פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ראָש־השנה־טעג פֿון דעם נײַעם יאָר תשס״ט זענען שוין פֿאַרבײַ און אָט־אָט האַלטן מיר שוין בײַ ערבֿ־יום־כּיפּור.

די גאַסן פֿון ירושלים שוויבלען און וויבלען מיט טויזנטער און טויזנטער מענטשן, אַ גרויסער פּראָצענט פֿון זיי זענען טוריסטן פֿון גאָר דער וועלט און פֿון לאַנד גופֿאַ, וועלכע האָבן באַשלאָסן צו בלײַבן אין לאַנד און זענען ניט אַוועקגעפֿלויגן ערבֿ־יום־טובֿ אין די ווײַטע מרחקים איבערן ים...

זיי אַלע קומען קיין ירושלים זיך אָנצוזאַפּן און אײַנאָטעמען די לופֿט פֿון דער הייליקער שטאָט; די אייגנאַרטיקע מיסטיק און רעליגיעזע שטימונג, וואָס מען פֿילט דאָ אין דער אַטמאָספֿער און אין דער סבֿיבֿה אַרום, אין די "פֿאָרכטיקע" ימים־נוראָימדיקע טעג פֿון דעם נײַעם יאָר.

אַפֿילו ניט קיין רעליגיעז־געשטימטע מענטשן ווערן באַהויכט און דורכגענומען מיט דעם דאָזיקן געפֿיל פֿון טיפֿן באַדענקען און מחשבֿה, ווען זיי מישן זיך צונויף מיט די מאַסן וואָס שטראָמען אין די גאַסן און געסלעך פֿון ירושלים, אין די איצטיקע טעג.

ספּעציעל האָט עס זיך געמערקט אין דער עיר־העתּיקה — אין דער אַלטשטאָט, בײַ די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אין עיר־דוד און באַזונדערס בײַ דעם כּותל־המערבֿי און אין די אונטערערדישע היילן און טונעלן אונטער אים, סײַ בײַ טאָג און סײַ אין די שפּעטע שעהען פֿון אָוונט.

אין די טעג פֿון ראָש־השנה זענען אַלע האָטעלן פֿון לאַנד געווען באַזעצט מיט טוריסטן און ישׂראלים, וועלכע האָבן אָנגעפֿילט אַלע שילן, בתּי־מדרשים, שטיבלעך און אַנדערע בתּי־תּפֿילה. דעם קול פֿון דעם שופֿר האָט מען געקענט הערן אין אַלע ווינקעלעך און שכונות פֿון דער שטאָט.

די אַלע וועלכע זענען אַוועקגעפֿלויגן קיין אויסלאַנד, ווי אויך די וועלכע האָבן אָנגעפֿילט די צימערן, האָטעלן אין גליל און אין אילת, ווײַט פֿון זייערע היימען, האָבן זיך באַמיט צו באַפֿרײַען פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט, פֿון די זאָרגן, פֿון דער שווערער פּאָליטישער שטימונג, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, און זיך אַ ביסל אָנפֿילן מיט נײַע פֿרישע כּוחות און אויסדויער פֿאַר די אָנקומענדיקע טעג און חדשים וואָס דערוואַרטן אונדז אַלעמען אין דעם נײַעם יאָר.

רענעסאַנס פֿון "ייִדישקייט" אין די קיבוצים

אין די לעצטע יאָרן האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אַ גרויסער צאָל קיבוצים פֿון דער "לינקער מחנה" אין ישׂראל אַ נײַע ווענדונג לגבי דער ייִדישער טראַדיציע און רעליגיעזע ריטואַלן.

ניטאָ מער בײַ זיי דער אַלטער, פֿאַרביסענער אַנטאַגאָניזם פֿון אַמאָל ווען אַלץ וואָס האָט געשמעקט מיט טראַדיציע, רעליגיעזע דינים און מינהגים, איז פֿאַר זיי געווען ממש טריף־פּסול. עס זענען פֿאָרגעקומען בײַ זיי וועזנטלעכע ענדערונגען, וואָס זענען זייער אָנזעעוודיק, ווען עס קומען אָן די ייִדישע ימים־טובֿים.

די מערסטע קיבוץ־חבֿרים פֿון אַלטן דור, די גרינדער און וועטעראַנען, זענען מיט דער צײַט אַוועק אין דער אייביקייט, און צוזאַמען מיט זיי זענען אויך אַוועק זייער אײַנגעבילדעטע אַנטי־רעליגיעזע באַציִונג, זייערע דעמאַגאָגישע פֿאָראורטיילן צום ייִדישן גלויבן און זײַנע דינים און מינהגים.

