פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב איר קענט אַרײַנקוקן אינעם אָקאָרשט דערשינענעם נומער פֿון בערל (דובֿ־בער) קערלערס "ירושלימער אַלמאַנאַך" (נ׳ 28, תשס״ח — 2008), זאָלט איר וויסן אַז ס׳דערוואַרט אײַך דאָרט אַ באַזונדערער נחת־רוח. דער נומער איז גרויס (430זז׳, ממש די גרייס פֿון אַ גאַנץ בוך!), רײַך (45 באַטייליקטע!), שיין און אַ דערקוויקעניש פֿאַרן אויג, פֿאַרן מוח און פֿאַר דער נשמה! אויפֿן "אַלמאַנאַך" און אויף זײַן רעדאַקטאָר דאַרף מען בפֿירוש מאַכן די ברכה "שכּן־ירבו!" די נשמות פֿון יוסף און אַניע קערלער ע״ה, פּראָפֿ׳ קערלערס ביידע עלטערן (אין אָנדענק פֿון דער מאַמען זײַנער, דער אשת־חיל אַניען, איז אָט דער נומער טאַקע דעדיקירט) האָבן דערפֿון זיכער איבערגעלעבט אַ כּשר פֿאַרדינטע און געהויבענע עליה! אָבער ניט דווקא וועגן בערל קערלערן גופֿא שרײַב איך דעם איצטיקן אַרטיקל (כאָטש עס קומט אים אַוודאי זיכער און בלי־גוזמא), און מען וואָלט אים בפֿירוש געדאַרפֿט אָפֿט און אָפֿטער פֿאַרבעטן פֿון אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן, וווּ ער פֿירט שוין יאָרן־לאַנג אָן מיט אַ ייִדיש־אָפּטייל, וווּ עס לערנען זיך צענדליקער ביז־גראַדויִר און גראַדויִר־סטודענטן, נאָר וועגן זײַנס אַ נײַעם מיטאַרבעטער, גלעד צוקערמאַן.

ווער און וואָס איז גלעד צוקערמאַן

צוקערמאַן איז אַ יונגער ישׂראל־געבוירענער לינגוויסט, וואָס נאָך יאָרן פֿאַרברענגען ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר אינעם וועלט־באַרימטן אָקספֿאָרד־אוניווערסיטעט, געפֿינט ער זיך איצט ווי אַן אַסאָציִיִר־פּראָפֿעסאָר אין קווינסלאַנד־אוניווערסיטעט אין דער ווײַטער אויסטראַליע. בינו־לבינו איז ער געוואָרן דער מומחה פֿון "ישׂראליש" (ישׂראלית: Israeli), דער הײַנטיקער גערעדטער און, וואָס ווײַטער אַלץ אָפֿטער, אויך געוויינטלעך־געשריבענער עבֿרית. פֿונעם שלל אַרבעטן, וואָס ער האָט מחבר געווען אויף אָט דער פֿאַרכאַפּנדיקער טעמע, איז מיר באַלד קלאָר געוואָרן, אַז צוקערמאַן קען זייער גוט ייִדיש (ווײַל אָן ייִדיש קען מען די אמתע סטרוקטור פֿון ישׂראליש ניט תּופֿס זײַן, נאָר זײַנס אַן אַרבעט ממש געשריבן אויף ייִדיש איז מיר קיין מאָל פֿריִער ניט אויסגעקומען צו לייענען. זײַנע מסקנות און אויספֿירן זענען מיר שוין געווען קלאָר פֿון אַזעלכע גרונטאָוונע ווערק זײַנע ווי Language Contact and Lexical Enrichment in Israeli Hebrew (2003) און זײַן "ישׂראלית, שׂפֿה יפֿה", וואָס דער פּאָפּולערער תּל־אָבֿיבֿער פֿאַרלאַג "עם עובֿד" האָט ערשט הײַיאָר אַרויסגעגעבן.

צווייערליי "קאַלקירונגען"

