איינע פֿון די קאָלעקטיווע אייגנשאַפֿטן פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט איז — דער סעלעקטיווער זכּרון, און באַזונדערס, דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון. און גאָר באַזונדערס — דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון בנוגע געשעענישן, אַפֿילו היסטאָרישע פּאַסירונגען, פֿון די לעצטע עטלעכע דורות. אַ סימן, אַז די מדינה עלטערט זיך, זי דערנענטערט זיך צום פּענסיע־עלטער. און אַזוי ווי אַלטע מענטשן, וואָס געדענקען די לידער פֿון זייער קינדהייט, אָבער פֿאַרגעסן וווּ זיי האָבן נאָרוואָס אַוועקגעלייגט די ברילן אָדער, וואָס זיי האָבן נעכטן געטאָן — אַזוי הערט אויף די מדינה צו געדענקען, וואָס עס איז געשען מיט איר אין אירע לעצטע מלחמות און אין כּלערליי אַנדערע האַנדלונגען.
זעכציק און אַ האַלב יאָר (יאָ, מיר ציילן נאָך די האַלבע יאָרן) זענען פֿאַר דעם רובֿ מדינות אַ קליינער ברוכטייל פֿון זייער געשיכטע, און אַוודאי נאָך אַ קלענערער טייל פֿון דער ייִדישער געשיכטע, אָבער אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה ערשט אַן אָנהייב, און דאָך שוין אַן אייביקייט. אַן אימפּראָוויזירטער אויספֿרעג פֿאַר דער טעלעוויזיע האָט באַוויזן, אַז אַ סך שול־קינדער אין עלטער פֿון 11—12 יאָר האָבן נישט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע ווער עס זענען געווען בן־גוריון אָדער ביאַליק.
איז, מילא, זיי זענען נאָך יונג, זיי וועלן נאָך באַווײַזן צו לערנען. אַ סך פֿאַרדריסלעכער איז אָבער דער פֿאַקט, אַז די פֿירערס פֿון דער מדינה לײַדן פֿון אַ פּאָליטישן אַלצהײַמער. און ווען זיי היילן זיך אויס פֿון אים — וואָס איז אַן און פֿאַר זיך אַ מעדיצינישער נס — אַנטפּלעקט זיך פֿאַר זיי דאָס אַלץ, וואָס אַנדערע האָבן געזען און וואָס אויך זיי האָבן געדאַרפֿט זען מיט 35 יאָר צוריק, ווי עס האָט דאָס איצט מגלה געווען דער דעמיסיאָנירטער, אָבער נאָך אַלץ פֿונקציאָנירנדיקער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט.
דאָס זעלבע האָט אויך מגלה געווען, מיט פֿינף יאָר צוריק, אָלמערטס פֿאָרגייער אַריאל שרון, וועלכער האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז "וואָס מען זעט נישט פֿון דאָרט, דערזעט מען דאָ", און אַז ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פון דעם שיינעם חלום וועגן דער ארץ ישׂראל השלימה, און דאַן האָט ער דערזען, אַז דאָס איז געווען נאָר אַ חלום, וועלכער לאָזט זיך נישט פֿאַרווירקלעכן. ער האָט דאַן אָבער מצליח געווען צו פֿאַרווירקלעכן זײַן צווייטן חלום: צוצוקומען צום רודער פֿון דער מדינה־שיף און זי צו פֿירן צו אַ זאַמדבאַנק אָן אַן אויסוועג.
קיינער ווייסט נישט צי אַריאל שרון חלומט, און אויב יאָ, וואָס ער חלומט אין זײַן איצטיקן לעטאַרגישן שלאָף. אויב ער וועט איצט געניסן פֿון אַ מעדיצינישן נס, וועט ער אונדז דאָס קענען מגלה זיין. אָבער אין דער צײַט פֿון יענעם ווירטועלן חלום האָט ער געלעבט ווי אַ טיכטיקער לונאַטיקער, ווײַל אין אַלע זײַנע פֿונקציעס, ווען ער האָט נאָך, ווי ער האָט געזאָגט, געחלומט, איז ער געווען אומגעוויינטלעך אַקטיוו ווי "דער בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע" און האָט זײַן גאַנצע ענערגיע געווידמעט דעם בוי פֿון די זידלונגען אויף די באַזעצטע שטחים און פֿאַר באַזעצן די בערגלעך און די סטראַטעגישע הויכקייטן כּדי צו באַפֿעסטיקן די הערשאַפֿט איבער די שטחים, וואָס צה"ל האָט דעראָבערט אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה צוזאַמען מיט דער געדיכטער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג.
