ליטעראַטור
פֿון בערל מיזנבערג (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ נײַער נאָמען: בערל מינזבערג

בערל מינזבערג איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1969; נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם שטאָטישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, האָט ער זיך באַטייליקט אין דעם ייִדישן אַנסאַמבל "ניגונים". שפּעטער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן כאָר און געווען אַ חזן אין דער קיִעווער שיל.

אין אַמעריקע איז בערל פֿון יאָר 1993. זיך געלערנט דאָ חזנות אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און פֿינאַנצן — אינעם פּעיס־אוניווערסיטעט. וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק.