ווען איך עס אין רעסטאָראַן פֿיש, און בפֿרט לאַקס (salmon), חידוש איך זיך תּמיד, ווי אַזוי מאַכן די קאָכערס עס אַזוי געשמאַק, אַז די הויט פֿונעם פֿיש ווערט שיין צוגעברוינט, אָבער אינעווייניק בלײַבט עס ווייך און זאַפֿטיק? נו, סוף־כּל־סוף, האָב איך זיך דערוווּסט דעם סוד! כּדי עס צוצוגרייטן דאַרפֿט איר אָבער האָבן אַ גרויסע היץ־באַוואָרנטע פּאַטעלניע — מיט אַנדערע ווערטער, אַ פּאַטעלניע וואָס מע קען אויך אַרײַנשטעלן אין אויוון.
4 פֿילעען לאַקס
איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
הייצט אָן דעם אויוון ביז 450 גראַד (232 צעלזיוס).
הייצט אָן די פּאַטעלניע איבער אַ גרויסן פֿײַער, בערך 3 מינוט. בשעת־מעשׂה רײַבט ביידע זײַטן פֿון די לאַקס־פֿילעען מיט איילבערט־בוימל. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט בלויז דעם אייבערשטן טייל פֿון יעדער פֿילע.
ווען די פּאַטעלניע איז גאָר הייס, לייגט אַרײַן די פֿילעען, מיטן פּנים אַראָפּ, און קאָכט זיי איבער אַ מיטעלן פֿײַער. ס׳וועט גיין אַ גרויסע פּאַרע, אָבער נישט געדאגהט; ער וועט נישט פֿאַרברענט ווערן. רירט זיי נישט פֿון אָרט בערך 2 מינוט לאַנג, ביז זיי ווערן גוט ברוין פֿון אונטן.
דרייט איבער די פֿילעען און שטעלט די פּאַטעלניע אין אויוון בערך 7—8 מינוט לאַנג. דערלאַנגט צום טיש בשעת ס׳איז נאָך הייס.