דער ציל פֿון דער דאָזיקער אינטענסיווער קאָלאָניזאַציע איז געווען — צו שאַפֿן דורך די געשעענע פֿאַקטן אַזאַ ווירקלעכקייט, וואָס זאָל מאַכן פֿאַר אוממעגלעך זי צו ענדערן. און, ווען ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט, ווי ער האָט געזאָגט, פֿון דעם חלום, האָט ער גענומען ריידן מיט דער שפּראַך פֿון די "לינקע" שלום־זוכערס, די אָנהענגערס פֿון צוויי מדינות און קעגנערס פֿון דער אָקופּאַציע. ער האָט צעבראָכן דעם אַזויגערופֿענעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און האָט אַדורכגעפֿירט מיט דערפֿאָלג די עוואַקואַציע פֿון עזה־שטרײַף און דעם טראַנספֿער פֿון די מתּנחלים. ער האָט אָבער נישט געוואָלט די פּאַלעסטינער זאָלן זײַן שותּפֿים צו אָט דער איינזײַטיקער צעשיידונג און האָט נישט געזען אין איר קיין טעריטאָריאַלע פּשרה, נאָר "אַ סטראַטעגישן צוריקצוג", כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די מיליטערישע פּאָזיציעס אויפֿן מערבֿ־ברעג, און "אײַנצוזויערן" דעם שלום אויף צוואַציק יאָר אין פֿאָרמאַלין, ווי ער האָט דאָס פֿאָרגעשטעלט אין אַ פֿאַרטרוילעכן שמועס מיט אַ פּובליציסט פֿון "הארץ".
אַריאל שרון איז געווען, אין אַלע זײַנע האַנדלונגען, אַ פּראַגמאַטיקער, אַזוי ווי פֿריִער בעתן בויען און דערנאָך צעשטערן די "פּאָטיאָמקין־ישובים" אין סיני און די אויסגעבויטע קאָלאָניעס אין ימית אונטער דער רעגירונג פֿון בעגין. הגם ער איז געווען דער גרינדער פֿון "ליכּוד", האָט ער נישט געהערט צו דעם רעוויזיאָניסטישן לאַגער און האָט אַלץ געזען דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון אַ מיליטער־מאַן און נישט דורך קיין אידעאָלאָגישע ברילן. ער איז אָבער געווען אַ מיליטער־מאַן אַ פּאָליטיקער און האָט געזען אין דער פּאָליטיק "די קונסט פֿון דעם מעגלעכן". ער האָט אָבער, אויך שוין נאָך זײַן אידעיִשן איבערקער געטאָן אַלדאָס מעגלעכע צו פֿאַרוואַנדלען דאָס מעגלעכע אין אוממעגלעכן צו רעאַליזירן.
פֿון אַן אַנדערן טייג איז געקנאָטן אהוד אָלמערט, שרונס נאָענטסטער פֿאַרטרויונגס־מאַן, וואָס איז זײַן נאָכפֿאָלגער און ייִרש אויפֿן אַמט, אָבער זײַן פּאָליטישער וועג־פֿאָרגייער, וועלכער האָט געטיילט די זעלבע שטעלונג און האָט זי אויך פֿאָרגעברענגט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט נאָך פֿאַר שרונען. אהוד אָלמערט קומט אַרויס פֿון דער רעוויזיאָניסטישער משפּחה, ער געהערט צו די פּרינצן, די קינדער פֿון די אָנפֿירערס פֿון אצ"ל און לח"י (אַזוי אויך ציפּי ליבֿני). פֿאַר זיי איז דער איבערקער אַן אידעאָלאָגישער. אָבער אָלמערט איז שוין אין די יונגע יאָרן געווען אַ "כּוֹפֿר בעיקר", און גראָד אין דער ריכטונג נאָך מער אויף רעכטס. ער האָט, ווי אַ יונגער דעפּוטאַט פֿון חרות אין דער כּנסת נישט איין מאָל רעוואָלטירט קעגן בעגינען און האָט אויך געשטימט קעגן דעם שלום־אָפּמאַך מיט עגיפּטן.
