דזשיין בילדער, בײַם רעפּובליקאַנער צוזאַמענפֿאָר אין סיינט־פּאָל, מינעסאָטע, מיט צוויי וואָכן צוריק |
דזשאַן מאַק׳קיינס באַשלוס אויסצוקלײַבן די אַלאַסקער גובערנאַטאָרין סאַראַ פּיילין ווי זײַן שותּף פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, האָט שטאַרק אָפּגעפֿרישט זײַן קאַמפּאַניע און, לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" און "איי־בי־סי"־נײַעס, האָט מאַק׳קיין איצט אויף 12% מער שטיצע בײַ ווײַסע פֿרויען, ווי באַראַק אָבאַמאַ — 53% קעגן 41%.
לויט אַן אומפֿאָרמעלער אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿונעם "פֿאָרווערטס", זענען די ייִדישע רעפּובליקאַנער פֿרויען אויך באַגײַסטערט.
הגם די רעפּובליקאַנער באַטרעפֿן אַ קליינעם פּראָצענט פֿון דער ייִדישער וויילערשאַפֿט, איז די צאָל ייִדן וואָס שטימען פֿאַר אַ רעפּובליקאַנער פּרעזידענט, צו־ביסלעך געוואַקסן במשך פֿון די לעצטע פֿיר פּרעזידענטישע וואַלן.
שאַרי הילמאַן, דירעקטאָרין פֿון קאָמוניקאַציע בײַ דער "רעפּובליקאַנער ייִדישער קאָאַליציע" אין וואַשינגטאָן, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז אין יאָר 1992 האָבן 11% ייִדן געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט; אין 1996 איז עס געווען 16%; אין 2000 — 19% און אין 2004 — 25%.
סענאַטאָרין פֿלאָרענס שאַפּיראָ, אַ רעפּובליקאַנער שטאַט־סענאַטאָרין פֿון טעקסאַס האָט באַמערקט, אַז מער ייִדישע פֿרויען שליסן זיך אָן אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי ווי אַ מאָל. "מיר דאַכט זיך, אַז בושס גרייטקייט צו העלפֿן ישׂראל האָט זיי צוגעצויגן," האָט שאַפּיראָ באַמערקט.
דזשיין בילדער, אַ פֿרומע 30־יאָריקע פּירסום־וואָרטזאָגערין פֿון אַ טעלעפֿאָן־פֿירמע, וועלכע וווינט אין טינעק, ניו־דזשערזי, איז בײַגעווען בײַ דעם רעפּובליקאַנער נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר אין סיינט־פּאָל, מינעסאָטע, מיט צוויי וואָכן צוריק, און געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי איז זייער גליקלעך, וואָס מאַק׳קיין האָט אויסגעקליבן סאַראַ פּיילין.
סילוויע עפּשטיין (לינקס) מיט איר מאַן, ביל, און צוויי פֿון זייערע עלף אייניקלעך, אין זייער היים אין דאַלאַס, טעקסאַס |
"ס׳איז שוין צײַט, אַז די פֿרויען אין אַמעריקע זאָלן האָבן אַ מוסטער פֿון אַ פֿרוי, וואָס רעפּרעזענטירט נישט די עקסטרעם־ליבעראַלע," האָט בילדער, אַ חתונה־געהאַטע מאַמע פֿון צוויי קינדער, באַמערקט. "די ׳האָקי־מאַמעס׳ (די איבערגעגעבענע מיטל־קלאַס מאַמעס וואָס באַגלייטן אומעטום זייערע קינדער צו פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן) געפֿינען זיך נישט בלויז אין אַלאַסקע, און לערנען זיך בײַ איר ווי אַזוי צו באַלאַנסירן דאָס אַרבעט־לעבן מיטן משפּחה־לעבן."
"איך מיין, אַז איר רעדע איז געווען פּרעכטיק," האָט געזאָגט סילוויע עפּשטיין, אַן 71־יאָריקע באָבע אין דאַלאַס, טעקסאַס. "עס גיט צו אַ נײַעם עלעמענט צו דער קאַמפּאַניע."
