אַ נײַער נאָמען: בערל מינזבערג
בערל מינזבערג איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1969; נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם שטאָטישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, האָט ער זיך באַטייליקט אין דעם ייִדישן אַנסאַמבל "ניגונים". שפּעטער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן כאָר און געווען אַ חזן אין דער קיִעווער שיל.
אין אַמעריקע איז בערל פֿון יאָר 1993. זיך געלערנט דאָ חזנות אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און פֿינאַנצן — אינעם פּעיס־אוניווערסיטעט. וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק.
— גאָטליב זשידיאַראַ! אַנו גיכער, קום אַהער, דו שטיק דרעק!...
גרישע גאָטליב האָט זיך אײַנגעשרומפּט ווי פֿון אַ שמיץ. ממילא אַ סוטולעוואַטער, האָט ער זיך נאָך מער אײַנגעהאָרבעט. ניין! ניט ווידער! ניט איצט! ניט פֿאַר מיידלעך! גאָטעניו, ניין! ער איז גרייט געווען אַרײַנצוקריכן אין דר’ערד ווי אַ וואָרעם. יאָ, איצט וואָלט עס געווען די בעסטע זאַך — אין איין אויגנבליק מגולגל צו ווערן אין אַן עיפּושדיקן וואָרעם, פֿאַרקריכן אונטער אַ שטיין און זיך פֿאַרטײַען דאָרטן אויף אייביק. פֿאַרוואָס ניין? אין די אויגן פֿון זײַנע פּײַניקער און זײַנע אייגענע אויגן, איז ער טאַקע אַ וואָרעם — אַ פֿאַרשטונקענער, גליטשיקער, פּחדנישער וואָרעם...
* * *
אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן גאַנץ פּלוצעמדיק. דאָס אָפּנעמען קליינגעלט בײַם קליינוואַרג איז שטענדיק דער באַליבטער מין ספּאָרט בײַ די עלטערע שילער. גרישעס שול איז קיין אויסנעם ניט געווען. שוין אין צווייטן קלאַס האָט גרישע גאָטליב געוווּסט, אַז אינעם בית־הכּיסא וואַרטן אויף אים פּאָפּערענקאָ און פּערעוואָזניקאָוו — צוויי געזונטע שקצים פֿון פֿינפֿטן קלאַס. ביידע ספּאָרטלער, דורכגעזאַפּט מיטן שווערן ריח פֿון שווייס, האָבן זיי אים אַ פּאָר מאָל אָנגעסטראַשעט; אַ שטורכע געטאָן פֿון ביידע זײַטן און צוגעדריקט אים צו דער וואַנט פֿונעם טואַלעט; אָדער אויסגעשמירט דעם רוקן מיט קרײַד, אָדער אָנגעגאָסן וואַסער אין זײַן טאַש. דערשטיקט אין וואָרצל דעם מינדסטן ווידערשטאַנד פֿונעם אַכט־יעריקן ייִנגל, פֿלעגן זיי צונעמען בײַ גרישען דאָס ביסל געלט, וואָס יעדן אינדערפֿרי פֿלעגט אים די מאַמע זאָרגעוודיק אַרײַנלייגן אין קעשענע.
אַ גליקלעכער, מיט אַ באַרג־אַראָפּ פֿון די פּלייצעס, פֿלעגט גרישע אַרויספֿליִען פֿונעם טואַלעט און ביזן אַנדערן טאָג זיך געסטאַרעט וואָס גיכער צו פֿאַרגעסן אין דער טאָג־טעגלעכער אָנשיקעניש. פֿאַרדרייט געוואָרן אין די שול־דאַגות און קינדער־שפּילן, איז עס אים אָפֿט געלינגען.