דער יונגער, אויפֿוואַקסנדיקער דור, עלטערן פֿון קינדער, האָבן מיט דער צײַט דערפֿילט אַ פּוסטקייט אין זייער גײַסטיקן טאָג־טעגלעכן לעבן. דאָס וואָס איז נאָך פֿאַרבליבן פֿון זייערע עלטערן, האָט זיי מער ניט באַפֿרידיקט און זיי האָבן אָנגעהויבן זוכן וועגן און אופֿנים, ווי אַזוי אָנצופֿילן דעם דאָזיקן בלויז מיט אינהאַלט, מיט די ייִדישע ווערטן, מיט דעם "פּינטעלע ייִד", וואָס זייערע טאַטעס און מאַמעס, זייערע זיידעס און באָבעס, האָבן אָפּגעשטויסן און אויפֿגעגעבן אין זייער קאָלעקטיוון, קיבוצישן, סעקולערן שטייגער־לעבן.

אין אַ סך פֿון די דאָזיקע קיבוצים האָט זיך אַנטוויקלט אַ נייגונג, אַ דערוועקונג צוריקצוברענגען אין זייער גײַסטיקן לעבן כאָטש אַ טייל פֿון די דאָזיקע רעליגיעזע, טראַדיציאָנעלע מאָטיוון און ריטואַלן, וואָס דערמאָנען זיי און פֿאַרבינדן זיי מיט דער ייִדישער געשיכטע, מיט דער רײַכער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט.

אין אַ פּובליק־אויספֿרעג, לעצטן יאָר, צווישן חבֿרים פֿון 40 קיבוצים אין לאַנד, האָט מען אויסגעפֿונען שטוינענדיקע פֿאַקטן: די צאָל קיבוץ־חבֿרים וואָס פֿאַסטן אום יום־כּיפּור האָט זיך באַטײַטנדיק פֿאַרגרעסערט, אויך אַ גרעסערע צאָל קיבוץ־חבֿרים גייען שוין ניט אַרויס צו דער אַרבעט אום שבת און יום־טובֿ; אַז אַ גרויסע צאָל קיבוצים האָבן אַפֿילו באַשטימט אַ ספּעציעלן בנין אַ "בית־כּנסת" פֿאַר די וואָס ווילן דאַווענען מיט אַ מנין, און פֿאַר געסט וועלכע קומען צו פֿאַרברענגען אין זייערע "צימערן".

לויט ווי עס האָט דערקלערט אַ וואָרטזאָגער פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג אין לאַנד, איז דאָ אַ פֿאַרשטאַרקונג און אַן אויפֿוואַכונג צווישן די חבֿרים פֿון די קיבוצים, פֿאַר מער טאָלעראַנץ צו דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע, אירע מינהגים און ריטואַלן. קיבוץ־חבֿרים באַמיִען זיך אַרײַצוּוועבן אין דעם אַלגעמיינעם געוועב פֿון די קיבוץ־פּראָגראַמען געוויסע רעליגיעזע מאָטיוון און דערלויבן זיך אַפֿילו אײַנלאַדן לעקטאָרן פֿון רעליגיעזן סעקטאָר, כּדי זיך נאָענטער צו באַקענען מיט ייִדישע רעליגיעזע ווערטן און אַ ביסל "ייִדישקייט", ספּעציעל מיט די וואָס טראָגן מיט זיך אַן אוניווערסאַלן באַטײַט און כאַראַקטער.

אַלטע, טראַדיציאָנעלע, רעליגיעזע ריטואַלן ווערן אַדאָפּטירט און צוגעפּאַסט צו דעם שטייגער־לעבן פֿון קיבוץ אין אַ נײַער, מאָדערנער פֿאָרם.

ער גיט אָן אַ צאָל אינטערעסאַנטע פֿאַקטן:

אין קיבוץ "עין־השופֿט" גייען אַרויס חבֿרים גאָר פֿרי אין די פֿרימאָרגן־שעהען צו זייער וואַסער־רעזערוווּאַר צו "תּשליך", זיי באַטראַכטן דאָרטן געוויסע אַספּעקטן און טאַטן פֿון דעם וואָס מען דאַרף אַוועקוואַרפֿן און וואָס מען דאַרף איבערלאָזן פֿאַר דעם נײַעם יאָר.

אין דער ספּעציעל־צוגעגרייטער פּראָגראַם אין דעם נוסח פֿון תּפֿילות פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור, האָבן זיי אײַנגעשלאָסן פּאַסיקע תּפֿילות פֿון דעם מחזור, צו גלײַך מיט ציטאַטן און אויסצוגן פֿון דער מאָדערנער פּראָזע און פּאָעזיע.

אין דער יום־כּיפּור־פּראָגראַם זענען זיי "מזכּיר־נשמות" פֿון די פֿאַרשטאָרבענע חבֿרים פֿון קיבוץ און די געפֿאַלענע אין די ישׂראל־מלחמות. ווי עס איז געמאָלדן געוואָרן אין דער פּרעסע, האָבן מער ווי 60 קיבוצים און מושבֿים איבערן לאַנד אָפּגעהאַלטן דאָס אין די ראָש־השנה־טעג, און זיי ווילן עס אויך טאָן אום יום־כּיפּור — תּפֿילות אין דעם טראַדיציאָנעלן נוסח מיט געוויסע מאָדיפֿיקאַציעס, מען בלאָזט שופֿר און מען זינגט טראַדיציאָנעלע, פּאַסיקע ניגונים אין גײַסט פֿון "לשמוע אל הרינה ואל התּפֿילה".