"זי געפֿעלט מיר," האָט דערקלערט ד״ר נחמה סענדעראָוו, אַ פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין בײַם "בראָנקס קאָמיוניטי קאָלעדזש". רעאַגירנדיק אויף דער קריטיק, אַז פּיילין האָט נישט גענוג דערפֿאַרונג צו ווערן אַ וויצע־פּרעזידענט, האָט סענדעראָוו פֿאַרגלײַכט פּיילינס עקזעקוטיווע דערפֿאַרונג מיטן סענאַטאָרישן הינטערגרונגט פֿון באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָו בײַדען: "פֿאַרקערט, זי איז זייער פּראַקטיש. אַז אַ מענטש פֿירט אָן מיטן הויז־ווירטשאַפֿט, צי אַ געוועלב, צי אַ שטעטל, צי מיט אַ גאַנצן שטאַט, ליגט דאָס גאַנצע אַחריות אויף אים, ער קאָן נישט זײַן קיין אַמאַטאָר. ס׳איז אָבער נישט אַזוי אינעם סענאַט; דאָרט קאָן מען זײַן אין גאַנצן איזאָלירט פֿון די סיבות־און־קאָנסעקווענצן פֿונעם אמתדיקן לעבן."
ליזאַ לעווינע, אַ מאָסקווער־געבוירענע מאַרקעטינג־פֿאַרוואַלטערין פֿון אַ גרונט־מיסחר־פֿירמע אין בראָנקס, נ״י, און אַ געגטע מאַמע, באַטראַכט פּיילין ווי "אַ הצלחהדיקע, כאַריזמאַטישע פֿרוי. זי פֿאַרטיידיקט אירע פּרינציפּן, אין פֿאַרגלײַך מיט הילאַרי, וואָס זאָגט איין טאָג איין זאַך, און דעם צווייטן טאָג — אַ צווייטע."
לעווינע, וועלכע האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1979 און געוואָרן אַ בירגער אין 1986, האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, ווײַל, זאָגט זי, "די דעמאָקראַטן פּריידיקן סאָציאַלע פּראָגראַמען, וואָס מוטיקן פֿוילקייט, אַנשטאָט צו מוטיקן דעם מענטש צו גיין אַרבעטן." איר באַשלוס צו ווערן אַ רעפּובליקאַנער איז נישט קיין חידוש אינעם רוסיש־רעדנדיקן ציבור. אין די פּרעזידענטישע וואַלן פֿון יאָר 2004, האָט אַן אַנקעטע פֿונעם "אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט", באַוויזן, אַז מער ווי 75% פֿון די ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן געשטימט פֿאַר דזשאָרדזש בוש, וואָס איז 19% פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
ד״ר נחמה סענדעראָוו |
William Meyers |
לינדאַ בלום, אַ פּענסיאָנירטע שפּײַז־ליוועראַנטין אין טאַמפּאַ, פֿלאָרידע, האַלט, אַז פּיילין איז "אַ וווּנדערלעכער אויסקלײַב. עס אימפּאָנירט מיך וואָס זי האָט נישט מורא זיך אַנטקעגנצושטעלן די אייגענע רעפּובליקאַנער, און אַז זי שרעקט זיך נישט אויסצודריקן איר מיינונג."
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אַמאַנדע סערניץ, אַן 41־יאָריקע מעקלערין פֿון גרונט־מיסחר, בכלל נישט אַנטציקט פֿון פּיילינען. "סאַראַ פּיילין שרעקט מיך איבער," האָט סערניץ דערקלערט. "זי איז אַזוי רעכט־געשטימט, אַז זי וויל, מע זאָל לערנען אין די עפֿנטלעכע שולן, אַז גאָט האָט באַשאַפֿן די וועלט. ס׳אַרט מיך נישט וואָס זי גלייבט אינעם כּוח פֿון תּפֿילה, אָדער אַז זי איז קעגן אַבאָרטן; איך זאָרג זיך אָבער יאָ, אַז אויב זי וועט ווערן דער וויצע־פּרעזידענט, וועט מען אַרויפֿצווינגען אַזוינע רעליגיעזע גלויבנס אויף אונדז."
סערניץ, וועלכע דעפֿינירט זיך ווי "אַ געמיש פֿון אַ קאָנסערוואַטיוון דעמאָקראַט און אַ ליבעראַלן רעפּובליקאַנער", האָט געשטימט פֿאַר מאַק׳קיין אין די נאָמיניר־וואַלן, איז זי אָבער אויפֿגעבראַכט געוואָרן, ווען ער האָט אויסגעקליבן סאַראַ פּיילין פֿאַר זײַן שותּף. "ס׳דאַכט זיך מיר, אַז איין סיבה פֿאַר וואָס ער האָט זי אויסגעקליבן, איז ווײַל זי איז אַ פֿרוי. ער האָט נישט קיין דרך־ארץ פֿאַר פֿרויען, אויב ער מיינט, אַז מיר וועלן שטימען פֿאַר אים בלויז, ווײַל ער האָט אַ פֿרוי אויף דער ליסטע. דערפֿאַר גיי איך שטימען פֿאַר אָבאַמאַ."