געוויס, האָט גרישע זיך געפֿילט דערנידעריקט. אַ מאָל האָט עס אים וויי געטאָן. אָבער גרישע איז ניט געווען דער איינציקער קרבן פֿון די מינדעריעריקע כוליגאַנען. דערצו נאָך האָט ער זיך אויסגעלערנט כּלערליי קונצן, אויסצומײַדן די ניט־געוווּנטשענע באַגעגענישן. ער האָט, למשל, זיך באַמיט אַלע מאָל זיך אַרומדרייען לעבן די לערערס, און זיך אָפּגעהאַלטן פֿון גיין אינעם שול־טואַלעט.
ווען גרישע איז אַריבער אין פֿערטן קלאַס, האָט זיך אַלץ מיטאַמאָל געביטן. גלײַך אינעם ערשטן לערן־טאָג זײַנען פּאָפּערענקאָ און פּערעוואָזניקאָוו צוגעגאַנגען צו אים אין קאָרידאָר. אָן אַן איבעריק וואָרט האָט גרישע אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן קעשענע אַ צעקנייטשן קערבל, אָבער די צוויי יונגאַטשן האָב עס ווי נישט געזען.
אין די דרײַ זומער־חדשים זײַנען זיי נאָך שטאַרקער און מער מענערישער געוואָרן.
— אָט איז ער, דער זשיד! וואָס הערט זיך, גאָטליב? — האָט פּערעוואָזניקאָוו געפֿרעגט מיט אַ פֿאַרביסענעם שמייכל.
אויף קיין גוטס האָט מען דערפֿון זיך ניט געקענט ריכטן. קיין וואָרט ניט געזאָגט, האָט פּאָפּערענקאָ שווער אַ פּאַטש געטאָן גרישען איבערן רוקן. אין דער לופֿט האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ קרײַד־וואָלקן, און אויף גרישעס נײַער בלאָווער שול-אוניפֿאָרעם האָט זיך אָפּגעשטעמפּלט אַ ווײַסע ברייטע דלאָניע מיט צעשטערטע פֿינגער. גרישע איז קוים געבליבן שטיין אויף די פֿיס. אַן אומבאַהאָלפֿענער, האָט ער געהאַלטן זיך אין איין אַרומקוקן, זוכנדיק עמעצן פֿון די לערער. אומזיסט. די פֿאַרבײַגייעדיקע שילער, אײַנגעשלאָסן זײַנע פֿרײַנד, האָבן אָפּגעווענדט דעם בליק און זיך געמאַכט ניט זעענדיק. אָדער זיך אָפּגערוקט אין אַ זײַט און זיך שטיל צוגעקוט צו דעם, וואָס עס קומט פֿאָר מיט גרישען. גרישען האָט זיך אַפֿילו אויסגעדאַכט, אַז זיי טוען עס מיט אַ געוויסן נײַגער: וואָס זשע וועט דאָ געשען ווײַטער?...
— זשיד! פֿון הײַנט אָן מוזסטו אויספֿירן אַלע אונדזערע באַפֿעלן. פֿאַרשטאַנען? — האָט געריסן דעם גאָרגל פּערעוואָזניקאָוו.
גרישע האָט ניט געענטפֿערט. דעם אמת געזאָגט, איז ער שוין צוגעוווינט געווען צו די באַגעגענישן אין טואַלעט און צו דער גאַנץ גרינגער פּראָצעדורע פֿון אָפּקויפֿן זיך. אַצינד אָבער האָט ער ניט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן. דאָס איינציקע איז קלאָר געוואָרן — זײַנע נעבעכדיקע מטבעות און דער צעקנייטשטער רובל האָבן זיי מער ניט אינטערעסירט. זיי האָבן געדאַרפֿט איצט גרישע גאָטליבן אַליין. און ניט אַזוי אים, ווי דאָס מאַכן חוזק פֿון אים, אים צו דערנידעריקן, און אויסזען גרויס אין די אויגן פֿון די אַנדערע שילער.
— שטיי גלײַך! שטיי שטיל! סאַלוטירן! צוזעצן זיך צוואַנציק מאָל! — פּאָפּערענקאָ האָט אָנגעכאַפּט דעם פֿאַרגליווערטן גרישען בײַ דעם לאַץ און אַזוי אים אַ טרייסל געטאָן, אַז די ציין האָבן געקנאַקט און צוגעביסן די צונג...