* * *

ווען איך שרײַב מײַן איצטיקן "בריוו פֿון ירושלים", זענען די הכנות צו יום־כּיפּור אין פֿולן שוווּנג. עס ווערט באַריכטעט, אַז אין אַלע בתּי־כּנסת ווערן צוגעגרייט פּלעצער פֿאַר די אַלע טוריסטן, זעלנער און גלאַט עמך־ייִדן, וועלכע וועלן קומען צו כּל־נדרי און אויף צו מאָרגנס צו נעילה צו תּקיעת־שופֿר.

די גאַנצע עפֿנטלעכע קאָמוניקאַציע־באַוועגונג אין לאַנד וועט זיך אָפּשטעלן מיטוואָך ערבֿ־יום־כּיפּור, צווישן די שעהען 13:30—15:00. דער לופֿט־פּאָרט אין לוד וועט פֿולקאָם געשלאָסן ווערן פֿאַר גאַנצע 24 שעה, און עס וועלן ניט אָפּפֿליִען און ניט אָנקומען קיין שום עראָפּלאַנען.

די ישׂראל־פּאָליציי און מיליטער־איינהייטן וועלן שטיין אויף דער וואַך אומעטום, באַזונדערס אַרום די שילן און אַנדערע געבעט־הײַזער, וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך אַ גרויסע צאָל מתפּללים, ווי אין ירושלים, חיפֿה, תּל־אָבֿיבֿ, באר־שבֿע, טבֿריה און אַנדערע שטעט און שטעטלעך.

דער מגן־דוד אָדום, דער רויטער מגן־דוד, האָט פֿאַרשטאַרקט דעם פּערסאָנאַל און די צאָל אַמבולאַנסן, וואָס וועלן זײַן גרייט יעדע מינוט אָנצוקומען און ברענגען הילף וווּ עס וועט נאָר נייטיק זײַן.

אַ ספּעציעלער "קול־קורא" איז אַרויס צו די חרדים, אין זייערע גאַסן און געגנטן, אַז זיי זאָלן ניט וואַרפֿן שטיינער אום יום־כּיפּור, אויף די לויפֿנדיקע אַמבולאַנסן וואָס אײַלן זיך אויסצופֿירן זייערע פֿונקציעס. דאָס זעלבע איז אויך געווענדט ניט צו שטערן די פֿײַער־לעשער, וועלכע קומען מיט זייערע אויטאָס צו לעשן שׂרפֿות און אַנדערע קאַטאַסטראָפֿאַלע געשעענישן. זיי ווערן דערמאָנט, אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַ פּיקוח־נפֿש, ראַטעווען מענטשלעכע לעבנס.

די רבנים האָבן אַרויסגעלאָזט אַ ווענדונג צו די קינדער און יוגנטלעכע וועלכע נוצן אויס די שטילקייט פֿון דעם הייליקן טאָג אויף די ליידיקע גאַסן און שאָסייען, צו זײַן פֿאָרזיכטיק, ווען זיי לאָזן זיך אַרויס אין אַ געלויף אויף זייערע וועלאָסיפּעדן און רעדל־גליטשער. דערבײַ דערמאָנען זיי אַלעמען, אַז די דאָזיקע פּאָפּולערע פֿאַרווײַלונג אום יום־כּיפּור איז ממש אַ חילול־הקודש, אַ פֿאַרשוועכונג פֿון דעם הייליקן טאָג פֿון יאָר, בײַ אונדז ייִדן. אָבער אין ישׂראל איז דער דאָזיקער ספּאָרט שוין אַ לאַנגע, אָנגענומענע פֿאַרווײַלונג פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע, וואָס איז אַפֿילו שוין אויך אַפּראָבירט געוואָרן דורך ליבעראַלע אוון טראַדיציאָנעלע ייִדן.

אין גאַנץ מדינת־ישׂראל האָט זיך אַנטוויקלט און איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן אַ גרויסער, אינטענסיווער מאַרק פֿון פֿאַרקויפֿן כּל־מיני וועלאָסיפּעדן. אין די טעג פֿון ערבֿ־יום־כּיפּור, ווען טאַטע־מאַמע זענען פֿאַרזונקען טיף אין דאַווענען אין שיל, אין אויסבעטן בײַ דעם רבונו־של־עולם אַ געזונט און גוט־יאָר, זענען זייערע קינדער אין דרויסן אויף רעדלעך פֿון וועלאָסיפּעדן. קיינער שטערט זיי ניט. זיי געניסן פֿון פֿרײַען פֿאַרקער, וואָס זיי האָבן בלויז איין טאָג אין יאָר — אום יום־כּיפּור! אַזאַ געלעגנהייט וויל קיינער פֿון זיי נישט פֿאַרשפּעטיקן און ניט פֿאַרלירן...

אַ גמר חתימה טובֿה פֿאַר אַלע לייענער פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס", און פֿאַר כּלל־ישׂראל אומעטום!