וואָס שייך פּיילינס אַנטי־אַבאָרטן־פּלאַטפֿאָרמע (אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי האַלטן, ס׳רובֿ ייִדישע פֿרויען, אַז אַ פֿרוי דאַרף האָבן דאָס רעכט צו אַבאָרטירן), האָט איינע פֿון די פֿרויען דערקלערט, אַז זי איז תּמיד געווען אַנטי־אַבאָרט, בפֿרט נאָכן אַרבעטן אין אַ שפּיטאָל מיט יאָרן צוריק. "כ׳האָב געזען, ווי פֿרויען קומען אַרײַן אויף אַן אַבאָרט, און אַ מאָל פֿלעגן זיי ווערן דענערווירט, וואָס זיי דאַרפֿן וואַרטן אַזוי לאַנג. זיי האָבן, אַ שטייגער, געזאָגט: ‘כ׳האָב אַ באַשטעלונג בײַם פֿריזירער.’ כ׳האָב דערפֿילט, אַז די מענטשן נעמען בכלל נישט ערנסט, אַז זיי וועלן באַלד דערשטיקן אַ לעבן."
ס׳רובֿ פֿון די אַנדערע פֿרויען האָבן אָבער אויסגעדריקט געמישטע געפֿילן וועגן דעם ענין. בלום, די פּענסיאָנירטע שפּײַז־ליוועראַנטין פֿון טאַמפּאַ, האָט געזאָגט, אַז פֿון איין זײַט, האַלט זי, אַז די פֿרוי דאַרף האָבן דאָס רעכט צו מאַכן אַן אַבאָרט, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, ווען זי באַטראַכט דאָס גאַנצע בילד, וויל זי גיכער שטימען מיט די רעפּובליקאַנער. "צוויי פֿון מײַנע אייניקלעך קעמפֿן אין איראַק, און פֿאַרשטייט זיך, וויל איך דאָס שטיצן. כ׳בין אויך זייער אַקטיוו אין ‘אייפּאַק’, און איך האַלט, ס׳איז זייער וויכטיק צו האָבן אַ קאַנדידאַט וואָס שטיצט ישׂראל."
עפּשטיין, די באָבע פֿון דאַלאַס, איז אויך נישט מסכּים געווען מיט פּיילינס צוגאַנג צו אַבאָרטן. "איך גלייב אפֿשר נישט אין אַלע שטעלונגען פֿון די רעפּובליקאַנער. כ׳בין, למשל, פֿאַר וואָפֿן־קאָנטראָל און פֿאַר אַבאָרטן. אָבער מײַן מאַן און איך האַלטן מער פֿון די רעפּובליקאַנער ווי פֿון די דעמאָקראַטן, ווען עס רעדט זיך וועגן דער זיכערהייט פֿון אונדזער לאַנד."
ליזאַ לעווינע מיט איר זון, אַנדרו |
"איך בין אין גאַנצן נישט מסכּים מיט פּיילין וועגן אַבאָרטן," האָט לעווינע דערקלערט. "איך מיין, אַז יעדע פֿרוי דאַרף האָבן די מעגלעכקייט צו מאַכן אַן אַבאָרט, בפֿרט אַ פֿרוי, וואָס איז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן. אָבער פּיילין האָט רעכט אויסצודריקן איר מיינונג, און סײַ ווי סײַ, איז זי נישט די, וועלכע גיט אַרויס דעם פּסק וועגן אַזוינע זאַכן."
און וואָס איז מכּוח פּיילינס מיטגלידערשאַפֿט אין דער "ען־אַר־איי" (לאַנדישע וואָפֿן־אַסאָציאַציע)? בלום, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אויף אַ פֿאַרם אין דאַווענפּאָרט, אײַאָווע, זאָגט, אַז עס גייט איר בכלל נישט אָן. "בײַ 12 יאָר האָב איך אַליין געשאָסן פֿאַזאַנען, קאַטשקעס און וואַכטלען. אָבער דערנאָך האָבן מיר טאַקע געבראָטן און געגעסן וואָס מיר האָבן געפֿאַנגען. פֿאַרם־מענטשן הרגענען בעלי־חיים, נישט סתּם ווי אַ ספּאָרט."