צוקערמאַן גיט זיך אָפּ מיט די לעקסישע השפּעות (ד״ה, השפּעות וואָס שייך וואָקאַבולאַר) פֿון ייִדיש אויף עבֿרית, בפֿרט וואָס שייך אָפֿטע און פֿאַרשפּרייטע פֿאַלן פֿון "פֿאַרמאַסקירטע אַנטלײַונגען" (אָדער "קאַלקירונגען", ווי לינגוויסטן רופֿן זיי געוויינטלעך). אַ "קאַלקע", וואָס פֿאַר אייניקע לייענער איז דאָס אפֿשר אַ נײַ וואָרט און פֿאַר אַנדערע, אַ וואָרט וואָס זיי קענען בלויז בשײַכות מיט "קאַלקע־פּאַפּיר" (carbon-paper), איז אַ וואָרט וואָס ווערט אַרײַנגענומען אין איין לשון אַ דאַנק דער ווירקונג פֿון אַן אַנדער לשון וווּ דער פֿאַרעלטערטער אויסדרוק האָט אַן ענלעכן (כאָטש ניט דווקא אַן אידענטישן) טײַטש אָדער קלאַנג. אַזעלכע אַנטלײַונגען ווערן אָפֿט "פֿאַרמאַסקירט", ד״ה מען באַהאַלט אָדער מען דערציילט ניט דעם גאַנצן אמת וועגן זייערע שורשים כּדי אויפֿצוהיטן אַ פֿאַלשן אײַנדרוק וועגן דעם פּוריזם פֿון דער אויפֿנעמשפּראַך (דאָס לשון וואָס לײַט פֿראַזעס בײַם אַנדערן).

ווי אַ דוגמא פֿון אַזאַ לעקסישער קאַלקע ברענגט צוקערמאַן דאָס וואָרט "צעצוע" (צאַאַצואַ). דאָס וואָרט שטאַמט פֿונעם תּנכישן "צעצועים", וואָס ווערט גענוצט נאָר איין מאָל אין תּנ״ך (אין דבֿרי־הימים" ב’ ג’, 10) און וואָס יהואש טײַטש עס מיט דעם נעאָלאָגיזם "בילדערווערק", און וואָס דער גרויסער "בעל־הקונקורדציה" אַבֿרהם אבֿן־שושן דערקלערט דאָס ווי "פּיסול אמנותי", איז אין ישׂראליש דאָס וואָרט פֿאַר "שפּילכל". צוקערמאַן שרײַבט צו אָט דעם נײַעם מיין צום ייִדישן וואָרט "צאַצקע", וואָס האָט אַ טיילווײַז ענלעכן קלאַנג. דאָס איז אפֿשר אַ ביסל אַ געוואַגטע המצאה, ווײַל "צעצועים" איז אַ צו זעלטן וואָרט אַז אַ סך פֿון די פֿריִע עבֿרית־רעדנער זאָלן אַפֿילו האָבן געהערט דערפֿון. נאָך אַ מעגלעכער קאַלקירונג־שורש פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן וואָרט "צאַצקע" אינעם מאָדערנעם "ישׂראליש" איז, לפֿי־דעתּי, דאָס אַ סך מער פֿאַרשפּרייטע תּנכישע וואָרט "שעשועים", וואָס ניט נאָר געפֿינט מען דאָס אָדער זײַנע דעריוואַטן עטלעכע מאָל אין תּנ״ך (דער באַקאַנטער מקור איז פֿון "ירמיה" ל״א, 19; "הבן יקיר לי אפֿרים, אם ילד שעשועים") און וואָס עס קומט אויך אויף אינעם דאַווענען און יעדער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר קען דאָס, אַרײַנגערעכנט די פֿריִע רעדנער פֿון עבֿרית/ישׂראלית. פֿון שעשועים (איינצאָל: "שעשוע", וואָס מ’געפֿינט עטלעכע מאָל אין תּהילים), ביז "צאַצקע" איז אויך אַ ביסל אַ "קאַלקעשפּרונג", נאָר אַלץ איינס פֿאַררופֿט זיך עס אויך אויף צוקערמאַנס המצאה פֿון פֿאַרמאַסקירטע אַנטלײַונגען פֿון ייִדיש אינעם מאָדערנעם עבֿרית.

מירן זיך דערלויבן נאָך איינע פֿון צוקערמאַנס דוגמאָות (אָבער נאָר נאָך איינע, ווײַל זײַן אַרטיקל איז אָנגעפּיקעוועט מיט זיי): דער ישׂראלישער אויסדרוק "סאַכער־מאַכער" (וואָס ווערט געשריבענערהייט פֿאַרמאַסקירט און "העברעיִזירט" ווי "סחר־מכר" איז פֿאַרשפּרייט מיטן מיין פֿונעם ייִדישן אויסדרוק "האַנדל־וואַנדל", אַ טומלדיקער און אָפֿט אומערלעכער מיסחר.

