַן האָט זיך דאָרט געפֿילט ווי דאָס וואָלט געווען זײַן נצחון, דער נצחון פֿון דעם גאַנג צום שלום, פֿון וועלכן ער איז געווען דער פֿאָרגייער.

איך האָב אים אויך געזען אין אַן אַנדער געמיט־צושטאַנד, הגם פֿול מיט גלויבן און האָפֿענונג, מיט מער ווי אַ צענדליק יאָר פֿריִער, אַ קורצע צײַט פֿאַר יענעם ריזיקאַלישן אַקט פֿון אָט דעם “פֿאָרגייער" — דעם אַקט, וואָס האָט אים געמאַכט באַרימט ווי דעם “גיבֿור פֿון שלום". דעמאָלט האָב איך אים באַגעגנט אין תּל־אָבֿיבֿ עסנדיק אַ ציבעלע־זופּ אין זײַן באָהעמישן קאַפֿע־רעסטאָראַן “קאַליפֿאָרניע", וווּ ער האָט מיר דערציילט וועגן זײַן “חלום" זיך צו טרעפֿן מיט דעם עגיפּטישן דיקטאַטאָר, דעם פּרעזידענט אַבדול נאַסער, און צוריידן אים ער זאָל מאַכן שלום מיט מדינת־ישׂראל.

ער האָט מיר אָבער באַלד קלאָר געמאַכט, אַז דאָס איז נישט געווען סתּם קיין פּוסטער חלום, נאָר אַ ממשותדיקער פּלאַן, ווען ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט מיטצוגיין מיט אים זען דעם עראָפּלאַן, וועלכן ער האָט זיך שוין אײַנגעשאַפֿט, און מיט וועלכן ער פּלאַנט “אַ געוויסן טאָג" צו פֿליִען קיין קאַיִר. ער איז פֿאַר דעם געווען אַ פֿליִער אינעם ישׂראלדיקן קריגס־פֿלאָט, אין וועלכן ער האָט זיך אײַנווערבירט פֿון באָמביי, אינדיע, בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אין 1948. דער עראָפּלאַן, וועלכן ער האָט מיר געוויזן, איז געווען אָפּגעמאָלן ווײַס און מיט די אויפֿשריפֿטן “שלום" אין עבֿרית, אַראַביש און אין ענגליש. דעם צוויי־מאָטאָריקן עראָפּלאַן האָט ער געדונגען בײַ אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿעלד־באַמיסטיקונג.

אייבי — אַבֿרהם — נאַטאַן איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1927 אין פּערסיע (איראַן), אָבער אויפֿגעוואַקסן און זיך געלערנט אין אינדיע. צו 17 יאָר האָט ער זיך ווערבירט אין באָמביי אין דער דאָרטיקער אַוויאַציע, דערנאָך, מיטן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל זיך פֿרײַוויליק צוגעשטעלט צום דינסט אין דעם ישׂראלדיקן קריגס־פֿלאָט און געווען צווישן זײַנע ערשטע פֿליִער אין דער צײַט פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און נאָך דער מלחמה, באַפֿרײַענדיק זיך פֿון דעם מיליטערישן דינסט, איז ער עטלעכע יאָר געווען באַשעפֿטיקט ווי אַ פֿליִער אין “אל על".

אין דער ערשטער פֿאַזע פֿון זײַן ציווילן לעבן, נאָך דעם ווי ער האָט זיך עקאָנאָמיש באַזירט, האָט ער געפֿירט אַ העדאַניסטיש־געניסעריש, פֿרײַוווילעריש לעבן. ער איז געווען אַ לעביונג, אַ פֿאַרברענגער, אין “גוטן זין" פֿון דעם וואָרט; ער איז נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין קיין אויסגעלאַסנקייט. אין פֿראָנט פֿון דעם גרויסן פּאַסאַזש־בנין, וווּ עס האָט זיך שפּעטער געפֿונען דער “קאַמערי־טעאַטער", אויפֿן ווינקל פֿון דער פֿרישמאַן און דיזענגאָף־גאַס, האָט ער געעפֿנט אַ קאַפֿעטעריע “קאַליפֿאָרניע", וווּ עס האָט זיך קאָנצענטרירט די ליבעראַל־לינקע באָהעמע (וואָס האָט ערנסט קאָנקורירט מיטן שכנותדיקן באַרימטן קאַפֿע “כּסיתּ"), צווישן וועלכער אייבי האָט זיך געפֿילט היימיש באַהאָפֿטן.