בילדער, פֿון טינעק, איז נישט קיין מיטגליד פֿון דער "ען־אַר־איי", האָט זי אָבער ליב צו גיין צו די שיספּלעצער און פּראַקטיצירן אויף צילברעטן. "כ׳האָב נישט קיין אינטערעס צו געיעג; כ׳גיי בלויז צו פֿאַרבעסערן מײַן טרעף־זיכערקייט. עס שפּאַנט מיך אויס און ס׳איז אַ גוטער מיטל צו פֿאַרבעסערן מײַן אויגן־האַנט קאָאָרדינאַציע."
ס׳רובֿ פֿון די אינטערוויויִרטע פֿרויען האָבן איבערגעגעבן, אַז זייערע פּאָליטישע מיינונגען האָבן אַ מאָל געשאַפֿן שפּאַנונג צווישן זיי און זייערע דעמאָקראַטישע פֿרײַנד און קאָלעגעס.
"ווען איך פֿלעג לערנען אין בראָנקס קאָמיוניטי קאָלעדזש" — האָט ד״ר סענדעראָוו דערקלערט — פֿלעג איך דערציילן מײַנע ליבעראַלע ייִדישע פֿרײַנד אויפֿן ‘אָפּער וועסט סײַד’, וווּ איך וווין, אַז מײַנע סטודענטן קענען נישט לייענען און שרײַבן, און אויב מיר וועלן נישט פֿאָדערן קיין העכערע סטאַנדאַרטן בײַ זיי, וועלן זיי, נעבעך, בלאָנדזשען אַ גאַנץ לעבן און קיין מאָל נישט באַקומען די שטעלעס וואָס זיי ווילן. פֿלעגן מײַנע פֿרײַנד ענטפֿערן: ‘אָבער דו קלינגסט אַזוי עליטיש’! דאָס זעלבע האָב איך געהערט פֿון מײַנע קאָלעגעס. ערשט דעמאָלט האָב איך אײַנגעזען, אַז מיט דעם וואָס אונדזער קליינע גרופּע פּראָפֿעסאָרן האָט גערופֿן צו רעפֿאָרמירן די סיסטעם, צו העכערן די סטאַנדאַרטן, זענען מיר געוואָרן ‘פֿון די רעכטע’."
ד״ר סענדעראָוו האָט אויך דערציילט, אַז אַ מענטש פֿון איר מנין האָט איין שבת געגעבן אַ דרשה וועגן גוטע מידות, און דערנאָך געגעבן אָנצוהערן, אַז דאָס שטימען קעגן בוש איז אַליין אַ גוטע מידה. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, בעתן פֿאַרברענגען מיט אַ גרופּע פֿרײַנד אויף דאַטשע, האָט זי מיט איר מאַן, ביל, באַמערקט, אַז זיי האָבן בײַ די לעצטע פּרעזידענטישע וואַלן געשטימט פֿאַר בוש. "אַלע האָבן געשוויגן. סוף־כּל־סוף, האָב איך געפֿרעגט: ‘מיינט דאָס אַז איר האָט אונדז מער נישט ליב?’ זיי האָבן אויסגעגלאָצט אויף אונדז די אויגן און געפֿרעגט, צעטומלט: "אָבער פֿאַר וואָס האָט איר געשטימט פֿאַר אים?"
"ווען איך גיי אַרויס מיט מײַנע חבֿרטעס, מײַדן מיר אויס צו רעדן וועגן פּאָליטיק, ווײַל מיר ווילן זיך נישט אַרײַנלאָזן אין קיין הייסע וויכּוחים," האָט בלום געזאָגט.
טאַקע דערפֿאַר האָט בילדער אַזוי הנאה געהאַט בײַם רעפּובליקאַנער צוזאַמענפֿאָר. "עס זענען דאָרט געווען אַ סך אַנדערע פֿרומע ייִדן, און איך האָב זיך גאָר נישט געשעמט צו שטיצן ישׂראל. בײַ אַ דעמאָקראַטישער פּאָליטישער אונטערנעמונג וואָלט איך דערפֿילט, אַז געוויסע מענטשן באַטראַכטן ישׂראל ווי די אונטערדריקער פֿון די פּאַלעסטינער. דאָ האָב איך אומעטום געזען פּראָ־ישׂראלדיקע פּלאַקאַטן."