"אינטערנאַציאָנאַליזמען"

נאָך אַן אופֿן פֿון באַהאַלטענערהייט כּשרן אַנטלײַונגען פֿון ייִדיש איז זיי צו באַטראַכטן ווי אינטערנאַציאָנאַליזמען. אין אָט דעם שײַכות דאַרף מען זיך היטן ניט צו פֿאַרלירן זיך אין לינגוויסטישע עטימאָלאָגיעס. פֿאַרשטייט זיך אַז "קאָנסטיטוציע" און "רעוואָלוציע" שטאַמען אינעם מאָדערנעם עבֿרית אויך פֿון סלאַווישע (רוסישע און פּוילישע) מקורים. קיין לאַטיין האָבן דאָך ס’רובֿ פֿון די פֿריִע עבֿרית־רעדנער זיכער ניט געקענט און קיין פֿראַנצויזיש בדרך־כּלל אויך ניט (לכל־הפּחות ניט צווישן די אַשכּנזים). אָבער וויפֿל פֿון זיי האָבן דען טאַקע ריכטיק געקענט רוסיש צי פּויליש און ווי האָט זיך דער פּראָצענט רוסיש־ צי פּויליש־רעדנער פֿאַרגליכן מיטן פּראָצענט ייִדיש־רעדנער צווישן יענעם זעלבן עולם? אַפֿילו צווישן ייִדיש־רעדנער זענען אינטערנאַציאָנאַליזמען אָפֿט באַטראַכט געוואָרן ווי "פֿרעמדע" אַנטלײַונגען, זענען זייערע דירעקטע שורשים אין ישׂראליש געווען צוויי מאָל כּשר, ד״ה, אי ניט פֿון ייִדיש, אי אַפֿילו לגמרי אָן ייִדישע וואָרצלען! אַזאַ געהויבענער ייִחוס פֿאַר ווערטער וואָס שטאַמען ניט פֿון עבֿרית! און אַ דריטער אופֿן פֿון פֿאַרמאַסקירן אָט די ווערטער איז געווען צוצופּאַסן צו זיי כּלערליי פֿיקטיווע לשון־קודשדיקע עטימאָלאָגיעס: "כאָל(י)ערע" איז פֿאַרמאַסקירטערהייט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי אָפּשטאַמיק "חולי־רע", און לאָקאָמאָטיוו" ווי אָפּשטאַמיק פֿון "מעשן לו כּמו תּוף" ("ער רייכערט זיך ווי אַ פּויק"). דאָס פֿאַרמאַסקירן איז נאָך געווען אַ השׂכּלה־מיטל צו לעגיטימיזירן "פֿרעמדע" ווערטער (למשל "פּסק־אוויל", פֿאַר "פּאַסקוויל" געפֿינט מען בכתבֿ נאָך אין 19טן יאָרהונדערט) אינעם לשון־קודש פֿון דער השׂכּלה אין מיזרח־אייראָפּע. דאָס כּשרן אינטערנאַציאָנאַליזמען דורך צוטראַכטן פֿאַר זיי פֿיקטיווע לשון־קודשדיקע שורשים איז אי בײַ דער השׂכּלה, אי בײַ די פֿריִע רעדנער פֿון עבֿרית, און אי בײַ די איצטיקע "דובֿרי ישׂראלית" אַ מיטל צו מבֿטל זײַן און פֿאַרלייקענען ייִדיש און צו באַהאַלטן פֿאַר זיך און פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט איר השפּעה אויף דער אויפֿלעבונג פֿון עבֿרית. אָבער אין ישׂראליש זײַנען די ייִדישע וואָרצלען אַזוי קאַשיק־קלאָר אַז לעצטנס האָט מען זיך גענומען כאַפּן (און אַפֿילו אָנכאַפּן) אין דעם. ווי זאָגט אַ ייִדיש ווערטל?: "דער אמת שווימט אַרויס ווי בוימל אויפֿן וואַסער!" דעם כּוח פֿון ייִדיש איז ניט צו פֿאַרלייקענען!

סך־הכּלען

מיר מוזן אויסדריקן גלעד צוקערמאַנען אַ דאַנק פֿאַרן סיסטעמאַטיש פֿאַרפֿעדעמען אָט דעם ענין פֿון דער עמקותדיקער השפּעה פֿון ייִדיש אויף עבֿרית בכלל און אויף ישׂראלית בפֿרט. ווער ס’האָט זיך אַ מאָל געוווּנדערט פֿאַרוואָס מען זאָגט אויף דער גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ "עשׂר שקל" (און ניט "עשׂרה שקלים", ווי ס’פֿאָדערט די העברעיִשע גראַמאַטיק), אָדער "לא הולך ברגל" ("ס’גייט ניט צו פֿוס"), אָדער "לא עובֿד" ("ס’אַרבעט ניט"), אָדער "התּפּוח לא נופֿל רחוק מן העץ" ("דאָס עפּעלע פֿאַלט ניט ווײַט פֿונעם ביימעלע), אָדער פֿון וואַנען עס נעמט זיך אַפֿילו אַזאַ פֿאַרשפּרייטער אויסדרוק ווי "מה נשמע?" ("וואָס הערט זיך?"), וועט איצט קענען צושטעלן מער ווי גענוג ראַיות און פֿאַרזיכערונגען אַז פּונקט ווי די גריכישע קולטור האָט אין דער אַלטער רוים גופֿא באַזיגט די רוימישע (כאָטש רוים האָט דאָך שוין משמעות געהאַט צעשלאָגן די גריכן), פּונקט אַזוי האָט די חנעוודיקע ייִדישע פֿאָלקסשפּראַך און די שפּרודלדיקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿאָלקסקולטור, דורך דעם אָפֿט ניט באַמערקטן כּוח און די פֿאַרמיטלונג פֿון ישׂראליש, באַזיגט דעם שטײַפֿן העברעיִשן דיקדוק און דעם אײַנגעביסענעם העברעיִסטישן ביטול און שׂינאה לגבי ייִדיש.