ער האָט אָבער נישט פֿאַרגעסן די דערפֿאַרונגען און די גרוילן, וואָס ער האָט צוגעזען דינענדיק ווי אַ פֿליִער בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און נאָך אַ קורצער צײַט, אָנגעזעטיקט פֿון זײַן געניסערישן לעבן, האָט ער באַשלאָסן צו ווידמען זײַן יונגע ענערגיע דעם געדאַנק פֿון שלום — און ער האָט זיך מיט זײַן גאַנצן וועזן אַרײַנגעלאָזט אין דעם דאָן־קישאָטישן געראַנגל פֿאַר דערגרייכן אַ שלום אויפֿן פֿרידלעכן וועג. אַ מין ישׂראלדיקער גאַנדי. אָן אַ פּאַרטיי, אָן אַ באַוועגונג. און זײַן ערשטער גרויס־געוואַגטער אַקט אין יענע טעג פֿון דער שאַרפֿער קריגעריש־פֿײַנטלעכער אַטמאָספֿער, אַן אָנגעלאָדענע מיט שׂינאה, איז געווען, זײַן אַרויספֿלי דעם 28סטן פֿעברואַר 1966 אין זײַן אייגענער שליחות אַליין מיט דעם געדונגענעם צוויי־מאָטאָריקן “סטירמאַן"־עראָפּלאַן קיין קאַיִר.

יענעם טאָג איז ער געקומען אויפֿן פֿליפֿעלד אין רמת־אָבֿיבֿ נעבן תּל־אָבֿיבֿ מיטן תּירוץ, אַז ער איז געקומען זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט זײַן עראָפּלאַן, און אַרײַנזעצנדיק זיך אין אים, איז ער אָן ווײַטערדיקע תּירוצים און צו אַלעמענס שטוינונג, אָפּגעפֿלויגן.

די גאַנצע מדינה האָט יענעם טאָג אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם. זי איז געוואָרן דערשיטערט ווען אַן אַמעריקאַנער נײַעס־אַגענטור האָט אין דער פֿרי מיטגעטיילט, אַז דער עראָפּלאַן איז בעתן לאַנדן אין פּאָרט סאַיִד געוואָרן צעשמעטערט און דער פֿליִער — דערהרגעט, אָדער מעגלעך אַראָפּגעשאָסן געוואָרן דורך די מצרים. נאָך עטלעכע שעה האָט ישׂראל פֿרײַ אָפּגעאָטעמט נאָך דעם ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער עראָפּלאַן מיט אייבי נאַטאַנען האָט געלאַנדעט בשלום אין פּאָרט סאַיִד.

עגיפּטן האָט זײַן שליחות אָפּגעוואָרפֿן, אָבער זי האָט אייבין אויפֿגענומען פֿרײַנדלעך און אים נאָך צוויי טעג צוריקגעשיקט בשלום קיין ישׂראל מיטן זעלבסט־דעראָבערטן טיטל פֿון אַן אומדערמידלעכן שלום־קעמפֿער. דאָס פֿאָלק אין ישׂראל האָט אים אויפֿגענומען ווי אַ גיבור — אָבער דורך די מאַכט־אָרגאַנען פֿון ישׂראל איז ער פֿאַר אָט דעם “חטא" זײַנעם געוואָרן אַרעסטירט און באַשטראָפֿט ווי אַ פֿאַרברעכער. נאָכן באַפֿרײַט ווערן איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט צו זאַמלען מאָראַלישע און פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג פֿאַר זײַן שלום־ווערק. אַ יאָר מיט דרײַצן וואָכן נאָך זײַן “שלום־פֿלי" איז אויסגעבראָכן די זעקס־טאָגיקע מלחמה.

אין 1973 — אין יאָר פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה און זיבן יאָר נאָך זײַן געוואַגטן פֿלי, האָט ער אין ענגלאַנד אָפּגעקויפֿט אַן אַלטע שיף און געעפֿנט אויפֿן ים אַ “פּיראַטישע" ראַדיאָ־סטאַנציע — “קול השלום", פֿירנדיק אַ שווערן געראַנגל מיט די ישׂראלדיקע “היטערס פֿון געזעץ". צוויי מאָל איז ער געוואָרן פֿאַרמישפּט אויף תּפֿיסה־שטראָפֿן פֿאַר טרעפֿן זיך מיט אַראַפֿאַטן און מיט אַנדערע פּאַלעסטינער מנהיגים. אין יאָר 1991 האָט ער 40 טעג געפֿירט אַ הונגער־שטרײַק קעגן דעם געזעץ פֿון דער כּנסת צו פֿאַרשאַפֿן די שטראָפֿן פֿאַר טרעפֿן זיך מיט פּל"אָ־לײַט. אויף דער פּערזענלעכער אינטערווענץ פֿון פּרעזידענט הערצאָג האָט ער דעם הונגער־שטרײַק אָפּגעשטעלט.