צי איז דאָס אַלץ אַ ווילדער חלום? אַ שאַרפֿער ריח פֿונעם ספּאָרט־זאַל, איבערגעמישט מיט קרײַד־שטויב און אַ זיסלעכע ביטערקייט פֿון בלוט אינעם מויל האָבן געזאָגט עדות, אַז אַלץ קומט פֿאָר אויף דער וואָר. גרישע האָט זיך אויסגעצויגן און סאַלוטירט.
— זייער גוט, זשידאָק! — האָבן די פּײַניקער געקײַכט פֿאַר געלעכטער.
די שילער אַרום האָבן זיך צוגעקוקט צו דער פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַרט. גרישע האָט געזוכט אין זיי כאָטש אַ טראָפּן מיטגעפֿיל, אָבער נישט געפֿונען. געראַטעוועט האָט אים דער קלונג פֿונעם שול־גלעקל.
— אומגעדרייט זיך און מאַרש אין קלאַס! — האָט פּערעוואָזניקאָוו אַ ברום געטאָן.
קוים גרישע האָט זיך אויסגעדערייט, האָט ער דערפֿילט אַ שווערן שטויס אין זײַן הינטן...
אין קלאַס האָט גרישע ניט געוואַגט אויפֿצוהייבן די אויגן. אַ בושה און פֿאַרדראָס איז אים געבליבן שטעקן אין האַלדז. ער האָט מוראַ געהאַט ווידער זיך אָנצוטרעפֿן אין די בליקן פֿון זײַנע מיטשילער. וואָס איז געשען מיט זיי? מיט אים? וואָס טוט מען ווײַטער?
גרישע איז געוואַקסן אין קיִעוו, און דאָס וואָרט "זשיד", "זשידאָק" איז אים אויסגעקומען צו הערן ניט זעלטן, טאַקע פֿון די דערוואַקסענע — אין אויטאָבוס, מעטראָ, אין אַ ריי נאָך פּראָדוקטן. גרישע האָט זיך קיינמאָל ניט פֿאַרטראַכט, אַז דאָס וואָרט האָט אַ שײַכות צו אים אויך. אמת, עטלעכע מאָל האָבן זײַנע חבֿרים אָנגערופֿן אים אַזוי, אָבער פֿון די קינדערשע פּיסקלעך האָט עס געקלונגען ניט בייז און גרישען ניט באַליידיקט.
ער האָט עס דערפֿילט ערשט דעמאָלט, ווען די צוויי שול־כוליגאַנען האָבן אים אָפּגעשטעלט אינעם קאָרידאָר און געמאַכט פֿון אים חוזק. דעמאָלט האָט ער זיך דערפֿילט פֿאַר אַ וואָרעם.
גרישע האָט געוויינט די גאַנצע נאַכט: "דו ביסט אַ וואָרעם. און ווערעם וויינען ניט, זאָל מען אַפֿילו אויף זיי שפּײַען, אָדער צעטרעטן מיט די פֿיס..."
גרישעס יסורים האָבן זיך איבערגעחזרט טאָג־אײַן, טאָג־אויס. יעדע מינוט האָט ער געלעבט, וואַרטנדיק אויף אַ נײַער עקזעקוציע. קיין זאַך האָט ניט געקאָנט אָפּווענדן זײַנע געדאַנקען דערפֿון. פֿון מאָל צו מאָל, אין מיטן דער נאַכט פֿלעגן צו גרישען קומען געדאַנקען וועגן נקמה נעמען. אַמאָל איז אים געלונגען צו פֿאַרהאַלטן אַזאַ געדאַנק ביז אינדערפֿרי. אָבער ווי נאָר ס'האָט זיך געלאָזט הערן: "היי, זשיד! מאַרש אַהער!", איז זײַן אַנטשלאָסנקייט נעלם געוואָרן און ס'האָט אים אַרומגעכאַפּט אַ שוידער. ער איז ווידער פֿארוואַנדלט געוואָרן אין אַ וואָרעם.