אין די בראשית־יאָרן פֿונעם אויפֿלעב פֿון העברעיִש איז דער חלום אַז דאָס נײַע לשון וועט קענען אויפֿקומען און זיך פֿאַרפֿעסטיקן בלויז "בהסכּם מיט זײַן אמתער מיזרחדיקער נאַטור" געווען סתּם אַ בייזער אַנטי־ייִדישער אַרויסזאָג. הײַנט צו טאָג, איז עס אויך אַ נאַרישקייט אַזוינס צו טראַכטן. ווי זאָגט דאָס צוקערמאַן אויף זײַן אַקאַדעמיש־אינטעליגענטן אופֿן?: "אונדזער וועלט ווערט וואָס אַ מאָל מער ענלעך אויף אַ גלאָבאַל שטעטל... טאַקע דערפֿאַר איז עס אַזוי וויכטיק הײַנט צו טאָג צו פֿאָרשן שפּראַך־קאָנטאַקטן בכלל און ייִדיש בפֿרט". אָט דער צוגאַנג, וואָס פֿאַרבינדט ייִדיש מיט די סאַמע נײַסטע און פֿאַרשפּרייטסטע אַנטוויקלונגען אין דער גאָרער וועלט (און אין דער וועלט פֿון לשון־קודש בתוכם), דערמאָנט זייער און איז ממשיך די פּיאָנערישע אַרבעט פֿון אוריאל ווײַנרײַכס באמת גרויס ווערק Languages in Contact (1953).

אַ דאַנק בערל קערלערן און דעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" פֿאַר אַזוי בכּבֿודיק פֿאָרשטעלן גלעד צוקערמאַנען פֿאַר דער ייִדישער קולטורוועלט! אינעם זעלבן נומער זענען אויך פֿאַרטראָטן אַנדערע נעמען וואָס זענען גוט באַקאַנט די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" (למשל: איציק גאָטעסמאַן, מרים האָפֿמאַן, יצחק לודען א"אַ). אַרום און אַרום איז דאָס אַ גאָר געלונגענער נומער פֿון אַ וויכטיקער און ציכטיקער יאָריקער אויסגאַבע. זיי האָבן זיך אַלע צוזאַמען כּשר פֿאַרדינט די גוטע וווּנטשן: "כּן־ירבו" און "עד־מאה־ועשׂרים!"

וועגן דעם פֿאַרוואָס מען זאָגט אי אויף ייִדיש, אי אויף ישׂראליש, אי אויף לשון־קודש "מאה־ועשׂרים שנה" ("יאָר" און ניט "יאָרן"), און ווער עס האָט באַווירקט וועמען אין אָט דעם שײַכות, וועלן מיר זיך נאָך בפֿירוש דאַרפֿן אַ מאָל נאָכפֿרעגן טאַקע בײַ גלעד צוקערמאַנען. ס’איז קלאָר, אַז אויף ייִדיש ציילט מען אויך מינוטן און שעהען אין איינצאָל. איז דאָס אויך אַזוי אויף ישׂראליש? אויף לשון־קודש "גייט מען אַריבער" אין שײַכות מיטן ציילן "יאָרן" בײַ "עלף", פֿון לשון־רבים ("שנים") אויף לשון־יחיד ("שנה"). צי איז דאָס אויך אַזוי אויף ישׂראליש? אין ביידע פֿאַלן דאַכט זיך מיר אַז ייִדיש איז אַ יוצא־מן־הכּלל צווישן אַלע ייִדישע לשונות. ס’איז נאָך געבליבן אַ סך פֿאַר דער ייִדישער צווישן־לינגוויסטיק אויפֿצוטאָן און מיט אַזעלכע יונגע און שעפֿערישע כּוחות ווי גלעד צוקערמאַן קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז אויף דעם שטח וועט אין די נאָענטסטע יאָרן פֿאָרקומען אַ סך פּראָגרעס און אַז אָט דער פּראָגרעס וועט אויך באַרײַכערן אונדזער וויסן און פֿאַרטיפֿן אונדזער אָפּשאַצונג און באַוווּנדערונג פֿון ייִדיש גופֿא.