"אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אין אַ קאָלעקטיוון בונד מיטן באַשעפֿער; די גמרא זאָגט, אַז דער נאָמען פֿונעם אָרט, וווּ די דאָזיקער פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען, "ערבֿות-מואבֿ", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "ערבֿות" — קעגנזײַטיקע אַחריות. יעדער ייִד, ווי עס האָט משה רבינו דערקלערט זײַן פֿאָלק, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צווייטן.
הגם אינעם קאָנטעקסט פֿון דער פּרשה גייט די רייד בלויז וועגן די ייִדן. אָבער, די קבלה- און מוסר-ספֿרים, בתוכם "ספֿר-חסידים" און "ספֿר-הברית", באַטאָנען, אַז "ערבֿות" איז אַן אוניווערסאַלער פּרינציפּ, וואָס נעמט אַרום די גאַנצע מענטשהייט — אַחוץ די, וואָס פֿירן זיך אינגאַנצן אוממאָראַליש, און שליסן זיך אַליין אויס, צום באַדויערן, פֿון דער אַלמענטשלעכער ברודערשאַפֿט. הגם דער ענין פֿון קעגנזײַטיקן אַחריות איז אויך אַקטועל אין דער אַלגעמיינער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט, האָט משה רבינו געוואָלט אים באַזונדער "אײַנפֿלאַנצן" אינעם ייִדישן פֿאָלק, ווי די טרעגער פֿון עטישע ווערטן אין אַ וועלט, וווּ עס האָט געהערשט אַכזריות און אוממאָראַלישקייט.
די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז די הײַנטיקע פּרשה איז מרמז אויף ראָש-השנה. דאָס וואָרט "היום", מיינט, בדרך-רמז, דעם הייליקן טאָג, ווען מיר שטייען אַלע צוזאַמען "לעבֿרך בבֿרית ה׳ אלוקיך" — כּדי אַרײַנצוטרעטן, בײַם אָנהייב פֿונעם קומענדיקן יאָר, אין אַ נײַעם בונד מיטן באַשעפֿער. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם טעקסט פֿון דער הײַנטיקער סדרה, קאָן מען דערזען אַ סך פֿאַרבינדונגען צווישן די ימים-נוראָים און די ענינים, וועלכע זענען דערמאָנט געוואָרן בײַם "ברית-ערבֿות": תּשובֿה, פֿרײַער ווילן, דער הימלישער שׂכר און עונש, און די קומענדיקע גאולה.
אין אַ געוויסער מאָס, דערמאָנט די הײַנטיקע פּרשה די ראָש-השנהדיקע תּפֿילות. משה רבינו האָט באַטאָנט: סײַ דער גרעסטער מנהיג, סײַ דער סאַמע פּשוטער וואַסערשעפּער — זענט איר אַלע גלײַך פֿאַר ג-ט. ווי עס שטייט אינעם מחזור, "שוה ומשוה קטון וגדול" — "דער, וואָס פֿאַר אים זענען גלײַך קליינע און גרויסע".
ראָש-השנה איז דער טאָג, ווען אָדם-הראשון איז ב"ערבֿות-מואבֿ", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "ערבֿות" — קעגנזײַטיקע אַחריות. יעדער ייִד, ווי עס האָט משה רבינו דערקלערט זײַן פֿאָלק, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צווייטן.
הגם אינעם קאָנטעקסט פֿון דער פּרשה גייט די רייד בלויז וועגן די ייִדן. אָבער, די קבלה- און מוסר-ספֿרים, בתוכם "ספֿר-חסידים" און "ספֿר-הברית", באַטאָנען, אַז "ערבֿות" איז אַן אוניווערסאַלער פּרינציפּ, וואָס נעמט אַרום די גאַנצע מענטשהייט — אַחוץ די, וואָס פֿירן זיך אינגאַנצן אוממאָראַליש, און שליסן זיך אַליין אויס, צום באַדויערן, פֿון דער אַלמענטשלעכער ברודערשאַפֿט. הגם דער ענין פֿון קעגנזײַטיקן אַחריות איז אויך אַקטועל אין דער אַלגעמיינער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט, האָט משה רבינו געוואָלט אים באַזונדער "אײַנפֿלאַנצן" אינעם ייִדישן פֿאָלק, ווי די טרעגער פֿון עטישע ווערטן אין אַ וועלט, וווּ עס האָט געהערשט אַכזריות און אוממאָראַלישקייט.
די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז די הײַנטיקע פּרשה איז מרמז אויף ראָש-השנה. דאָס וואָרט "היום", מיינט, בדרך-רמז, דעם הייליקן טאָג, ווען מיר שטייען אַלע צוזאַמען "לעבֿרך בבֿרית ה׳ אלוקיך" — כּדי אַרײַנצוטרעטן, בײַם אָנהייב פֿונעם קומענדיקן יאָר, אין אַ נײַעם בונד מיטן באַשעפֿער. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם טעקסט פֿון דער הײַנטיקער סדרה, קאָן מען דערזען אַ סך פֿאַרבינדונגען צווישן די ימים-נוראָים און די ענינים, וועלכע זענען דערמאָנט געוואָרן בײַם "ברית-ערבֿות": תּשובֿה, פֿרײַער ווילן, דער הימלישער שׂכר און עונש, און די קומענדיקע גאולה.
אין אַ געוויסער מאָס, דערמאָנט די הײַנטיקע פּרשה די ראָש-השנהדיקע תּפֿילות. משה רבינו האָט באַטאָנט: סײַ דער גרעסטער מנהיג, סײַ דער סאַמע פּשוטער וואַסערשעפּער — זענט איר אַלע גלײַך פֿאַר ג-ט. ווי עס שטייט אינעם מחזור, "שוה ומשוה קטון וגדול" — "דער, וואָס פֿאַר אים זענען גלײַך קליינע און גרויסע".
ראָש-השנה איז דער טאָג, ווען אָדם-הראשון איז באַשאַפֿן געוואָרן. דער פֿיזישער אוניוווערס, מיט אַלע זײַנע שטיינער, געוויקסן און בעלי-חיים, האָט שוין עקזיסטירט פֿריִער; די קבלה-ספֿרים דערקלערן, אַז אין די פֿריִערדיקע פֿאָרהיסטאָרישע תּקופֿות, האָבן אויך געלעבט מענטשן, הגם מיר ווייסן ווייניק וועגן זייער געשיכטע און לעבן-שטייגער. ווי עס שטייט אינעם מדרש, פֿלעגט דער באַשעפֿער במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט "שאַפֿן און צעשטערן וועלטן".
אַ טייל פֿרומע ייִדן פֿילן זיך אומבאַקוועם מיט אַזאַ אָפּטײַטש, און באַטאָנען, אַז די הײַנטיקע וויסנשאַפֿט קומט, לויט זייער מיינונג, אין סתּירה מיט דער טראַדיציאָנעלער צײַט-רעכענונג. אין באַקאַנטע קבלה-ספֿרים שטייט אָבער בפֿירוש, אַז משה רבינו, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע תּנ״כישע העלדן, האָבן ש