* * *
אין דעם בוך האָט זיך גרישע אָנגעשטויסן על־פּי פֿאַל. טאַטע־מאַמע האָבן סוף-כּל-סוף באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿונעם זיידנס אַלטן ביכער־שראַנק. גרישען האָט מען פֿאַרטרויט איבערצוקוקן די אַלטע ביכער און אויסצולקײַבן יענע וואָס זײַנען ווערט מע זאָל זיי אויסשטעלן אויף די נײַע פּוילישע ביכער־פּאָליצעס. אַ טוץ פֿון די פֿאַרגעלטע ייִדישע ביכער האָט גרישע תּיכּף פֿאַרמישפּט צום טויט אין מיסטקעסטל. קיין ייִדיש האָט ער ניט געקענט. נאָך דעם זיידנס טויט איז קיינער ניט פֿאַרבליבן אים אויסצולערנען. צווישן די פֿאַראורטיילטע ייִדישע ביכער האָט זיך געפֿונען אַ צוויישפּראַכיקער באַנד אויף ייִדיש און פּויליש. קוים זיך דורכגעשלאָגן דורך די לאַטײַנישע אותיות און סלאַווישע קלאַנגען, האָט גרישע פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס ביכל איז אַרויסגעלאָזט דורך עפּעס אַ ייִדישן קאָמיטעט אינעם נאָכמלחמהדיקן פּוילן. עס האָט געהייסן "דער חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום". צו לייענען דעם גאַנצן טעקסט האָט גרישע קיין חשק ניט געהאַט. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט ער אָבער דורכגעקוקט און איבערגעלייענט די אונטערשריפֿטן: "דײַטשן שערן אָפּ בערד און פּאות בײַ פֿרומע ייִדן", "עסטרײַכישע ייִדן ווערן געצוווּנגען צו וואַשן ברוקן", "ווײַסרוסלאַנד. מע צווינגט יונגע ייִדן צו רײַטן אויף די פּלייצעס בײַ זקנים", "וואַרשע. ייִדן אײַנגעשפּאַנט אינעם וואָגן", "לעמבערג. אוקראַיִנער איזדיעקעווען זיך איבער ייִדישע פֿרויען אין די גאַסן", "ליטווינער הרגענען ייִדן מיט ברעכאײַזנס"...
גרישע האָט באַמערקט, אַז אַ סך פֿאָטאָגראַפֿיעס האָבן עפּעס געמיינזאַמס צווישן זיך. און פּלוצעם האָט ער פֿאַרשטאַנען: די מענטשן, וואָס קוקן זיך צו פֿון דער זײַט, טוען עס ווי ס'וואָלט געווען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אַטראַקציע. אייניקע האָבן אַפֿילו אויפֿגעהויבן זייערע קינדער, זיי זאָלן קאָנען בעסער זען. אָבער דער עיקר איז געווען די אויגן — פֿול מיט נײַגער, שׂינאה און פֿרייד, וואָס ניט זיי מיינט מען — אין דער זעלבער צײַט.
דער קאָפּ האָט זיך אים געדרייט. דער שרעק איז געדיכטער געוואָרן. "ווערעם, ווערעם! מיר זײַנען אַלע ווערעם. אזוי איז שטענדיק געווען!"
אָבער וואָס ווײַטער גרישע האָט געבלעטערט דעם בוך, האָבן די פֿאָטאָגראַפֿיעס גענומען זיך בײַטן: באַוואָפֿנטע ייִדישע בחורים און מיידלעך... ווידערשטאַנדן... ייִדישע אונטערעדלער און פּאַרטיזאַנען... ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן אין די אַליִיִרטע אַרמייען...