איצט האָט דער זעלבער אהוד אָלמערט, אין זײַן לעצטן אויפֿטריט פֿאַר די זשורנאַליסטן אין בית סאָקאָלאָוו ערבֿ ראָש השנה אויסגעדריקט זײַן באַדויער הלמאַי ער האָט דעמאָלט בעת דער יום־כּיפּור־מלחמה, מיט 35 יאָר צוריק, נישט געזען וואָס ער זעט איצט, אַז אָן אַ שלום מיט די אַראַבישע שכנים און מיט אַ פּאַלעסטינער מדינה וועט ישׂראל נישט האָבן קיין געזיכערטן קיום. דעריבער מאַכט ער איצט דעם גרעסטן אָנשטרענג צו דערגרייכן אַ הסכּם, ווי שווער דאָס זאָל נישט זײַן, מיט דער פּאָלעסטינער אויטאָריטעט און מיט סיריע, בעת ביידע זענען הײַנט גרייטוויליק — אָבער קיינער פֿון זיי איז נישט גרייט אײַנצוגיין אויף די באַדינגונגען פֿון דעם אַנדערן צד. ער ווייסט אָבער אויך וויפֿל בלוט עס וואָלט פֿאַרשפּאָרט געוואָרן אויב עס וואָלטן נישט געוואָרן פֿאַרפּאַסט די פֿילצאָליקע גינסטיקע געלעגנהייטן, וואָס האָבן זיך פֿאַר אָט דער צײַט געשאַפֿן, און ביי אַ סך גינסטיקערע באַדינגונגען, וואָס די פּאָליטישע אומשטאַנדן אין לאַנד האָבן זיי געשטרויכלט. און דאָס זענען געווען נישט דווקא די רעגירונגען פֿון רעכטן לאַגער, נאָר אויך די פֿון מפּאַ"י, פֿון "מעַרך" און פֿון די אַלע, וואָס האָבן געפּרעדיקט שלום און געפֿירט צו מלחמה.
אין דער יום־כּיור־מלחמה זענען געפֿאַלן 2,583 קעמפֿער, און ארום פינף טויזנט זענען געוואָרן פֿאַרוווּנדיקט. אין אַלע מלחמות, וואָס זענען פֿאַקטיש איין לאַנגע מלחמה, זענען געפֿאַלן איבער 23 טויזנט נפֿשות.
דערציילט דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט און דיפּלאָמאָט מאַרטין אינדיק, געוו. אמבאַסאַדאָר אין ישראל וועלכער האָט באַגלייט די געשפּרעכן פֿון אהוד ברקן אין יאָר 1999 מיט כאַפֿעז על־אַסאַד, דעם געשטאָרבענעם פּרעזידענט פֿון סיריע, און דעם אַמעריקאנער פּרעזידענט ביל קלינטאָן אין וואַשינגטאָן. ווען ברק איז אָנגעקומען אַהין, האָט ער באַשלאָסן, אַז ער גייט נישט אַראָפּ פֿונעם עראָפּלאַן, בעת די פּמליה אין דרויסן האָט געוואַרט אים מקבל־פּנים צו זײַן אין אַ שטאַרקן פֿראָסט. אַסאַד, דער פֿאָטער, איז דאַן געווען פֿאַראינטערעסירט צו שליסן אַ שלום מיט ישראל, כּדי איבערצוגעבן זײַן זון די מאַכט אין אַ סטאַביליזירטן צושטאַנד. אָבער, אַנשטאָט אַראָפּצוגיין פֿונעם עראָפּלאַן, האָט ברק געבעטן דעם אַמבאַסאַדאָר אינדיק ער זאָל אַרויפֿקומען צו אים, און דאָרט האָט ער אים געזאָגט: "איך קען דאָס נישט טאָן". און ער האָט אויפֿגעקלערט, אַז די פּאָליטישע לאַגע אין לאַנד האָט זיך געענדערט. די פּובליק־טעסטן ווייזן אַ ירידה פֿון זײַן פּאָפּולאַריטעט...