דעם 30סטן אָקטאָבער 1991, ווען דער פּרעמיער יצחק שמיר איז געפֿאָרן קיין מאַדריד צו דער דערעפֿענונג פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ, האָט אייבי נאַטאַן נישט געקענט אים באַגלייטן, ווײַל דאָס מאָל איז ער צוליב דער שליחות פֿון זײַן געוויסן געזעסן אין דער ישׂראלדיקער טורמע. ער איז דאָרט אָפּגעזעסן אַ שטראָף פֿון 18 חדשים פֿאַר טרעפֿן זיך מיט די אָנפֿירער פֿון פּל״אָ אין טוניס. נאָך מער: דעם זעלבן טאָג, ווען שמיר האָט זיך צוריקגעקערט פֿון מאַדריד און אַלע מיניסטאָרן (אויסער דעם אויסערן־מיניסטער דוד לוי) זײַנען געפֿאָרן קיין לוד אים מקבל־פּנים זײַן אויפֿן בן־גוריון פֿליפּלאַץ — איז אייבי נאַטאַן געברענגט געוואָרן אין געריכט־זאַל ווי אַ פֿאַרברעכער מיט קייטלעך אויף די הענט, אין שײַכות מיט זײַנעם אַ פֿריִערדיקן “פֿאַרברעכן" פֿון טרעפֿן זיך מיט פּל"אָ־לײַט אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין אויסלאַנד.

זײַן פֿאַרברעכן איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט צוגערעדט אַראַפֿאַטן ער זאָל זיך אַוועקזעצן מיט ישׂראל צום טיש פֿון די פֿאָרגעלייגטע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, און אַראַפֿאַט האָט, צו דער גרויסער אַנטוישונג פֿון די ישׂראלדיקע מדינה־פֿירער, זײַן עצה אָנגענומען.

פֿאַר דעם זעלבן “פֿאַרברעכן" האָט די פּאָליציי גענומען אויף אַן אויספֿאָרש־פֿאַרהער די פּאַלעסטינער טוערין ד"ר כאַנאַן אַשראַווי פֿון ראַמאַלאַ. אויך זי האָט געעצהט דעם פּל״אָ זיך אָנצושליסן צום שלום־פּראָצעס און האָט גערופֿן די פּאַלעסטינער אָנהייבן ריידן, אַנשטאָט וואַרפֿן שטיינער. ווען זי האָט זיך צוריקגעקערט פֿון מאַדריד צוזאַמען מיט פֿייסאַל כוסייני און מיט דער דעלעגאַציע צו די געשפּרעכן, זײַנען די פּאַלעסטינער זיי אַנטקעגנגעקומען מיט אַ דעמאָנסטראַציע, אויף וועלכער זיי זײַנען געווען באַוואָפֿנט מיט איילבירט־צווײַגן און געוואָרפֿן בלומען אויף די ישׂראלדיקע זעלנער.

געוועזן צײַטן... ווער געדענקט זיי נאָך? דער מאָרד פֿון יצחק ראַבין האָט זיי אָפּגעווישט פֿון דעם נאַציאָנאַלן זכּרון און זיי זײַנען מער נישטאָ.

אין 1993, נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, האָט אייבי נאַטאַן דערטרונקען זײַן שלום־שיף און האָט פֿאָרגעזעצט זײַנע הומאַניטאַרע שליחותן אין אַפֿריקע און אין אַנדערע ערטער פֿון נויט. אין 1997 איז ער געפֿאָרן קיין אַמעריקע שרײַבן זײַנע זכרונות און האָט דאָרט באַקומען אַ מוח־שטורץ, וואָס האָט אים טיילווײַז פּאַראַליזירט. מיט אַ יאָר צוריק האָבן זײַנע פֿילצאָליקע פֿרײַנט אָפּגעצייכנט זײַן 80סטן געבוירן־טאָג אין אַן עלטערן־היים אין תּל־אָבֿיבֿ.

דעם 27סטן אויגוסט 2008 איז אייבי נאַטאַנס קול פֿון שלום און געוויסן געוואָרן צום לעצטן מאָל אַנטשוויגן. ער איז געווען אַ נאַיִווער בעל־חלומות און אַ געוואַגטער, אומדערשראָקענער קעמפֿער.

תּל־אָבֿיבֿ, 2־טער סעפּטעמבער 2008