גרישען האָט זיך אויסגעוויזן אַז די אויגן זייערע שרײַען צו אים אַרויס פֿון די בילדער: "דו ביסט ניט גערעכט! קיין ווערעם זײַנען מיר ניט געווען. און זאָלסט אויך ניט זײַן. ווער אַ מענטש! ווער אַ ייִד!" די שוואַרצע טוך פֿון פֿאַרצווייפֿלונג האָט זיך מיט אַ מאָל צעריסן. און אַלץ איז קלאָר און פּשוט געוואָרן.
* * *
דער פֿרילינג־טאָג איז געווען ענלעך אויף אַ סך אַנדערע טעג אין דער צײַט. גרישע איז געשטאַנען אין שול־קאָרידאָר און האָט פֿאַרטראַכטערהייט געקוקט אין פֿענצטער.
— זשיד! אָט ביסטו וווּ! מיר זוכן דיך שוין... — פֿונעם אַנדערן עק קאָרידאָר האָט זיך באַוויזן דאָס גוטע פּאָרעלע.
גרישע האָט זיך קיין ריר ניט געטאָן. נאָר אויסגעקערעוועט דעם קאָפּ.
— ביסטו פּלוצעם טויב געוואָרן? — פּערעוואָזניקאָווס שטים האָט ניט צוגעזאָגט קיין גוטס.
גרישע האָט ווײַטער געשוויגן.
— אפֿשר ווילסטו באַזוכן דײַנע אייגענע אין באַבי יאַר? — גרישעס פּנים האָט זיך פֿאַרקרימט ווי פֿאַר ווייטיק. די חיות האָבן אָנגעשטעלט אויף אים פֿינצטערע בליקן און געשמייכלט. ס’האָט ניט לאַנג געדויערט. אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ רציחה, האָט פּערעוואָזניקאָוו מיט גיכע טריט דורכגעשניטן דעם קאָרידאָר. ווי אַ צוג האָט ער געיאָגט אויף גרישען. צונויפֿגעדריקט די פֿינגער אין אַ פֿויסט, האָט גרישע אַרויסגעשטעלט די רעכטע האַנט. דער קלאַפּ אַליין איז געווען ניט קיין שטאַרקער; אָבער זיך אָנגעשטויסן אין דער ווילדער ענערגיע פֿונעם בוהײַ, האָט עס געטראָפֿן אין פּינטל. דער קאָפּ בײַ פּערעוואָזניקאָוו האָט זיך אַ וואָרף געטאָן אויף צוריק, און ער אַליין האָט זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן דיל.
פֿאַרחידושט פֿון זיך אַליין, האָט גרישע געקוקט אָט אויף דעם זיצנדיקן פּערעוואָזניקאָוון, און אָט אויף זײַן צעבלוטיקטער פֿויסט. דאָס האַרץ האָט אים האַסטיק געקלאַפּט: "איך האָב עס געטאָן! כ’בין ניט קיין וואָרעם!"
ער האָט ניט באַמערקט דעם שאָטן, וואָס האָט אַ שווינדל געטאָן בײַ דער זײַט. ער האָט נאָר דערהערט אַ שאַרפֿן קלאַנג אין די אויערן, וואָס האָט זיך באַלד געביטן אויף אַ טעמפּיקן ווייטיק. אַזוי האָט זיך איבערגעחזרט ניט איין מאָל, ביז גרישע האָט אין גאַנצן אויפֿגעהערט עפּעס צו הערן און פֿילן...
גרישע גאָטליב האָט שווער אויפֿגעמאַכט די אויגן. ער איז געלעגן אויפֿן דיל און עפּעס געזוכט מיטן בליק אין דער פֿינצטערניש. מסתּמא דעם וועקזייגער... אָדער דעם זיידנס בוך... ס'איז שוין צײַט זיך אויפֿצוהייבן... זיך שטעלן אויף די פֿיס... ער איז דאָך ניט קיין קריכנדיקער וואָרעם... אויף זײַן פּנים איז פֿאַרקילט געוואָרן אַ שמייכל, וואָס האָט אַרויסגעקוועלט שוין ניט פֿון דער וועלט...