האָט דאָך שוין קיסינדזשער געהאַט געזאָגט, אַז ישראל פֿירט נישט קיין אויסערן־פּאָליטיק, נאָר אַן אינערן־פּאָליטיק.
די מלחמה איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. זי ציט זיך שוין פֿון יוני 1967 דורך דער יום־כּיפּור־מלחמה, וועלכע איז געוואָרן אַ לאַנגער יום־כּיפֿור מיט פּויזעס און פֿײַער־איבעררײַסן צווישן איין "אַקציע" אָדער "אָפּעראַציע" און דער אַנדערער. אמת, מדינת־ישׂראל שטאַרקט זיך, מערט זיך און בויט זיך און לעבט אויך צווישן איין עקאָנאָמישן קריזיס און דעם אַנדערן, צווישן די אַרויף־און־אַראָפּן אויף דער בערזע און מיט די פריידן און ליידן פֿון אַ מדינה, וואָס אַנטוויקלט זיך, אָבער זי האָט נאָך נישט — נאָך איבער 60 יאָר — קיין גרענעצן און קיין קאָנסטיטוציע. זי לעבט מיט דער טראַומע פֿון יענעם טראַגישן יום־כּיפּור, וואָס האָט זיך איצט ווידער אויפֿגעוועקט ערבֿ יום־כּיפּור נאָך פֿינף און דרײַסיק יאָר.
אין די טעג ווען מדינת־ישׂראל האָט געפֿײַערט איר 60־יאָריקן געבורטסטאָג האָט פּראָפֿ' קאַרלאָ שטרענגער, אַ פּסיכאָאַנאַליטיקער אויפֿן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, געשריבן:
"צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל קומען־אויף ספֿקות וועגן דער עצם עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. פֿאַראַן אַ מורא וואָס שייך די געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס און פֿראַגעס בנוגע איר קיום אין דער צוקונפֿט. דאָס איז דערשטוינענדיק. ישׂראל איז שוין געווען אין אַ גרעסערער געפֿאַר און אירע עקאָנאָמישע און מיליטערישע רעסורסן זענען הײַנט בעסער אַנטוויקלט ווי אַמאָל. פֿאַרוואָס איז זי נישט מסוגל זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די סאָציאַלע פּראָבלעמען? פֿאַרוואָס קענען די קאָרופּציע־אַפֿערעס, דער צושטאַנד פֿון דעם בילדונג־סיסטעם אָדער דער שטילשטאַנד אין דעם געאָפּאָליטישן מצבֿ נישט אַרויספֿירן די מענטשן אויף די גאַסן? עס זענען דאָך שוין געווען ריזיקע מאַסן־דעמאָנסטראַציעס אין לאַנד." און ער ענטפֿערט:
"אַמאָל איז ישראַל געווען זיכער אין איר מאָראַלישער גערעכטיקייט. עס שײַנט, אַז די זיך צעפֿאַלנדיקע געזעלשאַפֿט שפּיגלט אָפּ דעם פֿאַקט, אַז ישראל איז מער נישט זיכער אין איר מאָראַלישן צדק..."
דאָס זאָגט דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכאָאַנאַליטיקער. די זעלבע רייד האָבן מיר אויך געהערט איינעם נאָכן אַנדערן פֿון געוועזענע קעמפֿער אין דער יום־כּיפּור־מלחמה — אין די פֿילמען, וואָס ווערן איצט געוויזן אין דער טעלעוויזיע ווי אַ דערמאָנונג פֿון יענער מלחמה, וואָס האָט זי, ווי באַוווּסט, פֿאַרענדיקט מיט אַ גרויסן מיליטערישן נצחון, אָבער מיט אַ פּאָליטישער מפּלה און מיט אַ נאָך גרעסערער געזעלשאַפֿטלעכער טראַומע.